נשתכח, אדער נישט געהאלטן

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 543
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 518 מאל

נשתכח, אדער נישט געהאלטן

שליחה דורך ממרום שלח אש »

עס איז אינטערעסאנט צו באטראכטן וויאזוי מען באנעמט זיך מיט אן אלטען מורה דרך, אנגעזעענער פערזאן וואס אינזיינערצייט איז ער געווען געערט, אבער היינט איז ער א בא בימים און א שאנד פאר די משפחה ווען ער לאזט נישט נאך פון געדאנקן וואס זענען שוין היינט נישט פאפולער.

כדוגמת א אנגעזענער פראפעסאר וואס זיין בליק אויף שחורים איז ווי מיט פופציג יאר צוריק, מען קען אים נישט ממש דערשטיקן, ווען ער כיכקעט צום שחור אין רעסטעראן, "העי ניגער האו מעני טיימס דא איי העוו טו טעלל יו טו פיל אפ מיי פייפ", גלעט מען אים איידל אויפן ליידיגן קאפ, מען פארשלונגט א שמייכל, און מען זאגט "פאפס, אלעס איז אקעי, ששששש".

אין די צייט פון בערך א צוויי טויזענט יאר צוריק איז די וועלט דורך א ענלייטענמענט, מען האט אנגעהויבן אפווארפן די אלטע איינפירונגען פון קרבנות און גאט דינעריי אויף שטארק גשמיותדיגע אופנים, אבער וויאזוי ספראוועט מען זיך א גלויבן וואס איז הארט באזירט אויף דעם? די גלויבן איז פארהייליגט און פארהערליכט, קיינער איז נישט גרייט צו זאגן שקר הנחילו לנו אבותנו, א גלויבען אויף וואס די עלטערן האבן זיך מוסר נפש געווען אזויפיל דורות, א גלויבן וואס מען גלייכט און מען גלייבט אין פילע חלקים דערפון.

צוויי כיתות האבן זיך געפלאגט מיט די פראבלעם, וויאזוי ברענגט מען אריין דאס נייע אן פוגע זיין אין דאס אלטע?

די צוויי כיתות זענען געווען חז"ל און להבדיל ישו הנוצרי.

ישו האט אנגענומען א מער סימפליסטיק מהלך, ער האט געזאגט אז דאס אלטע איז הייליג, אבער נישט נוגע מער היינט, פאר היינט איז דא די ברית חדשה. גענומען דאס אומבאקוועמע און אוועקגעשטופט אין ווייטן עבר אריין, ווייט פון אויג און ווייט פון הארץ.

חז"ל האבן פארשטאנען אז מען קען נישט אראפברענגען א תורה חדשה יעדעס מאל וואס דער ווינטל בלאזט אנדערש, עס איז סתם א חוכא וטלולא, האבן זיי אנגענומען א פיל קאמפליצירטערע מהלך, נעמליך איבערארבעטן די תורה אז עס זאל יא שטימען מיט זייערע היינטיגע ווערדן און פארשטאנד. אלץ תוצאה איז הקרבת קרבנות געווארן אפגעשטופט ווייט אינעם עתיד, לכשיבא אליהו. די רעזולטאט איז די זעלבע, אפגעשטופט, ווייט פון אויג ווייט פון הארץ, אבער מיט מער סענטיוויטעט צום אלטן.

פעסט פארווערד צו די נייצענטע יאר הונדערט, דער סאטמאר רב האט נישט געגליכן דעם ארגינעלן דרך החסידות, די גלייכגילטיקייט צום שו"ע, די איבערגעטריבענע הוללות און שמחה, דאס פארגרעבקייט פון עסן און לחיים'ן, דעם חוסר דגוש אויף לימוד התורה. אבער אויס כבוד פאר די פריערדיגע האט ער געזאגט אז עס איז נשתכח געווארן, די רעזולטאט איז די זעלבע, ווייט פון אויג, ווייט פון הארץ, צוריקגעשטופט די גאנצע מעשה צו די ת"ק יארן, אבער נישט פוגע געווען אין כבוד הבעש"ט ותלמודיו.

אדער קען מען זאגן ....

די חז"ל האבן געהאלטן אז דאס איז זאת התורה המסורה בידנו, דאס איז אייביג געווען די פלאן אז תקרובת קרבנות זאל זיך ענדיגן.
סאטמאר רב האט באמת געהאלטן אז דרך הבעש"ט איז אראפגעקומען אויף בלויז א קורצע צייט און כאשר בא כן ילך.

והבוחר יבחר...
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"

דער אשכול פארמאגט 55 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר