א ניכטערן בליק איבער מגילת אסתר דא אויפ'ן אינזל

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

א ניכטערן בליק איבער מגילת אסתר דא אויפ'ן אינזל

שליחה דורך זר זהב »

וויפיל איז דער שיעור צו זיין נאאיוו איז א שאלה וואס איז דורכגעלאפן מיין געדאנקנגאנג ווען איך האב אנגעהויבן זיך פארצוקוקן די מגילה.
אודה ולא אבוש, שלום דין איז גערעכט, עס איז ווארשיינליך קיינמאל קיין וויידל נישט געוואקסן פון ושתי.

בכלל די גאנצע מגילה האט נישט קיין זין כפי פשוטו, איך וועל נעמען רשות פון הוגה צו זאגן, אז אויב חז"ל זאגן אז איוב לא היה ולא נברא, איז א סברא צו זאגן, אז אסתר משל היה, און מיר דארפן בלויז טרעפן די מוסר השכל פון דער געשיכטע.

דא איז אחשורוש קראנק פאר אסתר, און דא לאזט ער איר הענגען זיין ניוליוועד, פאר דרייסיג טאג, אזש זי ציטערט אריינצוגיין אים באזוכן, דאס הייסט ויאהב את אסתר?! הלכזו יקרא לאוו?!

די גאנצע כאראקטער פון אחשוורוש ווי ער איז משוגע געווארן און פון איין טאג צום צווייטן דארפן אלע נשים זיך שטעלן פאר אים אין דער רייע, און בגתן ותרש דארפן ארבעטן אווערטיים, לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, ס'איז מער אזא סאטירישע הומאריסטישע דעוויל-כאראקטער, אפגעמאלן פאר א גוטע סטארי ליין, צו ווייזן וואס פאר א חוזק מ'זעט אויס ווען מפירט זיך ווי אן אחשוורוש. סאיז מער די מוסר השכל שבו וואס איז אונז נוגע, מיר האבן אלע אן אחשוורוש באהאלטן אין אונזער זעל, א גוף וואס איז א פליפ פלאפער, און לויפט נאך זיינע תאוות ווי משוגע.

אפילו רבי צדוק מיט דער גאנצער איזשביצער פיליזאפיע מוטשעט זיך, וויאזוי אסתר המלכה וואס איז געווען א נביאה זאל קענען גיין טון אזא זאך און חתונה האבן מיט א גוי. שטעלט אייך פאר א אידישער טאכטער א פארהייראטער האט היינט חתונה מיט אבאמא ווייל זי וויל ראטעווען כלל ישראל. נאכדערצו א פלימענצע פונעם רבן של ישראל, און גאר זיין פרוי, די רעבעצין פונעם רשכבה"ג. און אנשטאט ער זאל איר אפגט'ן איז טובלת ויושבת בחיקו, איין נאכט ביי מרדכי און איין נאכט ביי אחשוורוש. תוספות מוטשעט זיך, גאנצעטע הלכות פון קרקע עולם ווערן נולד. ערגעץ אונטערוועגנס האבן די שפעטערדיגע פאבריצירט א שד, נו אויב אסתר איז א שד איז מרדכי אויך א שד, איך זאג אייך ס'איז א משל.

ווייסט איינער וויאזוי די מעשה האט זיך געענדיגט, זיי האבן געוואוינט העפעלי עווער עפטער, אחשוורוש מיט אסתר, מרדכי מיט אסתר? כבין נייגעריג צו וויסן.
אלזא, די פיראטן שטייען שוין באלד אויף, כ'דארף זיך צו בעלטן, די מאלאזיער עירליינס זענען זייער שטרענג מיט די זאכן דא אין ספעיס, קעפטען פילעפס שנארכעצט אזוי הויך ער וועקט אויף די טויטע, ס'גייט אים גוט, ער האט געווינען אן אסקאר, און זאל נישט אויסגערעדט ווערן, א האג פון עללען.

וועמען האב איך געהעקט, איינעם זר, האו קעירס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר