דער סעקסיזם פאראדאקס

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8364 מאל

דער סעקסיזם פאראדאקס

שליחה דורך יאיר »

אין א לעצטערע שמועס מיט א חבר איבער דעם ענין פון פעמיניזם ואביזרייהו איז מיר נולד געווארן א געדאנק וואס איך וואלט געוואלט מציע זיין דא און הערן וואס דער עולם זאגט דערצו.

פאר די וואס ווייסן נישט, פעמיניזם באדייט די שיטה אז פרויען און מענער האבן אייניגע כשרונות און מעגליכקייטן, עס איז נישטא קיין באדייטנדע חילוק צווישן די צוויי אויסער זייערע גופים.

סעקסיזם באדייט די שיטה אז עס איז דא א פונדאמענטאלע חילוק צווישן מענער און פרויען. למשל, אויב איינער האלט אז מענער זענען מער געלונגענע סייענטיסטס ווי פרויען דעמאלט איז ער א סעקסיסט. אין סאסייעטי ביז לעצטנס איז סעקסיזם געווען אן אנגענומענע זאך. מענער האבן געהאלטן אז פרויען דארפן זיין אין שטוב און זיי טויגן ווייניגער אויפצוטוען זאכן ווי מענער. די פעמיניזם באוועגונג האט דאס געטוישט און האט אריינגעברענגט א רוח אז עס איז נישט ריכטיג, פרויען האבן די זעלבע כשרונות און מעגליכקייטן ווי מענער. אויב היינט זעט מען אז א מאן באציט זיך צו פרויען אויף א דערנידערנדן אופן (למשל ער זאגט כל כבודה בת מלך פנימה) ווערט ער באטיטלט אלס א סעקסיסט. ווען דער פרעזידענט פון הארווארד האט אמאל פארגעשלאגן אין א דרשה אז איינער פון די סיבות פארוואס עס זענען פארהאן ווייניגער פרויען סייענטיסטס ווי מענער איז וויבאלד זיי האבן ווייניגער כשרונות אין אזעלכע ענינים ווי סייענס און לאגיק האט ער פארארוזאכט אזא שטורעם אז ער האט געמוזט רעזיגנירן.

אין דעם שמועס מיט מיין חבר האב איך אים געזאגט אז איך האב א לאגישע טענה אויף די וועג ווי אזוי דער טיטל פון סעקסיזם ווערט באנוצט היינטיגע צייטן. מיט דעם וואס דער פעמיניסט (געווענליך א פרוי) זאגט אז עס הערשט סעקסיזם אויף די וועלט, מיינט זי געווענליך צו זאגן אז מענער קוקן אראפ אויף פרויען. אלזא, מיט דעם באשטעטיגט זי אז עס איז פאקטיש דא א חילוק צווישן מענער און פרויען, ווייל מענער זענען מער סעקסיסט ווי פרויען. קומט אויס אז זי איז אליין א סעקסיסט.

לאמיר דאס אילוסטרירן מיט א משל, שלמה און שרה טענה'ן זיך ארום איבער א געוויסער פרוי, מרת. לערנער, א פראפעסאר. שרה טענה'ט אז מרת. לערנער איז גאר א גוטע פראפעסאר, און שלמה טענה'ט אז נישט. שרה פרובירט ארויסצוקוועטשן וואס באדערט אים וועגן מרת. לערנער, אבער שלמה האט נישט קיין געהעריגע ענטפער. שרה ווערט אויפגערעגט און גיבט א זאג "ביסט סתם א סעקסיסט!"

שרה איז גאנץ מעגליך גערעכט אז שלמה איז א סעקסיסט. אבער לאמיר זיך פארשטעלן אז די שמועס זאל פארקומען צווישן שרה און מלכה, און מלכה זאל טענה'ן אז לערנער איז נישט קיין גוטע פראפעסאר אן קיין שום נארמאלע סיבה. דעמאלט וועט שרה אודאי נישט שרייען אז מלכה איז א סעקסיסט, נאר זי וועט זאגן אז אפשר האט מלכה געהאט עפעס א פערזענליכע צוזאמענשטויס מיט מרת. לערנער, אדער האט זי נישט ליב די קאליר פון לערנער'ס האר, אדער האט איר סתם אזוי אנגעכאפט א משוגעת. אין אנדערע ווערטער, די איינציגסטע סיבה פארוואס שרה האט באשולדיגט שלמה אז ער איז א סעקסיסט איז פשוט ווייל ער איז פון אן אנדער דזשענדער, ער איז א מאן. און דערפאר איז ער אויטאמאטיש מער עלול צו פיינט האבן פרויען פאר גארנישט. מיט וואס איז דאס אנדערש ווי זאגן אז מענער זענען אויטאמאטיש אויסגעשטעלט צו זיין בעסערע סייענטיסטס? הצד השוה שבהן אז ביידע רעיונות מאכן א חילוק צווישן די צוויי דזשענדערס.

די זעלבע טענה קען מען אויך נוצן לגבי ראסיזם. דער שווארצער שרייט אז עס הערשט ראסיזם קעגן שווארצע. צום ביישפיל, מיט דעם וואס מענטשן האלטן אז שווארצע זענען מער עלול צו באגיין מערדעריי, און מיט דעם מאכן זיי א חילוק צווישן די צוויי ראסעס. אבער מיט די טענה אליין באשטעטיגט דער שווארצער אז עס איז דא א חילוק צווישן שווארצע און ווייסע, דהיינו, א ווייסער וועט ענדערש פיינט האבן א שווארצער ווי א צווייטער שווארצער. צום ביישפיל, ביי די מעשה פון זימערמאן האט מען אים באשולדיגט אז ער האט גע'הרג'עט א שווארצער צוליב ראסיזם, ווייל זימערמאן האט געהאלטן אז א שווארצער איז מער עלול אים צו הרג'ענען בלויז צוליב דעם וואס ער איז א שווארצער. לאמיר זאגן אז דאס איז אמת, אבער פאקטיש איז דא געשען פונקט אזא ראסיזם אויף צוריק. דהיינו, מען האט באשולדיגט א ווייסער מאן, זימערמאן, אז ער איז א פשוט'ער רוצח. און דאס האט מען באזירט בלויז אויף זיין ווייסקייט. יעדער פארשטייט דאך אז ווען זימערמאן וואלט אויך געווען א שווארצער וואלט קיינער נישט געזאגט אז ער האט געהרג'עט טרעווין מארטי צוליב ראסיזם. ממילא דאס וואס זימערמאן איז א ווייסער האט אים אויטאמאטיש אויסגעשטעלט צו ווערן באשולדיגט אלס א ראסיסט און רוצח.

איך האף אז איך האב גענוג קלאר ארויסגעשטעלט מיין ארגומענט. איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם זאגט דערצו.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר