אונזער אומגעשריבענער שולחן ערוך

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8364 מאל

אונזער אומגעשריבענער שולחן ערוך

שליחה דורך יאיר »

איר האט שוין זיכער אמאל געהערט דעם אויסדרוק אויף א רב אדער דיין אדער סיי ווער, 'ער איז באהאוונט אין דעם פינפטן חלק שולחן ערוך.' דער באדייט דערפון איז, אז אויסער די געשריבענע הלכות וואס שטייען געשריבן אין די פיר דיקע חלקים פון שולחן ערוך, זענען פארהאן נאך אומגעשריבענע הלכות וואס ווערן איבערגעגעבן נישט דורכ'ן פען און פאפיר, נאר דורך אנדערע אופנים, צומאל הינטער'ן באוואוסטזיין. מען קען זאגן אז געווענליך זענען די אומגעשריבענע הלכות פיל מער ווי די געשריבענע. דאס הייסט א דיין קען קענען אלע הלכות אין שולחן ערוך, אבער אויב ער האט נישט קיין הדרכה ווי אזוי צו באטראכטן א שאלה, ווי אזוי זיך צו רעכענען מיט די געפילן פון דעם שואל וכדו', קען ער זיין ערגער ווי א דיין אן עם הארץ.

כלפי מה הדברים אמורים?

אין דעם לעצטן שבת בלעטל איז ערשינען א דעטאלירטער ארטיקל איבער דעם שייכות צווישן חרדים/ארטאדאקסן און דער שולחן ערוך. כלשעצמי בין איך נישט קיין גרויסער חסיד פון שבת בלעטל, עס שיינט מיר ווי מען האט ארויסגענומען אלע נעגאטיווע קאמענטארן פון קאווע שטיבל און געמאכט דערפון א בלעטל. אבער דער ארטיקל האט מיר געצויגן דער נייגער. איך האב עס דרוכגעליינט פון אנהויב ביז'ן סוף אין איין אטעם, און עס האט מיר שטארק באאיינדרוקט. דער שרייבער, וועלכער איז קענטיג א היבשער יודע ספר, שטעלט צוזאם א טיילווייזע ליסט פון אלע הלכות אין שו"ע וואס מיר זענען נישט מקיים אדער פירן זיך דוקא קעגן דעם, און וויל דערמיט אויפווייזן אז ארטאדאקסיע איז נישט משועבד צום שולחן ערוך, און אויב אזוי נפל פיתא בביריה, גאנץ ארטאדאקסיע צוזאמען מיט'ן טיילונג און ר' ירמיה לעוו קענען שלאגן כפרות.

דער ארטיקל איז געשריבן כמעט ווי אן אקעדעמישע ווערק, נישט אויסלאזנדיג קיין שום דעטאלן און מראי מקומות, וואס גיבט צו צו די קראנטשאפט פון דעם מאמר. אבער למעשה איז ענטשאנען א שטורעם דא אין קאווע שטיבל, מיט טייל טענה'ן אז למעשה איז פארהאן דרייסיג הלכות וואס מיר זענען יא מקיים קעגן יעדע הלכה וואס מיר זענען נישט מקיים, ממילא זענען מיר די נענטסטע צו די שולחן ערוך ווי סיי וועלכע אידישע פראקציע.

דער טענה בעצם איז א גוטער. דאס הייסט, היות דער ארטיקל איז געבויט אויף דעם יסוד אז עס זענען פארהאן הונדערטער פאקטישע הלכות וואס מיר זענען נישט מקיים און דעריבער שניידט דאס אונטער גאנץ ארטאדאקסיע, האבן דערויף די קאמענטירער א גוטע ארגומענט אז די הלכות זענען למעשה בטל במיעוטם. כשלעצמי האב איך א שטערקערע טענה אויף דעם שרייבער. ער האט גענומען דעם שולחן ערוך פאר א ציל ברעט וויבאלד דאס ווערט די מערסטע באנוצט אין די אונגארישע קרייזן, אלס א דירעקטע ירושה פון הרב גרינוואלד, אבער למעשה איז דער פאקטישער אויטאריטעט פון די ארטאדאקסן נישט דער שולחן ערוך, נאר הלכה. היות דער שולחן ערוך איז נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל, איז דאס די שטערקסטע אויטאריטעט אין הלכה, אבער דאס איז אודאי נישט דער איינציגער אויטאריטעט.

איינמאל מען אידענטיפיצירט זיך מיט דעם ברייטערן טערמין "הלכה", איז אויטאמאטיש פיל מער פארלייכטערט דער עול אויף ארטאדאקסן. אין הלכה איז געוויס דא אזא מושג ווי מנהג המקום, פוק חזי מאי עמא דבר, גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד, וכדומה. די גענויע גדרים פון הלכה זענען שווער צו שטעלן. פון איין זייט, אויב דער תוקף פון שולחן ערוך איז בלויז דאס וואס כלל ישראל האט איר מקבל געווען, קענען דאך די קאנסערוואטיוון זאגן אז זיי זענען מקבל די אמעריקאנער קאנסטיטוציע אלס זייער שולחן ערוך. (א גוזמא, בארואיגט אייך). הוגה וועט אודאי פרעגן, וואס איז דער באזיץ פון דעם תוקף אז א ספר וואס גאנץ כלל ישראל איז מקבל מוז מען מקיים זיין. דעת תורה וועט ענטפערן, וואס הייסט, דאס אז גאנץ כלל ישראל האט מקבל געווען אז עפעס וואס גאנץ כלל ישראל האט מקבל געווען מוז מען מקיים זיין, לעיקוואוד וועט טענה'ן אז דאס איז צירקולער ריזאנינג. אבער מיר וועלן דאס לאזן פאר אנדערע אשכולות צו דעבאטירן. די פוינט איז אז הלכה האט פיל מער פלעקסיבל גדרים. אמת, די חרדים וועלן נישט אייביג מודה זיין דערין, אבער למעשה זענען זיי אויך נישט מודה אז אין שולחן ערוך אליין איז דא פיל מער פלעקסיבל גדרים ווי זיי גיבן אן, ווי דער שרייבער האט ריכטיג אויפגעוויזן.

אויסער דעם האב איך מינדערוויכטיגע השגות הראב"ד אויף דעם טאלאנטפולן שרייבער פון דעם שבת בלעטל ארטיקל, ווי למשל, פארוואס ער האט אויסגעלאזט דעם סאמע ערשטן הלכה אין שו"ע שיהא אדם מעורר את השחר, און אז ער האט זיך געשטעלט אויף הלכות וואס אפילו דער מחבר אליין האט געוואוסט אז מען איז נישט ממש מחייב יעדן, ווי למשל אז א קומה זקופה איז אסור, און אז געוויסע הלכות האבן דוקא יא א גוטער סיבה פארוואס מען איז נישט מקיים, ווי למשל בגדים אין שבת חזון איז דער עיקר טעם ווייל אמאל איז מען נישט געגאנגען באזונדערע מלבושים פאר שבת און אינדערוואכן. אבער מיין ציל איז נישט צו שרייבן השגות אויף דעם מאמר. למעשה האט דער שרייבער געשטעלט א טעזע פאר זיך, און ער האט דאס סובסטאנצירט מיט פאקטישע ראיות. די שאלה איז נאר אויב די מסקנא וואס ער ציט פון דעם טעזע זענען ריכטיג.

וואס האט מיר בעיקר געגעבן שטאף צו טראכטן, און איך וואונדער זיך פארוואס דער שרייבער האט נישט מער מאריך געווען דערין, איז אן אנדערע נקודה. נניח אז חרדים זענען מקיים רוב פון דעם שולחן ערוך, נניח אז אפילו די סעיפים וואס זיי זענען נישט מקיים האבן תירוצים אין דעם ברייטערן קאנטעקסט פון הלכה, איז פארט דא א פיל הארבערער אישו ביים בשר בהמה. און דאס איז דער אומגעשריבענער שולחן ערוך פון חרדים.

צו אילוסטרירן מיין פונקט וועל איך פארציילן א מעשה שלא היה.

א כינעזער אנטראפאלאג וועלכער האט נאך קיינמאל נישט געהערט איבער אידן איז געוואויר געווארן אז עס געפינט זיך א רעליגיע 'אידישקייט.' זיי זענען קליין אין צאל, אבער גרויס אין מאכט. ער האט אפגעמאכט אז ער מוז זיך באקענען מיט זיי. ער האט זיך נאכגעפרעגט וואו מען קען זיי געפינען, און ער איז געוואויר געווארן אז אין א ווינקעלע נעבן דעם וויליאמסבורג בריק געפינט זיך א גרופע אידן וואס טענה'ן אז זיי זענען די מערסטע אריגינעלע אידן אין דעם גאנצן כדור הארץ. נו, אז ער גייט פארשן אידישקייט, זאל דאס טאקע זיין ביי די וואס שטעלן פאר די אריגינעלסטע ווערסיע דערפון. דער פארשער האט געכאפט אן עראפלאן און איז געקומען קיין וויליאמסבורג און האט זיך איינגעשריבן אין פוינט פלאזא האטעל פאר עטליכע חדשים זיך צו באקענען מיט זיי פון דער נאנט. במשך די קומענדיגע חדשים האט ער זיך אראפגעשריבן זיינע נאטיצן און באאיינדרוקן פון דעם אידישן פאלק, און זייערע געזעצן און אויפפירונגען לויט זיין פארשטאנד.

(וויכטיגע באמערקונג: דער כינעזער פארשטייט נישט קיין תנ"ך, תלמוד, אדער שולחן ערוך. אלס וואס ער ווייסט איבער אידישקייט קומט פון וויילן עטליכע חדשים ביי די אריגינעלסטע גרופע פון אידן, די חסידים.)

    [center]די מצוות פון אידישקייט[/center]

    שטרענגע געזעץ: נישט אריינלאזן קיין פרעמדע (אליין בייגעוואוינט ביי פראטעסט קעגנאיבער האטעל).

    קליידונג געזעצן: מענער מעגן נאר גיין שווארצע מלבושים. זיי מוזן טראגן צוויי צודעקן אויפ'ן קאפ, א הארטע און א ווייכע, די הארטע קען זיין דריי ערליי פארמען, אבער די ווייכע מעג נאר זיין פון זעקס שטיקער צוזאמגענייט, און דוקא ווייך, אויב עס איז הארט איז עס פסול. אויסער דעם דארף מען אנטון א ווייסע העמד, א געלע וואלענע סחורה מיט שווארצע שטרייפן און פעדימער ביי די זייט, און לאנגע ווייסע אונטערהויזן. געוויסע משפחות האבן אנדערע סארט געזעצן, טייל פון זיי מוזן דוקא גיין קאלירטע קליידער, אנדערע מוזן גיין גאר ברייטע קאפ-צודעקער. די זעלבע משפחות טארן אויך נישט חתונה האבן מיט א געווענליכער איד אויסער זייערע משפחות, דאס וואלט געווען גאר א געפערליכע עבירה, און קיינער פון זיי איז עס נישט עובר אין קיין שום פאל. זיי וועלן ענדערש חתונה האבן מיט א נארישער אדער אומטויגליכער פערזאן ווי איינער אויסער זייערע משפחות. טייל אידן פון די משפחות האבן אויך מאדנע מנהגים, ווי למשל טאנצן און שפרינגען, גיין מיט א שטעקן אין גאס, בעטן געלט פון אנדערע מענטשן כאטש זיי דרייוון קעדילעקס און וואוינען אין רייכע הייזער, און נאך. (באמערקונג: מעגליך אז דאס האט א שייכות מיט די אור אלטע פאמיליע פון כהנים וואס לויט פראפעסארן האבן זיי אמאל געהאט אנדערע געזעצן ווי דעם גאנצן אידישן פאלק).

    האר: האר שפילט א צענטראלע ראלע אין די אידישע רעליגיע. מענער, פרויען און קינדער העכער דריי מוזן גענצליך אפשערן די קאפ. מענער מוזן לאזן לאנגע לאקן ביי די זייט. די איבריגע האר פון דעם קערפער איז פארבאטן צו אפשערן ביי מענער. פון די צוויי הארבסטע עבירות אין די אידישע רעליגיע זענען נוגע צו האר: פאר מענער איז פארבאטן אפשערן אפילו א קליין חלק פון די בארד. פאר פרויען איז פארבאטן לאזן וואקסן אפילו א קליין חלק האר אונטער דעם צודעק. פאר די צוויי עבירות קומט זיך די הארבסטע עונש: מען לאזט נישט די קינדער לערנען תורה (אידישע געזעצבוך). עס איז אומבאקאנט ווי אזוי די אויטאריטעטן געפינען אויס אויב די פרויען האבן האר אונטער די צודעק. די דריטע הארבסטע עבירה איז בויען הייזער אויף פלעצער וואו מען האט באגראבן מענטשן פאר דריי טויזנט יאר צוריק וואס זענען מעגליך געווען אידן, און מען איז מחוייב זיך צו לאזן שלאגן ביז בלוט עס צו פארמיידן. לויט ווי איך האב געהערט פון פראפעסארן אז עס זענען פארהאן דריי הארבסטע עבירות אין אידישקייט זענען דאס זיכער די דריי אויבנדערמאנטע עבירות. מעגליך אז די האר עבירות ווערן גערעכנט פאר איין, און די דריטע עבירה איז טראגן זאכן אין גאס אין דעם זיבעטן טאג (זע ווייטער), אויף וואס מען איז מחוייב נאכצושרייען אין די גאסן.

    זיבעטע טאג: יעדן זיבעטן טאג איז מען מחוייב צו גיין אנגעטאן אנדערש ווי א גאנצע וואך, (מענער) א פעלענעם הוט און גלאנציגע רעקל (פרויען) ווייסע צודעק אויפ'ן קאפ. מען איז מחוייב צו עסן לאנגע מאלצייטן, אריינגערעכנט פיש (דוקא סעלמאן) צעריבענע אייער, א מאכל פון באנדלען, און צעריבענע קארטאפל. דערביי דארף מען זינגען. די מאכלים איז מען מחוייב צו עסן דוקא אויף דעם סדר. מען טאר נישט טראגן קיין שום זאכן אויפ'ן גאס, און עס איז דא ספעציעלע חיוב אנצושרייען די וואס טראגן יא (באמערקונג: אין דערנעבנדיגע בארא פארק מעג מען יא טראגן, סיבה אומבאקאנט). נאך געזעצן פון שבת: מען טאר נישט ארבעטן, דרייוון קארס, און ארויסנעמען די ביינער פון די פיש.

    ספעציעלע טעג: אין אידישקייט זענען פארהאן פארשידענע ספעציעלע טעג וואס מען רופט ימים טובים. גאר אינטערעסאנטע מנהגים שפילן זיך אפ אין די טעג. פאלגנד איז א טיילווייזע באריכט: אנהייב זומער איז פסח. מען דארף צוויי חדשים פריער ארבעטן אויסצורייניגן אלע שמוץ, אפילו די שטויב פון די לעגאס. ערב פסח דארף מען צודעקן די קאונטערס מיט זילבער פאפיר, און פארברענען די איבערגעבליבענע ברויט. פסח אליין טאר מען גארנישט עסן אויסער קארטאפל, אייער, און דינע קרעקערס וואס מען רופט מצות. אויב די מצות ווערט נאס האט דאס א דין ווי אלע אנדערע מאכלים וואס זענען פארבאטן. די פרוכט און גרינצייג האבן אן אינטערעסאנטער דין, מען מעג נאר עסן עפעס וואס דער טאטע האט געגעסן (אומבאקאנט ווער דער ערשטער טאטע וואס האט געבראכן דעם מנהג איז געווען), שאלאכץ פון אלע פרוכט און גרינצייג איז שטרענג פארבאטן, און איז פונקט אזוי הארב ווי מצה וואס האט באגעגנט וואסער אדער פרוכט וואס דער טאטע האט נישט געגעסן אדער סיי וועלכע אנדערע מאכלים.

    אנדערע מנהגים פון ספעציעלע טעג זענען ווי פאלגנד: שבועות: מען מוז אויפזיין א גאנצע נאכט און עסן טשיז קעיק די טאג דערנאך. שמחת תורה מוז מען טאנצן הקפות, סוכות דארף מען עסן אין א האלצערנע שטיבל, אויב מען וויל קען מען אויך שלאפן דארט. יום כיפור איז מען מחוייב צו דאווענען אין שול א גאנצן טאג. פורים דארף מען טרינקען אסאך וויין. חמשה עשר בשבט דארף מען עסן אסאך פרוכט. די אלע מנהגים ווערן גאר שטרענג איינגעהאלטן. די וויכטיגסטע געזעצן בנוגע ימים טובים זענען: אויסרייניגן די הויז פון אלע שמוץ פאר פסח, וויבאלד אויף דעם מנהג גיבט מען אויס די מערסטע כוחות, און טאנצן הקפות, וויבאלד אויף דעם מנהג קומט מען צופארן פון איבעראל, מען טאנצט ביז די לעצטע כוחות, און מען קריגט זיך ארום מיט די הענט און פיס צו טאנצן דוקא אין די ריכטיגע געבעטס הויז וואס איז אויסגעהאלטן לויט די אידישע געבאטן.

    סעגרעגאציע: איינער פון די וויכטיגסטע געזעצן פון אידישקייט איז אז מענער און פרויען טארן נישט האבן קיין שום שייכות אויסער אויב ס'איז גאר, גאר וויכטיג. דאס רעכנט אריין אפילו אזעלכע נאנטע קרובים ווי שוועגערינס און שוואגערס אדער מומעס און נעפיוס. אפילו א קאפל וועט נישט אויסטוישן מער ווי עטליכע ווערטער איידער זיי האבן חתונה. אזוי אויך טארן פרויען נישט האבן קיין שום ראלע אין אלע פירערשאפט פונקציעס, און אודאי נישט אין רעליגיעזע אפטיילונגען. דערפאר לייקן איך גענצליך אפ דער באהויפטונג פון מערערע רעליגיע פראפעסארן אז אין די אידישע תורה טרעפט מען ווי פרעמדע מענער און פרויען פארברענגען צוזאמען און קושן זיך אפילו, און פרויען וואס זענען גרויסע פירערס און העלדן ביי אידן.

    יסוד פון אידישקייט: די עיקר יסוד פון די אידישע רעליגיע איז צו זיין וואס מער אפגעזונדערט פון די וואס האבן נישט די אידישע רעליגיע. דאס מיינט אז לויט די אידישע רעליגיע איז פארבאטן צו רעדן סיי וועלכע שפראך פון מענטשן וואס זענען נישט קיין אידן, וואס איז גאר מאדנע נעמענדיג אין באטראכט אז די אידן זעלבסט רעדן א פרעמדע שפראך פון די דייטשן וועלכע זענען לויט מיינע מקורות די גרעסטע שונאים פון די אידישע רעליגיע. אזוי אויך טאר מען נישט לערנען אין שולע קיין שום חכמה וואס קומט נישט פון די אידישע רעליגיע. דערפאר לערנט מען נישט קיין שום סייענס אדער קונסט אין שולע. טייל סייענס ווערט אפילו באטראכט אלס א דירעקטע סתירה מיט אידישקייט. דאס אלעס איז גאר מאדנע צוזאמצושטעלן מיט זייער טענה אז אלע חכמות קומען פון די אידישע רעליגיע. אבער דאס איז נישט די איינציגע מאדנע זאך אין אידישקייט.

    די הארבסטע עבירה אין די גאנצע אידישע רעליגיע איז האבן אינטערנעט. לויט די אידישע רעליגיע ווערט אינטערנעט באטראכט אלס די ערגסטע זאך וואס עקזיסטירט, ערגער ווי מאלעסטעישאן אדער טשיילד אביוז. אין א שטוב וואו עס געפינט זיך אינטערנעט טאר מען נישט אריינגיין. זייערע הויפט פירער האבן דערקלערט אז איינער וואס האט א סעלפאן מיט אינטערנעט איז נישט באגלייבט אויף קיין שום זאך, אפילו צו זאגן עדות אויב א קאפל האט חתונה געהאט, און אז מען טאר אפילו נישט זיצן מיט א קאמפיוטער וואס האט אינטערנעט אין איין שטוב. די מאדנע זאך איז: ניינציג פראצענט פון זיי האבן אינטערנעט.
    עס איז אויך אינטערעסאנט אז פראפעסארן באשטעטיגן אז אינטערנעט ווערט אפילו נישט דערמאנט אין קיין איינע פון די אידישע געזעץ ביכער. זיי זאגן אז דאס איז צוליב דעם וואס אינטערנעט האט נאכנישט עקזיסטירט ווען די ביכער זענען געשריבן געווארן. דאס מיינט אז דאס איז ממש א נייע געזעץ. דאס איז נאכמער אינטערעסאנט, וויבאלד די אידן טענה'ן אז זיי האבן נישט געטוישט קיין שום זאך זינט זיי האבן באקומען זייערע געזעץ ביכער פון גאט.

    שולחן ערוך: אויסער די הויפט געזעצן, זענען דא נאך פארשידענע טויזנטער דעטאלן פון אלע סארטן געזעצן וואס זענען רעלעוואנט צו די אידישע רעליגיע, און זיי זענען אראפגעשריבן אין עטליכע ביכער וואס זיי רופן 'שולחן ערוך'. אבער רוב אידן זענען בכלל נישט באקאנט אין דעם שולחן ערוך, פונקט ווי רוב אמעריקאנער זענען נישט באקאנט מיט די געזעצן פון אמעריקע. עס זענען דא ספעציעלע מענטשן וואס קענען די געזעצן וועמען מען רופט דיינים. די מאדנע זאך איז אז אפילו די מענטשן קענען אויך נאר א קליינער טייל פון די געזעצן. פאקטיש זענען קוים פארהאן געציילטע מענטשן, אפשר איינס פון צען טויזנט, וואס זענען באקאנט אין אלע געזעצן פון דעם שולחן ערוך. דאס איז א קלארע אנדייטונג אז שולחן ערוך שפילט א רעלאטיוו קליינע ראלע אין די אידישע געמיינדע. פאקטיש האב איך כמעט נישט געהערט דערמאנען דעם שולחן ערוך אין קיין שום דרשות, און איך האב נישט געזען דעם ווארט אויף קיין איינע פון זייערע צעטלען וואס פילן כסדר אן די ווענט צו מעורר זיין אויף די פריערדיג דערמאנטע געזעצן. נאכמער, ערפארענע פראפעסארן זאגן מיר אז רוב פון די געזעצן וואס איך האב דערמאנט ווערן בכלל נישט דערמאנט אין שולחן ערוך, און דאס איז טראצדעם וואס זיי טענה'ן אז דאס זיך פירן לויט'ן שולחן ערוך איז דער עיקר אונטערשיד צווישן דעם איד און נישט איד.
#אינגאנצןצומישט.


דער כינעזער אנטראפאלאג שלא היה ולא נברא וואלט נאך מסתם געהאט א לאנגע ליסטע פון באמערקונגען, אבער מיין כח הדמיון לאזט זיך שוין אויס. איך האף אז די נאטיצן פון דעם פארשער רעדן פאר זיך אליין. די איינציגע שאלה בלייבט נאר, פארוואס האט דער שרייבער פון דעם שבת בלעטל ארטיקל, א קענטיגער חסידישער איד וואס איז אויך א שטיקל תלמיד חכם, זיך געדארפט באמיען צו שרייבן א גאנצער ארטיקל מיט צענדליגער מראי מקומות אויפצואווייזן זיין פוינט, ווען א פרעמדער כינעזער וועלכער ווייסט נישט אויף וועלכע זייט מען עפנט א שולחן ערוך האט געמאכט די זעלבע מסקנא נאכ'ן פארברענגען צווישן אונז בלויז עטליכע חדשים.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר