זענען אונז אייביג שולדיג געוועהן אין די צרות?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

זענען אונז אייביג שולדיג געוועהן אין די צרות?

שליחה דורך איחוד פעלד »

אין די לעצטע צייטען קומען פאר גזירות שונות אויף כלל ישראל, איך וויל נאר נעמען צוויי פין די גזירות און דאס צונעמען.

1. מציצה בפה.

ווען מען האט פאר פינף יאר צוריק געמאכט א מחאה און זיך נישט געוואלט אדורך קומען מיט דער העלט קאמישינער (ווען דער מוהל פין מאנסי האט אינפעקטירט קינדער), בעת ההוא האט דער אגודה געטענה'ט אז מען זאל זיך אדורך קומען מיט דער גאווערמענט, און די עסקנים פין ווילי האבען געשריגען ניין, און מען האט "געוויזען" דער העלט קאמישינער אז אונז זענען א פאלק וואס וויל אפילו נישט רעדען וועגען דער ענין.

דאס האט גורם געוועהן אז זיי האבען געוואלט ארבעטען אויף א מהלך קעגען אונז, ווי איידער מיט אונז, און האט דערווייל אנגעברענגט דער ערשטער טייל פין דער גזירה אויף מציצה בפה, וואס הגם עס איז אין אקט, טוט מען דאס דערווייל נישט אינפארסירען, און הש"י לכאורה מיט דער כוונה, אז איין טאג וועלען זיי עס גענצליך אסר'ן, מיט דער טענה אז אונז זענען נישט קיין נארמאלער מענטשען, און אפילו קיין חתימה קען מען זיי נישט הייסען געבען אז זיי נעמען אחריות אויף זייערע מעשים.

2. גזירת הגיוס.

אהן אריין גיין אין דער עמקות הטענה צו עס איז יא א גזירה אדער נישט, איז עס לכאורה נישט א גוטע זאך אז בחורים זאלען גיין אונטער א פרייע מפקד ביי דער זיבעצען יאר. אויב שוין יא וואלט עס געדארפט ווען געשעהן שפעטער נאך די חתונה, ביי דער צוואנציג, ווען מען איז שוין מער געסעטעלט.

ווען עס האט זיך אנגעהויבען די שמועסען האט מען געקענט סעטלען, די פרטים זענען נישט בגלוי, אבער זיי זענען געוועהן אפען פאר סעטלען, ווייל זיי האבען נישט געוויסט צו זיי וועלען האבען א קואליציע בכלל. נאר די חרדים האבען גענומען דער קאפ אין וואנט מהלך און זיך "צוקריגט" מיט לפיד, און יעצט שטייט עס אסאך ערגער.


אויב דאס איז אונזער מהלך אויף ברענגען גזירות אויף כלל ישראל, צו זאל מען מסופק זיין אז אמאהל זענען גזירות אויך צושטאנד געקומען א דאנק די מהלך פין קאפ אין וואנט?

איך בין נישט אזוי באקאנט אין היסטאריע, אבער למשל דער שחיטה גזירה אין פוילין, איז אפשר אויך געוועהן א דאנק דער היימישער עסקנים?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר