א גריס פון יענע וועלט

מחשבה, השקפה ועיון

א גריס פון יענע וועלט

הודעהדורך מצטמק ויפה » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:23 pm

מיר איד'ן מאמינים בני מאמינים, גלייבן באמונה שלימה אז נאך הונדערט און צוואנציג יאר וואס אונזער זעקל ביינער טוט איר תפקיד אויף די וועלט, און מען פּאקט איר איין אין די תכריכים, דאן גייט מען ארויף צו דעם עולם האמת, וואו דער בית דין של מעלה איז דן די מענטש לפי מעשיו, אויב איז ער ראוי אריין צו גיין אין גן עדן, און באקומען זיין פארדינטע שכר, אדער חלילה פארקערט.

די שאלה איז אבער, צו קען מען דאס אויפווייזען סייענטיפיק, אדער נישט? די תירוץ אויף דעם איז, טויזענט פראצענט אז, יא!, נישט נאר דאס, נאר עס זענען פארהאן "מיליאנען" ( יא איר האט גוט געזען! ) גוים פון די גאנצע ערד קוגל וואס קענען אויף דעם מעיד זיין.

איבער דרייסיג מיליאן מענטשען פון איבער די גאנצע וועלט האבן איבער-געגעבן אז זיי זענען שוין געווע,ן און געזען א לעבן נאך זייער טויט, אין אמעריקע אליין זענען שוין געווען איבער אכט מיליאן מענטשען, וואס זאגען אז זיי זענען שוין געווען קליניקעל טויט, און צירוק געקומען צום נארמאלען לעבן, דאס זענען נאר די נומער'ן פון מענטש'ן וואס זענען געקומען פארציילען זייער געשיכטע, אבער לכאורה איז פארהאן אסאך מער ווי דעם, נאר זיי זענען נישט געקומען פארציילען וואס זיי האבן נארוואס מיט-געלעבט.

דורך אויס די לעצטע יארן זענען ארויס געקומען צענדליגע ביכער פון דאקטורים און פארשער, וואס האבן אוועק געגעבן צענדליגע יאר און טויזענטער שעות פון שטודירען, און אינטערוויאָען מענטשען וואס האבן דאס דורך געלעבט, און דערנאך באשריבן זייער שטוינענדע ערפונדונגען.
איינס פון די מערסטע אויפגעכאפטע ביכער איז פון א דאקטער און ווערדזיניע, וואס האט אינטערוויאָט הונדערט און פופציג פאציענטן, וואס זאגן אז זיי זענען שוין געווען טויט, און דערנאך צירוק געקומען צום לעבן, און זי פארציילט אלע אירע החלטות און ערפונדונגען , די בוך רופט זיך Life After Life, עס איז שוין איבערגעטייטשט געווארן אויף דרייסיג שפראכ'ן.
אזוי איז דא נאך צענדליגע ביכער וואס זענען ארויסגעקומען דורך די יארן פון שרייבער וואס האבן אינדערוויאָט הונדערטע פאציענטען וואס האבן שוין געזען יענע וועלט, פון די באקאנט'סטע ביכער זענען; The Time Of Death, The Life In The Death, The Return From The Tomorrow, On Death,
On Dieying .

לאמיר אביסעל אריבער גיין צו וואס די אלע זענען אויפגעקומען, די חידוש פון די גאנצע זאך איז אז מען רעדט דא פון מיליאנען מענטשען, פון איבער די גאנצע וועלט, אנדערע קולטשירס, און אנדערע רעליגיעס, אנדערע מיינונג'ען. אבער דאך אלע האבן געהאט צו פארציילן בערך די זעלבע מיט-לעבעניש פון די פינף זעקס מינוט וואס זיי זענען נישט געווען דאהי.

יעצט לאמיר זען וואס אלע פארציילען, אלע זאגן בפה אחד אז פון די מינוט פון זייער עקסידענט וכדו', האבן זיי געשפירט ווי זיי קומען ארויס פון זייער גוף, און זיי פליען אזוי ווי א בלעטעל ארום די סצענע פונ'ם עקסעדענט, אדער אין די שפיטאל צימער, און זיי פליען העכער און העכער. און פון יענע מינוט האבן זיי געקענט זען און הערן אלעס וואס טוט זיך ארום זיי, און נישט נאר און זייער צימער נאר צומאל האט מען געזען אז זיי האבן געוויסט קלאר וואס עס איז פארגעקומען אין א צווייטע שטוב אין שפיטאל, אפילו נישט אויף זייער שטאק, אויך זאגן זיי אז אפילו זיי פליען ארום אונם שפיטאל האבן זיי געקענט מיטהאלטן זאכן פון עטליכע פלעצער אויף איין מאל .
דערנאך זאגן זיי אז זיי זענען אנגעקומען צו גאר גאר א טונקעלע טונעל, וואס צוביסלעך זעהט מען קומען א גאר שטארקע לעכטיגע, א מין ליכטיקייט וואס זיי האבן נאך קיינמאל נישט געזען, עפעס הערליך שיין, און זיי שפּיר'ן א מוראדיגע גוטע געפיל, און לאוו וואס זיי האבן קיינמאל נישט געשפירט און זייער לעבן, דערנאך האבן זיי געטראפען זייער נאנטע, זיידעס, באבעס, וכו', וואס זענען געקומען זיי מקבל פנים צו זיין, און מען האט זיי געזען מיט זייער נארמאלע אויסזען, און זיי זענען ארום געפלויגן ארום איהם, טייל האבן געזאגט אז זיי האבן געזען יעדעם איינעם מיט א אנדערע ליכטיגקייט, די וואס זענען געווען גוט אויף די וועלט האבן געהאט א שטארקע ליכטיגקייט, און פארקערט האבן געהאט א שוואכערע ליכטיגקייט.
דערנאך טוט מען זיי ווייזען בילדער, פון די אנהייב פון זייער לעבן, אויף גאר א שנעלע אויפן, איין בילד נאכ'ן צווייטען זייער שנעל, אלעס און די סדר פון זייער לעבן, אזוי גייט מען דורך די גאנצע פערציג פופציג יאר און אפאר מינוט, און דא בערך האבן זיך אלע צוריק אויפגעכאפט.

דאס אלעס דארף זיין פאר אונז א שטארקע חיזוק, אז יש דין ויש דיין, און עס וועט קומען א צייט וואס יעדער וועט דארפ'ן אפגעבן א דין וחשבון אויף אלע זיינע מעשים, און באקומען שכר ועונש, לויט וויפיל עס קומט זיך איהם.


(גענומען ע"פ רוב פון א לעקציע פון הרב יוסף מזרחי ני"ו)
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1020 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:33 pm

לויט אונזער גלויבינג אז יענע וועלט איז צדיקים יושבים ונהנים מזיו השכינה. איז פשוט אפיקורסת צו זאגן אז מ'קען בכלל מסביר זיין פאר א לעבעדיגער וואס טוט זיך אויף יענער וועלט. אלזא ווי מער מענטשן פארציילן זייער עקספיריענסעס אלס א גרעסער פראבלעם האבן מיר.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:35 pm

אויב אלע האבן געזעהן דער זעלבע זאך-- און אויפן הנחה אז אידישקייט איז דער ריכטיגע רעליגיע-- וויאזוי קען זיין אז זיי האבן זיך נישט אלע מגייר געוועהן? אלא מאי מוז מען זאגן אז די חברה לעבן אין דמיונות. בכלל זענען דא טויזענטע אטיאסטען וואס זענען אויך געשטארבן קליניש- און לייקענען ווייטער אין גאט.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2338
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3667 מאל

הודעהדורך מצטמק ויפה » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:42 pm

מאטי האט געשריבן:לויט אונזער גלויבינג אז יענע וועלט איז צדיקים יושבים ונהנים מזיו השכינה. איז פשוט אפיקורסת צו זאגן אז מ'קען בכלל מסביר זיין פאר א לעבעדיגער וואס טוט זיך אויף יענער וועלט. אלזא ווי מער מענטשן פארציילן זייער עקספיריענסעס אלס א גרעסער פראבלעם האבן מיר.


ווער זאגט אז מען זעט גלייך די נהנים מזיו השכינה? און אויך לאזט זיך שווער גלייבן אז דער גוי וואס קומט ארויף דארט האט די זכי' פון נהנים מזיו השכינה.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1020 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:43 pm

אפטעמיסט דאס איז נישט קיין ראיה ווייל מיר ווייסן דאך אז "שאור שבעיסה מעכב" אדער "בראתי יצ"ה בראתי תורה תבלין כנגדו " און זיי לערנען דאך נישט קיין תורה.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך מצטמק ויפה » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:46 pm

אפטעמיסט האט געשריבן:אויב אלע האבן געזעהן דער זעלבע זאך-- און אויפן הנחה אז אידישקייט איז דער ריכטיגע רעליגיע-- וויאזוי קען זיין אז זיי האבן זיך נישט אלע מגייר געוועהן? אלא מאי מוז מען זאגן אז די חברה לעבן אין דמיונות. בכלל זענען דא טויזענטע אטיאסטען וואס זענען אויך געשטארבן קליניש- און לייקענען ווייטער אין גאט.


פארוואס דארף ער זיך מגייר זיין? ער גלייבט אין גאט און פירט זיך אויף בעסער, און דאס וואס דו זאגסט אז עס זענען דא וואס לייקענען אין גאט, ווייס איך נישט פון וואו די קומסט, ביטע אויב דו קענסט עס באשטעטיגען.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1020 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:49 pm

דער חכם מחוכם רב מזרחי פארגעסט אלץ צו מענטשענען איין וויכטיגע פאקט, אזש טויזענטער אידן וואס זענען געשטארבן קליניש פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט די בית דין של מעלה, טויזנטער קריסטן פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט יאשקע און טויזנטער מוסלמענער פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט מוכאמאד... הממממ... האסט אמאל געהערט איבער די שפריכווארט "מען חלומ'ט ביינאכט וואס מען טראכט בייטאג"?

דאנט געט מי סטארטעד אויף מזרחי.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2735
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6131 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

מיר האט א איד פארציילט ווי נאך א סוזשורי און זעהט זיך אויס אונטער די איינפלוס פון די מעדיקעשאן האט ער ערענסט העלוסינעטעט. ער האט געגעבן שלום צו א גאסט פון ירושלים, זיינס א חבר א רב, און זיך באדאנקט פארן אים קומען באזוכן גראד פון לופטפעלד מיט די רענצל אין די זייט, ער האט מיטגעהאלטן א מעמד קידוש החמה מיט טויזענטער מענטשן, אויסרעכענדיג רבנים אויפן אויבנאן, בשעת זיין פאטער זיצט ביים שפיטאל בעטל אין טענה'ט זיך מיט אים אז ער ליגט אויפן דריטן שטאק אין א ווינקל. (אין חסידישע פאלקלאר רופט מען דאס "זיך באווייזן בהקיץ.")

פון די מיליאנען מענטשן וועלכע האבן געהאט NDEס האבן מערערע באריכטעט אז זיי האבן זיך געטראפן אויף יענע וועלט מיט מענטשן וועלכע זענען געווען נאנט צו זייער הארץ, פון עלוויס פרעסלי ביז יאשו הנוצרי ביז די פעטער וואס האט געפירט א פארצווייגטע מולטי-טאנק גאז סטאנציע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יואליש אום מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:09 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2470
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3728 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:53 pm

מצטמק ויפה האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:לויט אונזער גלויבינג אז יענע וועלט איז צדיקים יושבים ונהנים מזיו השכינה. איז פשוט אפיקורסת צו זאגן אז מ'קען בכלל מסביר זיין פאר א לעבעדיגער וואס טוט זיך אויף יענער וועלט. אלזא ווי מער מענטשן פארציילן זייער עקספיריענסעס אלס א גרעסער פראבלעם האבן מיר.


ווער זאגט אז מען זעט גלייך די נהנים מזיו השכינה? און אויך לאזט זיך שווער גלייבן אז דער גוי וואס קומט ארויף דארט האט די זכי' פון נהנים מזיו השכינה.

בקיצור נמרץ לויטן רמב"ם זיכער יענע וועלט איז נישט תופס זמן , מקום, קיין שום חושים וואס א גוף קען זיך בכלל מצייר זיין . אויב זיי קומען ווען צוריק און זאגן מיר האבן געזען עפעס וואס מ'קען בכלל נישט מסביר זיין וואלט איך געהערט הגם ס'וואלט מיר געבאדערט דאס לשון ''געזען" וואס לאזט זיך נישט זאגן אויף אן עולם הבא'דיגער עקספיריענס . אבער אויב זיי קומען נאך פארציילן וואס ווען ווי אזוי ! דאס איז בכלל נישט אין איינשלינגען מיט וואס מיר גלייבן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:53 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום זונטאג פעברואר 16, 2014 11:56 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:53 pm

הוגה האט געשריבן:דער חכם מחוכם רב מזרחי פארגעסט אלץ צו מענטשענען איין וויכטיגע פאקט, אזש טויזענטער אידן וואס זענען געשטארבן קליניש פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט די בית דין של מעלה, טויזנטער קריסטן פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט יאשקע און טויזנטער מוסלמענער פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט מוכאמאד... הממממ... האסט אמאל געהערט איבער די שפריכווארט "מען חלומ'ט ביינאכט וואס מען טראכט בייטאג"?

דאנט געט מי סטארטעד אויף מזרחי.


.

דאס גענוי האב איך געזאגט @מאטי. דער עולם העליון איז אן עולם האמת, און אויב איז אמת וואס די חברה טענה'ן, וואלטן אלע געדארפט זיך מגייר זיין.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2338
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3667 מאל

הודעהדורך מצטמק ויפה » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:55 pm

הוגה האט געשריבן:דער חכם מחוכם רב מזרחי פארגעסט אלץ צו מענטשענען איין וויכטיגע פאקט, אזש טויזענטער אידן וואס זענען געשטארבן קליניש פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט די בית דין של מעלה, טויזנטער קריסטן פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט יאשקע און טויזנטער מוסלמענער פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט מוכאמאד... הממממ... האסט אמאל געהערט איבער די שפריכווארט "מען חלומ'ט ביינאכט וואס מען טראכט בייטאג"?

דאנט געט מי סטארטעד אויף מזרחי.


.

אוי זאגסטו גוט, מיך באדערט דאס שוין לאנג איך האב נאר נישט געוואלט ברענגען יענע זייט מטבע, אבער וואס איז טאקע פשט? זענען זיי קיננמאל נישט געווען טויט? פונקט חלומען זיי דעמאלטס? און אלע חלומען כמעט די זעלבע חלום?
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1020 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:56 pm

מאטי האט געשריבן:
מצטמק ויפה האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:לויט אונזער גלויבינג אז יענע וועלט איז צדיקים יושבים ונהנים מזיו השכינה. איז פשוט אפיקורסת צו זאגן אז מ'קען בכלל מסביר זיין פאר א לעבעדיגער וואס טוט זיך אויף יענער וועלט. אלזא ווי מער מענטשן פארציילן זייער עקספיריענסעס אלס א גרעסער פראבלעם האבן מיר.


ווער זאגט אז מען זעט גלייך די נהנים מזיו השכינה? און אויך לאזט זיך שווער גלייבן אז דער גוי וואס קומט ארויף דארט האט די זכי' פון נהנים מזיו השכינה.

בקיצור נמרץ לויטן רמב"ם זיכער יענע וועלט איז נישט תופס זמן , מקום, קיין שום חושים וואס א גוף קען זיך בכלל מצייר זיין . אויב זיי קומען ווען צוריק און זאגן מיר האבן געזען עפעס וואס מ'קען בכלל נישט מסביר זיין וואלט איך געהערט הגם ס'וואלט מיר געבאדערט דאס לשון ''געזען" וואס לאזט זיך נישט זאגן אויף אן עולם הבא'דיגער עקספיריענס . אבער אויב זיי קומען נאך פארציילן וואס ווען ווי אזוי ! דאס איז בכלל נישט אין איינשלינגען מיט וואס מיר גלייבן.


דאס איז וואס די וואס נעמען די "על עס די" דראג זאגן טאקע, זיי גייען דורך אן עקספעריענס וואס לאזט זיך נישט שילדערערן אין אונזער באגרעניצטע באגריפן.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2470
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3728 מאל

הודעהדורך מצטמק ויפה » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:59 pm

האללא, חברה נאך אזוי פיל טענות, כאטש איין לייק געט'ס מיר פאר מיין ארטיקעל.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1020 מאל

הודעהדורך דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:00 am

איך האב געגעבן. איך פארשטיי דעם צער
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 964 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:00 am

מצטמק ויפה האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:דער חכם מחוכם רב מזרחי פארגעסט אלץ צו מענטשענען איין וויכטיגע פאקט, אזש טויזענטער אידן וואס זענען געשטארבן קליניש פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט די בית דין של מעלה, טויזנטער קריסטן פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט יאשקע און טויזנטער מוסלמענער פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט מוכאמאד... הממממ... האסט אמאל געהערט איבער די שפריכווארט "מען חלומ'ט ביינאכט וואס מען טראכט בייטאג"?

דאנט געט מי סטארטעד אויף מזרחי.


.

אוי זאגסטו גוט, מיך באדערט דאס שוין לאנג איך האב נאר נישט געוואלט ברענגען יענע זייט מטבע, אבער וואס איז טאקע פשט? זענען זיי קיננמאל נישט געווען טויט? פונקט חלומען זיי דעמאלטס? און אלע חלומען כמעט די זעלבע חלום?


זיי זענען געווען טויט אבער אויף יענער וועלט זענען זיי נישט געווען, און אויב יא דאן איז יענער וועלט פונקט ווי דער, פול מיט כל מיני רעליגיעס.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2735
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6131 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:01 am

מצטמק ויפה האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:דער חכם מחוכם רב מזרחי פארגעסט אלץ צו מענטשענען איין וויכטיגע פאקט, אזש טויזענטער אידן וואס זענען געשטארבן קליניש פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט די בית דין של מעלה, טויזנטער קריסטן פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט יאשקע און טויזנטער מוסלמענער פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט מוכאמאד... הממממ... האסט אמאל געהערט איבער די שפריכווארט "מען חלומ'ט ביינאכט וואס מען טראכט בייטאג"?

דאנט געט מי סטארטעד אויף מזרחי.


.

אוי זאגסטו גוט, מיך באדערט דאס שוין לאנג איך האב נאר נישט געוואלט ברענגען יענע זייט מטבע, אבער וואס איז טאקע פשט? זענען זיי קיננמאל נישט געווען טויט? פונקט חלומען זיי דעמאלטס? און אלע חלומען כמעט די זעלבע חלום?


ס'זענען דא פארשידענע טעאריעס אבער גארנישט איז קאנקלוסיוו. א פשוט'ע וויקיפידיע בלעטל פארמאגט מער אינפארמאציע פון א מזרחי שמועס.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2470
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3728 מאל

הודעהדורך מאטי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:01 am

דער פותח האשכול האט אבער יא געשילדערט מיט פארבן זייערע עקספיריענסעס.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך מצטמק ויפה » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:06 am

מצטמק ויפה האט געשריבן:האללא, חברה נאך אזוי פיל טענות, כאטש איין לייק געט'ס מיר פאר מיין ארטיקעל.


א גרויסן דאנק פאר די לייקס, איך האב פשוט נישט געקענט צוקוקען וואו מיין שיינע פאר מינוט ארבעט גייט נאר האבן קריטיג אן קיין איין לייק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מצטמק ויפה אום מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:43 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1020 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:15 am

עס איז אמת אז מענטשען האלוסינעיטען כאילו זיי זענען ארויף און געדארפט געבען דין וחשבון. זיי קענען אפילו מאכען א מענטש האלסינעיטען, דורך זיי דרייען אין א ראד ארום און ארום זייער שנעל.

לדעתי איז דער שאלה עפעס אנדרעש.

די שאלה איז אויב אלע אמונות זענען געבויט אויף די חלומות וואס מענטשען האבען, נישט אויב די חלומות ווייזען אויף די ריכטיקייטין די אמונות, נאר גאר להיפוך, צו די חלומות ווייזען אויף די מקור און שורש פין די אמונות. ודו"ק.

פארשטייט זיך אז דער אידישער אמונה האט גארנישט מיט די חלומות, ופשוט הוא.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1606 מאל

הודעהדורך ביבער » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:18 am

אפטעמיסט האט געשריבן:אויב אלע האבן געזעהן דער זעלבע זאך-- און אויפן הנחה אז אידישקייט איז דער ריכטיגע רעליגיע-- וויאזוי קען זיין אז זיי האבן זיך נישט אלע מגייר געוועהן? אלא מאי מוז מען זאגן אז די חברה לעבן אין דמיונות.

פארוואס עפעס מגייר זיין? לויט ווי דער רמב"ם שרייבט האט דער גוי פונקט אזוי א חלק לעולם הבא, יעדער נברא באקומט לפי ערכו ומעשיו.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 619
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 612 מאל

הודעהדורך מאטי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:19 am

מיין מיינונג איז אז די מענטשן זאגן נישט קיין ליגנט, ס'איז דא אזא מציאות פון עפעס וואס שפירט זיך שטארקער ווי א חלום און מ'עקספיריענסט וואס מ'האט געטראכט אגאנץ לעבן אז ס'גייט געשען צום מענטש איש על מחנהו ואיש על דגלו.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:27 am

ביבער האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:אויב אלע האבן געזעהן דער זעלבע זאך-- און אויפן הנחה אז אידישקייט איז דער ריכטיגע רעליגיע-- וויאזוי קען זיין אז זיי האבן זיך נישט אלע מגייר געוועהן? אלא מאי מוז מען זאגן אז די חברה לעבן אין דמיונות.

פארוואס עפעס מגייר זיין? לויט ווי דער רמב"ם שרייבט האט דער גוי פונקט אזוי א חלק לעולם הבא, יעדער נברא באקומט לפי ערכו ומעשיו.

ווייל אויב איך שטארב קליניש און זעה אז איסלאם איז דער אטענטישע גלויבונג, טויף איך מיך צו איסלאם נאך יענע טאג.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2338
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3667 מאל

הודעהדורך נאטרוליסט » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:31 am

אפטעמיסט האט געשריבן:אויב אלע האבן געזעהן דער זעלבע זאך-- און אויפן הנחה אז אידישקייט איז דער ריכטיגע רעליגיע-- וויאזוי קען זיין אז זיי האבן זיך נישט אלע מגייר געוועהן? אלא מאי מוז מען זאגן אז די חברה לעבן אין דמיונות. בכלל זענען דא טויזענטע אטיאסטען וואס זענען אויך געשטארבן קליניש- און לייקענען ווייטער אין גאט.


קיין שום אטעאיסט וועט נישט ווערן א מאמין. נישט ווייל עס פעלט אים עווידענס אדער פרוף אין א קריעיטאר. ניין. נאר זיין דראנג צו לייקענען וועט אים פירן צו די צעדרייטסטע און זינלאזע טעאריעס וואס א נארמאלער מענטש דארף זיך שעמען אפילו צו טראכטן.

אלזא קיין שום באשיינפערליכע און קאנקלוסיווע NDE וועט נישט איבערמאכן דאקינגס אדער דעם כופר היטשינס ימ"ש. וואס יא, זיי זענען אומבאקוועם דערפון.
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:31 am

איך געדענק נישט אז מען זאל רעדן וועגן גלויבן בכלל, מען זעהט ליכטיגקייט, טונעל, קרובים וזהו.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3454
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6694 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט