מגילת אסתר לפי פשוטו של מקרא

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

מגילת אסתר לפי פשוטו של מקרא

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אפאר געדאנקן אין די מגילה לפי פשוטו של מקרא:

צום אלעם ערשטענס רבותי וועם עס דאכט זיך אז אין די מגילה שטייט קלאר ארויס אז מען האט געהרגט ושתי, טעות היא בידכם! אמת, ס'איז דא אזא מדרש אגדה אפשר א גמרא אויך אבער פשטות המקרא איז משמע אז מען האט איר נישט געהרגט. ביי אחשורוש'ס גזירה שטייט קאפיטל א' (פסוק "יט) "ויכתב בדתי פרס ומדי ולא יעבור אשר לא תבא ושתי לפני המלך אחשורוש" עס ווערט נישט דערמאנט דאס מינדעסטע וועגן א גזירת מיתה עס איז משמע אז די גאנצע עונש אירע איז געווען אז זי אל מער נישט זיך באווייזען די פנים פאר אחשורוש: ולא תבא ושתי לפני המלך. אויך שפעטער אין קאפיטל ב' (פסוק א') שטייט "כשך חמת המלך אחשורוש זכר את ושתי ואת אשר עשתה ואת אשר נגזר עליה" וואס בפשטות מיינט דאס די גזירה אז זי טאר מער נישט קומען פארן קעניג און ממילא האט ער געזוכט א נייע מלכה נישט ווייל ער האט איר געהרגט.

עס שטייט אין מגילה קאפיטל ז' נאכדעם וואס אסתר האט געזאגט (פסוק ד)"כי נמכרנו אני ועמי להשמיד להרוג ולאבד וכו' שטייט (פסוק ז') והמלך קם בחמתו שטעלט זיך די שאלה וואס האט ער אזוי געצארענט, חז"ל זאגן אז ער איז געווען אן הפכפך ער האט זיך געמאכט ווי עס גייט אים אן אז מען הרגט אידן. פשטות המקרא איז מורה אז ער האט ערשט יעצט געכאפט אז המן האט אים איינגעמיירעט, דאס הייסט, אז מיט זיין גזירה וועט אסתר אויך מוזן שטארבן ווייל זי איז אויך א אידענע, און וועגן דעם איז ער געווארן אין כעס. לפי זה שטומט זייער גוט (פסוק ח) וואס שטייט: והמן נופל על המטה אשר אסתר עליה, ויאמר המלך (להמן) הגם לכבוש את המלכה עמי בבית? בפשטות איז משמע אז אחשורוש האט שוין געהאט א טענה אויף המן פון פאר דעם נאר יעצט איז נוסף געווארן א טענה פון "עמי בבית" (חז"ל זאגן אז דאס איז ווייל אחשורוש האט געהאלטן אז המן האלט אן אויג אויף אסתר און וועגן דעם איז געווען נדדה שנת המלך און יעצט אז האט אים געזעהן נופל על המטה האט ער געשריגן עמי בבית ) לפי ווי מיר זאגן שטומט עס זייער גוט, אחשורוש האט געזאגט פארן המן דאס אז די האסט געוואלט הרגנען אסתר'ן דורך גזירה איז איין זאך אבער דאס וואס די טוסט יעצט גייט שוין ארויס פון אלע גבולים, הגם לכבוש את המלכה עמי בבית.

אין קאפיטל ח' פסוק י' שטייט: וישלח ספרים ביד הרצים בסוסים רוכבי הרכש האחשתרנים בני הרמכים. חז"ל פלאגן זיך וואס דאס איז "אחשתרנים בני הרמכים" רש"י אין מגילה זאגט אז דאס זענען א מין גמלים הממהרים לרוץ, סאיז אבער זייער שווער ווייל מיר געפינען נישט אין גאנץ תנ"ך דעמאנט אזא מין קעמעל. לכאורה איז דאס פשוט געווען א נאמען פון א קאמפעני, א פאסטל סערוויס וואס האט זיך גערופן אחשתרנים בני הרמכים, אולי איז די ביזנעסס אריגענעל געפענט געווארן דורך די רמכים משפחה און איז אפגעקויפט געווארן שפעטער דורך די אחשתרנים משפחה ולכן האבן זיי געגעבן א נאמען זייער ביזנעסס אחשתרנים בני הרמכים, און בכלל אויף א קאמפעני נאמען פרעגט מען נישט קיין קשיות.

נאך א זאך עס ווערט נישט דערמאנט אין די מגילה אז המן האט עפעס מיט עמלק די גמרא אין מגילה י"ג דרשנ'ט אזוי, וצע"ג עס איז א דאך א קלארע פסוק וישסף שאול את אגגמיט איז ווי אזוי האט ער געהאט קינדער מען האט דאך אויסגעהרגעט אלע פרויען אין קינדער, והדבר צריך ישוב (ערגעץ געדענק איך אז איינער זאגט אז יענע נאכט האט ער חתונה געהאט מיט איינעם וצ"ע .

אויב וועל איך האבן צייט וועלן מיר ממשיך זיין למחרת בעיצומו של יום.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר