אוי אמונה!!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

אוי אמונה!!

שליחה דורך ימי קדם »

[justify]איך מיין אז דורך אויס די כמעט צוויי יאר פונעם שטיבל, האט מען שוין דא דורכגעטוהן רוב ענינים בשייכות צו אמונה, אמונה פשוטה, חקירה, וכדומה, ביי אונזערע היימישע קרייזן.
כולי עלמא מודי אז עפעס פעהלט, אבער וואס די עצה איז, איז זה אומר בכה וזה אומר בכה, יש אומרים מען דארף מער רעדן, זיין מער אפען, געבן מער תירוצים, לאזן פרעגן (וכן אני נוטה לעניית דעתי), ויש אומרים ממש פארקערט, אז די מציאות ווייזט אז ווי מער מען ווייסט, אין השקפה, און אין ידיעה, סייענס וכדו', טויג נישט, און איך מיין אז יעדע צד האט זיך זיינע מעלות און זיינע חסרונות.

נעכטען, בין איך געווען ביי א חתונה אין מאנסי, פון א אייניקל פון וויזניצער רבי ( בת זקוניו פון בנו ר' ישראל), און זייענדיג די יונגסטע קינד פון ארטיגן רב, איז געווען א גרעסער עולם, און עס איז געווען שיין.
פארוואונדעט בין איך געווארן צו זעהן וואס דער קלימאקס פונעם חתונה געווען!!
אינמיטן טאנצן הייבט מען אהן זינגען דעם באקאנטן ''נאר אמונה'', און מרגע לרגע וינועו אמת הסיפים, דאס בית המדרש האט געדונערט, די עולם האט געשפרינגען ווי כאילו מען זאל ווען זינגען די לעבעדיגסטע ניגון, יעדער וואס איז נאר געשטאנען אין די מייל (גוזמא...) פון בית המדרש איז אריינגעלאפן, און זיך געשטעלט קוקן אויפן רבי'ן, וואס איז אויך, גענצליך שלא כדרכו, ארויס פון די כלים, אנגעהויבן קלאטשן פאר פינף מינוט, מיט מסירות נפש ממש.
אזוי האט די עקסטאז אנגעהאלטן פאר א גוטע פאר מינוט, ווען די גאנצע וואס מען זינגט איז נאר אמונה.
איך האב מיר גאנץ שטארק געוואונדערט דערויף.

נאכדעם, כאפ איך א שמועס מיט מיינס א קרוב, א אייניקל פון רבי'ן, און גאר נאנט צו אים, און קען גוט זיין מהלך המחשבה און שיטה, פרעג איך אים פשט פון דעם, זאגט ער מיר אז דער רבי האלט אז די איינציגסטע עצה כהיום יום פאר אמונה, איז חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל אמונה פשוטה אמונה פשוטה, בבחינת פון האמנתי כי אדבר.

איך האב מיר אונטערגעשמייכלט....

ער, זעהנדיג, און פארשטייענדיג וואס איך טראכט, זאגט ער מיר דו לאכסט? מציאות ווייזט אז עס ארבעט!! פון אלע חסידישע מקומות, האט ויזניץ מאנסי ( פערצענטאול) די ווייניגסטע אפגעפארנע (מען רעד פון גענצליך אפגעפארן OTD) די ווייניגסטע אפיקורסים, ממש מען קען ציילן אויף איין הענט וויפל פון די איבער 3,000 תלמידים וואס האבן געלערנט אינעם רבינ'ס ישיבה די לעצטע פופציג יאר ( די ישיבה אין מאנסי האט זיך געפענט תשכ''ד) זענען אראפ פון וועג, און נאך ווייניגער אפענע אפיקורסים.
איך הער און איך קען מאנסי גאנץ גוט, און וואס זאל איך זאגן, ער איז גערעכט!!

לאור זה וואלט איך געוואלט הערן פונעם עולם דא, אין תורה ומחשבה, וואס איז אייער מיינוג אויף דעם מהלך? איז עס אויסגעהאלטן ע''פ השקפת היהדות? איז דאס אידישקייט? וכו'.


נ.ב. איך האב עס דירעקט געשריבן דא אין תורה ומחשבה, און נישט אין געזעלשאפט, ביטע נישט פארוואנדלען דעם אשכול אין א אשכול וועגן מאנסי.[/justify]
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר