א גוטע זאך קומט אן שווער?, אדער פארקערט? .

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 849 מאל

א גוטע זאך קומט אן שווער?, אדער פארקערט? .

שליחה דורך מצטמק ויפה »

שוין לאנג וואס איך וויל פארשטיין די חילוק פון זאגן, "א גוטע זאך קומט אן שווער", אדער לעומת זה , "אקעי אז עס קומט אן שווער מו הסתם איז עס נישט די רצון הבורא אז איך זאל עס טוען, און איך לאז עס אפ.".
דהיינו וואס איך מיין צו זאגן איז אזוי, א מענטש נעמט זיך אינטער אמאל צו טוען א געוויסע גוטע זאך, און אינמיטן האקט ער זיך אן אין א געוויסע שווערעקייט; איז דער מענטש וועט אין געוויסע צייטן זאגן מיט א ריכטיגע בטחון "איך זעה אז עס איז נישט באשערט און פערטיג", און דער זעלבע מענטש ווען עס קומט צו א צווייטע געלעגנהייט, וועט ער זאגן מיט גאנצען חיות, " הער אויס אזוי גייט עס, א גוטע זאך קומט אן שווער,"
סא האללא, וואס גייט דא פאר? פארוואס נעכטען זינגסטו דעם ניגון אזוי, און היינט איז עס פונקט פארקערט.
וואס איך וויל וויסען איז, ווי אזוי קען מען דאס באמת שאצ'ן ?, ווען דארף מען עס אנקוקען אלס א סימן מן השמים , און ווען פארקערט?.

איך וואלט געזאגט אזוי, אז ווען א מענטש טוט א גוטע זאך וואס ער האט נישט קיין שום ספק אז עס איז א גוטע זאך, דעמאלטס איז קלאר אז ער דארף טראכט'ן אז א גוטע זאך קומט אן שווער, אבער ווען א מענטש טוט א זאך וואס ער ווייסט באמת נישט צו עס איז גוט צו נישט , צו דאס איז די רצון הבורא צו נישט , דעמאלטס קומט אריין די פראבלעם, וואס מען דארף טראכט'ן . אויב איינער האט א שטיקל מהלך אין דעם ענין זאל ער זיך לאזן הערן .

אז מען רעדט שוין יא, וואלט איך געוואלט וויסן פון ווי קומט דער מקור אז א גוטע זאך קומט אן שווער? .

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר