א גריס פון יענע וועלט

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 848 מאל

א גריס פון יענע וועלט

שליחה דורך מצטמק ויפה »

מיר איד'ן מאמינים בני מאמינים, גלייבן באמונה שלימה אז נאך הונדערט און צוואנציג יאר וואס אונזער זעקל ביינער טוט איר תפקיד אויף די וועלט, און מען פּאקט איר איין אין די תכריכים, דאן גייט מען ארויף צו דעם עולם האמת, וואו דער בית דין של מעלה איז דן די מענטש לפי מעשיו, אויב איז ער ראוי אריין צו גיין אין גן עדן, און באקומען זיין פארדינטע שכר, אדער חלילה פארקערט.

די שאלה איז אבער, צו קען מען דאס אויפווייזען סייענטיפיק, אדער נישט? די תירוץ אויף דעם איז, טויזענט פראצענט אז, יא!, נישט נאר דאס, נאר עס זענען פארהאן "מיליאנען" ( יא איר האט גוט געזען! ) גוים פון די גאנצע ערד קוגל וואס קענען אויף דעם מעיד זיין.

איבער דרייסיג מיליאן מענטשען פון איבער די גאנצע וועלט האבן איבער-געגעבן אז זיי זענען שוין געווע,ן און געזען א לעבן נאך זייער טויט, אין אמעריקע אליין זענען שוין געווען איבער אכט מיליאן מענטשען, וואס זאגען אז זיי זענען שוין געווען קליניקעל טויט, און צירוק געקומען צום נארמאלען לעבן, דאס זענען נאר די נומער'ן פון מענטש'ן וואס זענען געקומען פארציילען זייער געשיכטע, אבער לכאורה איז פארהאן אסאך מער ווי דעם, נאר זיי זענען נישט געקומען פארציילען וואס זיי האבן נארוואס מיט-געלעבט.

דורך אויס די לעצטע יארן זענען ארויס געקומען צענדליגע ביכער פון דאקטורים און פארשער, וואס האבן אוועק געגעבן צענדליגע יאר און טויזענטער שעות פון שטודירען, און אינטערוויאָען מענטשען וואס האבן דאס דורך געלעבט, און דערנאך באשריבן זייער שטוינענדע ערפונדונגען.
איינס פון די מערסטע אויפגעכאפטע ביכער איז פון א דאקטער און ווערדזיניע, וואס האט אינטערוויאָט הונדערט און פופציג פאציענטן, וואס זאגן אז זיי זענען שוין געווען טויט, און דערנאך צירוק געקומען צום לעבן, און זי פארציילט אלע אירע החלטות און ערפונדונגען , די בוך רופט זיך Life After Life, עס איז שוין איבערגעטייטשט געווארן אויף דרייסיג שפראכ'ן.
אזוי איז דא נאך צענדליגע ביכער וואס זענען ארויסגעקומען דורך די יארן פון שרייבער וואס האבן אינדערוויאָט הונדערטע פאציענטען וואס האבן שוין געזען יענע וועלט, פון די באקאנט'סטע ביכער זענען; The Time Of Death, The Life In The Death, The Return From The Tomorrow, On Death,
On Dieying .

לאמיר אביסעל אריבער גיין צו וואס די אלע זענען אויפגעקומען, די חידוש פון די גאנצע זאך איז אז מען רעדט דא פון מיליאנען מענטשען, פון איבער די גאנצע וועלט, אנדערע קולטשירס, און אנדערע רעליגיעס, אנדערע מיינונג'ען. אבער דאך אלע האבן געהאט צו פארציילן בערך די זעלבע מיט-לעבעניש פון די פינף זעקס מינוט וואס זיי זענען נישט געווען דאהי.

יעצט לאמיר זען וואס אלע פארציילען, אלע זאגן בפה אחד אז פון די מינוט פון זייער עקסידענט וכדו', האבן זיי געשפירט ווי זיי קומען ארויס פון זייער גוף, און זיי פליען אזוי ווי א בלעטעל ארום די סצענע פונ'ם עקסעדענט, אדער אין די שפיטאל צימער, און זיי פליען העכער און העכער. און פון יענע מינוט האבן זיי געקענט זען און הערן אלעס וואס טוט זיך ארום זיי, און נישט נאר און זייער צימער נאר צומאל האט מען געזען אז זיי האבן געוויסט קלאר וואס עס איז פארגעקומען אין א צווייטע שטוב אין שפיטאל, אפילו נישט אויף זייער שטאק, אויך זאגן זיי אז אפילו זיי פליען ארום אונם שפיטאל האבן זיי געקענט מיטהאלטן זאכן פון עטליכע פלעצער אויף איין מאל .
דערנאך זאגן זיי אז זיי זענען אנגעקומען צו גאר גאר א טונקעלע טונעל, וואס צוביסלעך זעהט מען קומען א גאר שטארקע לעכטיגע, א מין ליכטיקייט וואס זיי האבן נאך קיינמאל נישט געזען, עפעס הערליך שיין, און זיי שפּיר'ן א מוראדיגע גוטע געפיל, און לאוו וואס זיי האבן קיינמאל נישט געשפירט און זייער לעבן, דערנאך האבן זיי געטראפען זייער נאנטע, זיידעס, באבעס, וכו', וואס זענען געקומען זיי מקבל פנים צו זיין, און מען האט זיי געזען מיט זייער נארמאלע אויסזען, און זיי זענען ארום געפלויגן ארום איהם, טייל האבן געזאגט אז זיי האבן געזען יעדעם איינעם מיט א אנדערע ליכטיגקייט, די וואס זענען געווען גוט אויף די וועלט האבן געהאט א שטארקע ליכטיגקייט, און פארקערט האבן געהאט א שוואכערע ליכטיגקייט.
דערנאך טוט מען זיי ווייזען בילדער, פון די אנהייב פון זייער לעבן, אויף גאר א שנעלע אויפן, איין בילד נאכ'ן צווייטען זייער שנעל, אלעס און די סדר פון זייער לעבן, אזוי גייט מען דורך די גאנצע פערציג פופציג יאר און אפאר מינוט, און דא בערך האבן זיך אלע צוריק אויפגעכאפט.

דאס אלעס דארף זיין פאר אונז א שטארקע חיזוק, אז יש דין ויש דיין, און עס וועט קומען א צייט וואס יעדער וועט דארפ'ן אפגעבן א דין וחשבון אויף אלע זיינע מעשים, און באקומען שכר ועונש, לויט וויפיל עס קומט זיך איהם.


(גענומען ע"פ רוב פון א לעקציע פון הרב יוסף מזרחי ני"ו)

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר