זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך באשאף דעם לעבענס וויכטיגע אשכול פאר מיין תועלת און די תועלת פון אסאך חברים וואס וועלן מיר דאנקן בזה ובבא.

די יסודות הדת זענען זייער קליפ און קלאר. אני מאמין באמונה שלימה אז יש מנהיג לבירה און יעדעס ווארט וואס שטייט אין די תורה איז אמת ויציב. זאכן ווי- גאט, בריאת העולם, חיים אחר המוות וכדו' זענען זאכן וואס זענען זייער פשוט און פארשטענדליך, און אויב איינער האט די מח און שכל, און האט אביסל געלערנט און מעיין געוועהן, איז עס מעגליך צו פארשטיין.

פיל ספרים זענען נתחבר געווארן במשך הדורות וואו מ'קען דורך לערנען יסודות ופרטי דתנו, וכל הרוצה ללמוד יבוא וילמוד. דער בראך איז נאר אז נישט יעדער האט די צייט און קאפ, און טייל ווייסן נישט וואו אנצוהייבן.

יעדע נארמאלע מענטש -- און פארשטייט זיך ערליכע אידן -- האט געוויסע זאכן וואס מען איז נישט קלאר אין, און מען וואלט געקענט באשטיין עס אויסצוקלארן. טיילמאל א קשיא וואס ער האט געהערט אדער געזעהן, אמאל א שאלה וואס אים אליין באדערט, און צומאל סתם יסודות היהדות וואס זענען זייער קלאר פאר די יודעי ספר, אבער פארנעפעלט פאר פשוט'ע אידן.

דערפאר עפען איך דעם אשכול "זאכן וואס איך מוז וויסן", וואו מ'וועט קענען אנפרעגן אלע קשיות וואס מ'האט, און מ'האט אמאל געהאט, און איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק.

איך וועל דא פרעגן צוויי זאכן וואס כ'מוז וויסן:

א) ס'זענען דא איבער פיפציג מיליאן רעליגיעס און קולטורן אויפן ערד קוגעל. ס'איז אומעגליך דורכצולערנען און שטאדירן אפילו בלויז א קליין חלק פון זיי במשך דאס לעבן. וויאזוי ווייס איך אויף זיכער אז איך בין גערעכט מיט מיין גלויבונג אן הערן וואס יענער האט צו זאגן?

ב) דער ענין פון 'צדיק ורע לו רשע וטוב לו' איז ביי מיר נישט קלאר. איז מעגליך דאס צו פארשטיין על רגל אחת?

דער אשכול פארמאגט 77 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר