אורתודוקסיה אמיתית VS אולטרה אורתודוקסיה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

אורתודוקסיה אמיתית VS אולטרה אורתודוקסיה

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]אינה ה' לידי א האלבע-שעה'דיגע שיעור פון הרב ד"ר דניאל שפרבר. אלץ בחור פלעגן איך אסאך מעיין זיין אין זיינע מנהגים ספרים, מער איבער אים האב איך נישט געוואוסט, נאר אז זיין טאכטער אביגיל פירט אן דעם ארגון לסביות דתיות בת-קול, איר איר טאטע, ד"ר שפרבר, טרעט אויף ביי אירע כינוסים.
די שיעור מיטן טיטול "True Orthodoxy vs. Ultra Orthodoxy" האט געצויגן מיין אויג, און כ'האב גענייגט טאקע אן אויער צו זיינע דיבורים של טעם. צום ערשט האב איך הנאה געהאט צו זעהן לראשונה תואר פניו, און ווי מער די שיעור גייט, אלץ מער איז ער מסביר די אולטרה אורתודוקסיה מהלך פון "חדש אסור מן התורה" וואס, לויט זיינע רייד, האט דער חתם סופר זיך אוודאי נישט פארגעשטעלט וואס מ'וועט אלץ אסר'ן אונטער דעם סלאגען. (א שטייגער פון אריינלייגן הייצונג אין א בית הכנסת. - בשם ספר מנהגי הקהילות ליחיאל גולדהבר) פון די אנדערע זייט, די מהלך פון "עץ חיים היא למחזיקים בה", די תורה איז ווי א בוים, די שורש בלייבט, על אף וואס די בלעטלעך קענען זיך טוישן פון סעזאן אויף סעזאן. און בשם אמרו, הרב קוק, וואס שרייבט "א זאך וואס איז מותר, ווערט נישט אסור מטעם אז מ'האט נישט געטוהן אזוי ביז איצט". בפרט ווען מ'נעמט אין חשבון אז יעדע הנהגה - בפרט דאס, נישט צו פראקצירן דברים המותרים בעצם - קען האבן געווארן אזוי צוליב זייטיגע השפעות פון מקום און זמן, און ווען די ארום טוישט זיך, בלייבט נאר די הלכה המתרת אן קיין מניעות דאס אויסצופירען.
איינע פון די נקודות: די פרומע - וואס דאס האט קיין שייכות מיט ערליכקייט - האבן א שטערקערע השפעה, צוליב דעם וואס ביי זיי ווערט אלץ געפירט דורך "מנהיגים", משא"כ ביי די מאדערנע, איז דער ענין פון "כשאני לעצמי", איך פיר נישט דיר, און דו פיר מיר נישט, מער - צום ווייטוג - איינגעגעסן. און דאס דארף זיך טוישן. רבנים דארפן זיך ארויסשטעלען און קאמפען פאר רעכטען.
בדרך אגב, מער צום סוף, ברענגט ער ארויס אנטוישונג אויף אן ענין (רב אלישיב'ס נישט איינטיילנעמען ביי משפחה שמחות) וואס אנדערע צייכענען אן לשבח גאר! ([tag]אבטולמוס[/tag])

איך בין סתם אזוי מאריך, כדי אייך צו מאכן נייגעריג צו הערן דעם שיעור, ווייל איך דארף פון אייך אן הסבר אויף דאס פאלגענד:
נאך די שמועס, ווערן געפרעגט 3-4 שאלות. די ערשטע: מעג א פרוי זיין א רב? אויף דעם איז זיין תשובה פאזעטיוו, אויך שטיצט ער שותפות'דיגע מנינים (ווי צווישען אנדערע שטעלט מען זיך נישט דאווענען איידער ס'דא 10 מענער און 10 פרויען (מנין תהילה))
אויך ענטפערט ער פאר א שואל, אז געי זאלן נעמען א טייל אין קאמיוניטי און אין בית המדרש פונקט ווי יעדעם. דאס אז ער זינדיגט אין דעם ספעציפיש ענין, מאכט אים נישט ווייניגער פון אנדערע קהילה מיטגעלידער וואס זינדיגען אין אנדערע ענינים, בפרט אז יענער שרייט אז ער קען נישט לעבן אנדערשט. אבער א שליח-ציבור קען ער נישט זיין ווייל ער איז נישט - לעת עתה - מרוצה לכל הקהל.
און אנדערע ווערטער, ער ברענגט ארויס ווי מ'קען און מ'דארף אויסארבעטן א כוחה דהיתרא וואס זאל זיין אין איינקלאנג מיט די דרכי החיים פון יעצט. וכו' וכו'.

און יעצט איז געקומען מיין אנטוישונג. אויף די שאלה וועגן text'ן אויף שבת, זאגט ער: בנוגע די חלק ה-עלעקטריסטי, זאגן די היינטיגע חכמים אז ס'געשעהט נישט קיין יצירה פון עלקטער, ממילא עפ"י הלכה וואלט דאס נישט געווען קיין פראבלעם, אבער דאך, "ס'נעמט אוועק דאס הייליגקייט פון שבת"! ס'איז אזויווי אנשטעלען די TV מיט א שבת זייגער. דערנאך איז ער ממשיך, אז דאס איז אן "עובדא דחול", ס'עפעס נישט אזוי שבת'דיג צו שפאצירן מיטן בלעקבערי און דרייען די פינגער. - ע"כ.

וכאן הבן שואל, ממש אזוי?! מ'קען נישט מתיר זיין ניצען אן עלעקטראנישע חפץ אויף שבת? פארוואס ביי די פריערדיגע ענינים זעהט ער אז די הלכה זאל שטימען מיט די צרכי נשי דורנו, און דא ניצט ער געפילען פון קדושת שבת. וואס איז קדושת שבת אויב נישט די הלכה? און אז די הלכה זאגט יא, איז יא!
איר ווייסט אפשר אז געוויסע פוסקים האבן גע'אסר'ט צו פירן אן עגלת-תינוק אין יום טוב, ובשבת במקום שיש עירוב, צוליב "עובדא דחול"? ס'קוקט אויס מאנדע? איך זעה מיך יעצט ביי א שיעור אין יאר תשצ"ח, ווי דער בעל דרשן זאגט, אמאליגע רבנים (אפילו אזעלכע ווי הרב שפרבר זצ"ל) האבן גע'אסר'ט text'ן אויף שבת צוליב עובדא דחול!! אזוי נעאיוו זענען זיי געווען!
בקיצור, איך דארף אן הסבר פארוואס אין עניני אנשים/נשים איז אלץ ווייס, משא"כ לגבי עלעקטראנישע חפצים אויף שבת.[/justify]
Under influence

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר