כאילו 'הוא' יצא ממצרים - מה שנוגע לתורה ויהדות

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

כאילו 'הוא' יצא ממצרים - מה שנוגע לתורה ויהדות

שליחה דורך הוגה »

[justify]הקדמה

איך וויל דא שרייבן א נושא וואס קען אויסזעהן אביסל קאנטראווערסיאל אבער עס איז בכלל נישט. אדרבא, דאס זענען דברים פשוטים מאוד וואס דארפן איינגע'חזר'ט ווערן איין מאל און נאכאמאל. איך שרייב די נושא כאילו עס איז נוגע צו פסח, ווי אויך אלץ א מענה פאר א געוויסע סארט איד, אבער די דאזיגע הנחות און יסודות זענען נוגע פאר יעדן איינעם בכל מקום ובכל זמן. אלעס שטייט שוין געשריבן אין פריערדיגע ספרים, ובפרט אין ספרי חסידות. איך וועל אבער זיך צוריקהאלטן פון שרייבן מקורות, והמעיין ימצא נחת.


וואס האט א סקעפטיקער מיט פסח?

איינער האט מיר געפרעגט פאר צוויי וואכן צוריק די שאלה. מיר ווייסן אז עס זענען דא פיל ארטאדאקסישע אידן וואס גלייבן נישט אין די גאנצע סיפור יציאת מצרים אזוי ווי מיר ווייסן עס. איך וויל נישט אריינגיין אין די פרטי הדברים פונקטליך וואס זיי האלטן אדער האלטן נישט. אין קורצן, עס איז שווער פאר די אידן צו גלייבן אן קיין שום היסטארישע באווייז, אז צען מיליאן אידן (אדער צוויי הונדערט מיליאן אידן) זענען געווען פארשקלאפט אין מצרים, און אז צוויי מיליאן מענטשן האבן ארויסגעוואנדערט פונעם לאנד און זיך געדרייט פאר 40 יאר אין די מדבר, זיך געשלאגן מיט פעלקער און קעניגן, אלעס אן איבערלאזן קיין שום שפור. ניטאמאל איז דא צו טרעפן wrappers פון סענדוויטשעס אדער גענוצטע דרינק באטלעך אין די גאנצע מדבר. טייל זאגן אז עס איז זיכער נישט געשעהן און אנדערע זענען נאר סקעפטיש אויב עס איז ממש אזוי געשעהן אז אלע וואסער אין מצרים זענען געווארן בלוט, פעלדער פארפלייצט מיט פרעש, חיות, לייז, היישעריק און אויב אלע בכורים זענען געשטארבן, וכו'.

ווי אזוי אזוינע אידן קענען זיין ארטאדאקסיש און האלטן פון די תורה טראץ זייער נישט גלייבן אין די סיפורים, איז א שמועס פאר זיך אליין. די שאלה/קשיא איז, וואס פייערן זיי אין דעם יום טוב פסח? אויף וואס דאנקען זיי דעם אייבערשטן? וואס פארציילן זיי ביים סדר? היות זיי זענען ארטאדאקסן זאגן זיי אודאי די הגדה. אויב די מעשה איז מעגליך בכלל נישט געשעהן, דאן פארוואס פארציילן זיי עס? זיי זאגן אוודאי "בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים", "אילו היה שם לא היה נגאל", "הרי אנו ובנינו ובני בנינו משעובדים היינו לפרעה ממצרים", און נאך ענליכע פראזן. וואס פאר א באדייט האט דאס פאר אזא איינעם? ווען די קינדער פרעגן מה נשתנה, וואס ענטפערן זיי? עבדים היינו? זיי האלטן דאך אז דאס איז פיקציע. די ספה"ק רופן אן די יום טוב פסח "חג האמונה", צוליב דעם וואס עס פארשטארקט אונזער אמונה אין יציאת מצרים, וואס האט געפירט כלל ישראל צום מעמד הר סיני ומתן תורה. אויב אבער האלט מען אז די זאכן האבן מעגליך בכלל נישט פאסירט, דאן וואס פאר א באדייט האט דען אזא יום טוב?

איר וועט זיך אוודאי וואונדערן וואס גייט מיר אן וואס 'זיי' טראכטן און וואס 'זיי' טוען? מיר ווייסן און גלייבן אין יציאת מצרים כמו שכתוב בתורה, ובמדרש און אויף ווייס'ס טעיפס. פארוואס זאל מיר אינטערעסירן וואס זיי טוען און פארוואס? זאג איך אייך, האט אביסל געדולד און ליינט ווייטער. איך גלייב, אז אויב קענען מיר פארשטיין 'זייער' געדאנקען-גאנג וועט עס אונז געבן א נייע ליכט מיט וואס צו קענען זעהן די תורה און נתעלה ווערן נענטער צו גאט ב"ה דעם יום טוב און אלעמאל. ווי אויך וועט איר באקומען די ריכטיגע דערהער אינעם חיוב וואס מיר זאגן אין די הגדה, "בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים".


פסח איז א יום טוב, פשוטו כמשמעו

(קודם כל קען מען פראקטיש זאגן פאר אזעלכע אידן אז אפילו אויב פסח האט נישט קיין משמעות ביי אייך, איז אבער דא אנדערע טעמים צו פייערן דעם יום טוב, ובעיקר פשוט כדי צו האבן א יום טוב. א יעדע מענטש דארף האבן א ברעיק פון די טאג-טעגליכע פאריאגטע און פארפלאגטע לעבן. מען קען נישט אנגיין מיט די ארבייט און דאגות טאג און נאכט אן אויפהער. וממילא איז פשוט אז פאר דעם אליינס איז געמאכט די ימים טובים, צו נעמען א ברעיק. צו פארברענגען אביסל מיט די משפחה אן די טעגליכע דאגות וטרדות. עסן פיינע סעודות. שמועסן מיט די ווייב און קינדער. גיין שפאצירן כמו שנהגו בני ישראל מקדמת דנא ביומא דפגרא. זינגען און דאווענען. פארברענגן מיט אביסל העכערקייט והתבוננות. כדי אז אזא יום טוב (האלידעי) זאל זיין בתכלית הנרצה פעלט זיך אויס אז די גאנצע געזעלשאפט זאל עס פייערן אינאיינעם, כמובן. אפילו אויב יציאת מצרים האט נישט קיין באדייט ביי אייך, האט דאך אבער די יום טוב יא. גייט אהיים און פייערט די יום טוב בשמחה ובצהלה.)


גלות ויציאת מצרים הפרטית והכללית

עס איז באקאנט אז די גאנצע תורה איז שייך בעבר, הווה ובעתיד. די תורה איז timeless, און אלעס געשעהט - און איז פונקט אזוי שייך - היינט ווי אמאל. וואס איז שייך היינט שעבוד ויציאת מצרים? גאנץ פשוט. מצרים/פרעה איז דער יצר הרע, און דעם מענטש'ס נסיונות ונטייות הרעים. די שעבוד פונעם מענטש צו שלעכטס אדער צום שקר, איז זיין פערזענליכע גלות מצרים. די עבודה פונעם מענטש איז צו ארבייטן ארויס צו גיין פון דער גלות. איך וויל נישט מאריך זיין אין דעם ענין צופיל ווייל אלע ספרים זענען פול דערמיט. מען קען שרייבן לאנגע ארטיקלען נאר אויף דער ענין פון גלות הדעת אין וועלכע מיר אלע שמאכטן on some level. איין מאל מיר ווייסן און געדענקען דאס, איז שוין נישט שייך בכלל די אלע קשיות וואס מיר האבן געפרעגט. מיר פייערן נישט וואס איז דעמאלטס געשעהן נאר וואס געשעהט היינט, כאילו הוא יצא ממצרים.


די סקעפטיקער גלייבט אויך אין יציאת מצרים

אפילו נניח אז עס איז קיינמאל נישט געווען די פאקטישע גלות ושעבוד מצרים, איז אבער יא געווען עפעס א רוחניות'דיגע גלות און פרטי'שע און כלליות'דיגע גרעניצן וואס האט געפלאגט דאס מענטשהייט. די culmination דערפון איז געווען א יציאה פון אט דער גלות און א קבלת עול והתקרבות לה'. עס איז נישט נוגע פונקטליך ווי אזוי דער קבלת עול והתקרבות איז צוגעגאנגען, צו עס איז געווען ביי א מעמד בקולות וברקים, אדער זענען די קולות וברקים געווען בתוך תוכיות פון די הערצער פון די מייסדי העם סגולה. די אונטערשטע שורה איז אז זיי האבן דערגרייכט עפעס געוואלדיג, עפעס א מדריגה וואס מיר אלע לעכצן צו דערגרייכן. יא, אפילו אידן וואס גלייבן נישט אין די פאקטישע מעשיות, לעכצן אויך (אדער ערשט) פאר אזעלכע דערגרייכונגען, ווען נישט וואלטן זיי דאך נישט געארבייט צו זיין ערליכע אידן.

כלפי מה דברים אמורים. איר פארשטייט אליינס אז איך בין נישט געקומען זיך מתווכח זיין איבער די נושא פון ביבלישע סקאלערשיפ, און צו העלפן די וואס גייען מיט יענע מהלכים צו פראווען ימים טובים און טרעפען א משמעות דערין. איך וויל אבער נעמען דער שמועס און ארויס נעמען א גאר וויכטיגע מעסעדזש וואס א יעדער איד דארף וויסן אלעמאל ובפרט אין די טעג פון פסח.


מטרת החג מהו?

לכאורה קען זיך שטעלן א שווערע קשיא. וואס וויל דער באשעפער פון אונז? פארוואס פארלאנגט ער אז מיר זאלן פייערן א גאנצע יום טוב, מיט חדשים פון הכנות, שעות ארבייט, אכט טעג פון פייערונגען, אלץ צוליב עפעס א גרויסע נס וואס איז געשעהן פאר דריי טויזנט יאר צוריק? וואס פאר א שייכות האבן מיר מיט די מעשה פון דעמאלטס? איך פארשטיי אז מען קען זאגן אז דורך יציאת מצרים זענען מיר אנגעקומען צו מתן תורה און דאס איז עפעס וואס מיר געניסן דערפון בכל עת ובכל רגע. אבער וואס האט עס מיט פייערן יציאת מצרים? זאל מען פייערן א יום טוב ווייל מיר האבן היינט די תורה. ובכלל, וואס איז שייך בכלל צו הייסן א איד זיך פרייען ווען ער פילט נישט דעם שייכות דערצו? עס איז פונקט ווי אמעריקא וואלט ווען געמאכט א געזעץ אז א יעדע אמעריקאנער מוז זיך פרייען אויף July 4. היעלה על הדעת אז איינער וואלט פארשטאנען אזא געזעץ?


עבדים היינו

די תירוץ איז אז "עבדים היינו לפרעה במצרים". מיר פייערן נישט אז אונזערע אור-עלטערן זענען געווען משועבד פאר דריי טויזנט יאר צוריק, נאר מיר פייערן אז מיר זעלבסט זענען געווען אין מצרים. ווען זענען מיר געווען אין מצרים? היינט, נעכטן, אייער נעכטן און מעגליך אז מארגן אויך. אבער יעצט אין די רגע ווען מיר זיצן ביים סדר גייען מיר ארויס פון מצרים און מיר גייען צו מתן תורה. אט דאס פייערן מיר פסח אויף דער נאכט. אויף דעם דאנקען מיר ביי הלל און מיר לויבן למכה מצרים בבכוריהם, ויוצא ישראל מתוכו. מיר האבן צוקלאפט 'אונזערע' מצרים בבכוריהם און מיר זענען ארויסגעקראכן פון אונזערע באגרעניצונגען.


א טיפערע דערהער בתורה ויהדות

בעצם דאס דארף זיין די מהלך המחשבה ביי אלעס וואס מיר זעהן אין די תורה, ביי אלע מצוות ומנהגים וואס מיר זענען מקיים און ביי אלע הכנות וואס מיר מאכן. די תורה ומצוות זענען דא פאר א סיבה. זיי דארפן אונז ברענגען ערגעץ, זיי דארפן איבערלאזן א בעסערע וועלט. די תורה איז נישט קיין מעשה ביכל און נישט קיין קאנסטיטוציע. די תורה איז גאט כביכול אליין וואס הייבט אונז אויף למעלה למעלה עד אין שיעור וגבול. ווען מיר זעהען אין די תורה "ויאמר ה׳ אל משה בא אל פרעה", מיינט עס אז דער אייבערשטער רעדט און פירט אונז אריין צו אונזערע אינערליכע פרעה און גיבט אונז אן ערקלערונג ווי אזוי אים/עס צו באהאנדלען.

אזעלכע תכליות והשגות זענען אזוי הויך בעולם השכלית, אז עס איז נישט מעגליך זיי צו קאמיוניקירן מיט פאסיגע ווערטער, וממילא קומען זיי ארויס באמצעות די טינט און פאפיר ווי סיפורי דברים, ווי עפעס א פיקטיווע אדער א היסטארישע ערציילונג. אבער בעצם זענען די ערצעהלונגען נאר די התגשמיות פון די אמת'דיגע מכוון.


וואס איז געשעהן ביי קריעת ים סוף?

די זעלבע איז מיט אלע אנדערע טיילן פון אידישקייט און די תורה. לאמיר נעמען נאך א דוגמא, קריעת ים סוף. מיר זאגן יעדע איינציגע טאג דעם שירת הים, און עס שטייט אז מען איז מחוייב עס צו זאגן בשמחה עצומה. עס ווערט געברענגט אויף געוויסע צדיקים אז זיי האבן געהאט אזא הרגשה בשעת זאגן שירת הים, אז זיי האבן אויפגעהויבן שולי בגדיהם אז עס זאל נישט נאס ווערן. איר מיינט טאקע אז דער הויכע הרגשה איז געווען ווי דער אייבערשטער שפאלט פאר זיי די האדסאן ריווער און זיי שפאצירן אריבער פון מאנהעטן קיין נו דזשערזי בתוך הים ביבשה? זיכער אז נישט. זייער הרגשה איז געווען ווי עס ווערט געשפאלטן זייער אינערליכע ים סוף, עפעס אן אומבאגרייפבארע breakthrough וואס ברענגט צו צו אן ultimate שמחה פנימית. דאס איז דער תכלית פון זאגן שירת הים יעדע טאג און דאס איז די שמחה עצומה וואס מיר דארפן שטרעבן צו פילן.

שמעתי פעם מחכם אחד, אז דאס אייגענטליך איז אויך געווען די אריגינעלע קריעת ים סוף. נאר היות עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן מיט גשמיות'דיגע ווערטער וואס דארט איז פארגעקומען, קומט די ערצעהלונג ארויס און איז זיך מתלבש אין עפעס א מעשה מיט א געשפאלטענע ים. והמבין יבין. איז דער חכם גערעכט? למאי נפקא מינה, עס טוישט גארנישט סייווי. מענין לענין, די וועלט זאגט: "די מעשה מוז נישט זיין אמת, עס מוז אבער זיין אן אמת'ע מעשה". בעצם איז א פיקטיווע מעשה מער קרוב אל נקודת האמת ווי א מעשה וואס האט עכט פאסירט. ווייל א מעשה שהיה איז סתם נאך א מעשה וואס האט גראדע פאסירט ביי איין מענטש, אבער ביי א פיקטיווע מעשה לייגט מען געווענטליך אריין ענינים וואס געשעהן צו אלע מענטשן. לאמיר צוריק גיין צום ענין.


ווער גרייכט די ציל און ווער נישט?

איך וועל מיך וואגן צו נעמען דער שמועס א טריט ווייטער. במושכל ראשון ווילט זיך אונז פארדאמען די יעניגע וואס גלייבן נישט אדער זענען סקעפטיש אין די פאקטישע יציאת מצרים און פייערן דעם יום טוב מיט די צווייטע און העכערע מכוון. מיר מיינען אז זיי האבן נישט יוצא געווען די מצוות פון סיפור יציאת מצרים, אמונה וכו'. איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע אזוי אדער נישט, אבער לבי אומר לי אז דער וואס פראוועט יום טוב 'נאר' מיט די סיפור הדברים, ווי א היסטאריע פארציילונג, איז נאך ערגער. ווי שוין ערווענט פריער, די אלע זאכן האבן א ציל און א תכלית, אויב קומט מען אן צום ציל מיט אנדערע אופנים האסטו כאטש עפעס אויפגעטון, אויב אבער פאלגסטו די אינסטרוקציעס אבער צום ציל איז לא נגע ולא פגע, דאן קענסטו צוריקגיין בויען פתום ורעמסס.


וואס איז 'הלכה ולא למעשה' ווערד?

פאר א וואך צוריק איז פובליצירט געווארן א גאר טיפזיניגע אינטערוויו מיט דעם פילאזאף, פראפעסאר האווערד וועטשטיין. צווישן די אנדערע געדאנקען שרייבט ער א געוואלדיגע נקודה. עס זענען דא צוויי זייטן אין אידישקייט וקרבת השם, די טעארעטישע טייל און די פראקטישע טייל. און איך האלט אז עס קען זיין אז דער וואס נעמט אנטייל אין די פראקטישע טייל פון אידישקייט (קרבת השם - קאנעקשאן) אבער ער גלייבט נישט אין די טעארעטישע טייל איז נישט קיין איד, קען זיין אז יא, איך גלייב אז יא. אבער דער וואס האט נאר די טעארעטישע טייל און נישט די פראקטישע טייל איז זיכער נישט קיין איד! והדברים עתיקין, ואכמ"ל.


א ריכטיגע דערהער אין מתן תורה

די זעלבע איז בנוגע לענינינו. אויב גלייבט מען נישט אין מתן תורה כמו שכתוב בתורה, אז פיזישע לוחות געמאכט פון מאמרמארשטיין, רינדעכיג פון אויבן און גלאט פון אונטען, זענען געגעבן געווארן מיד השם אל תוך יד משה, און אלע אידן האבן פאקטיש געהערט דעם קול ה' פנים בפנים מדבר מתוך האש, אבער דער זעלבע מענטש לעבט מיט מתן תורה בכל עת וכל רגע, אדער עכ"פ אין די זמנים המיוחדים לכך, ער גלייבט אז מתן תורה איז געווען און גייט נאך אלץ אן עד היום הזה, עס איז די גרעסטע אינערליכע גילוי אלקות וואס א ילוד אשה קען דערגרייכן. אזא מענטש האט עפעס פון מתן תורה אפילו ווען ער גלייבט נישט אז עס איז פאקטיש געשעהן.

אבער דער מענטש וואס מיינט אז מתן תורה איז געווען עפעס א געוואלדיגע ספעקטאקל פאר דריי טויזנט יאר צוריק וואס מיר האבן מיטגעהאלטן, מיט פייערווארקס, דונערן און בליצן. וואס האט ער פון די גאנצע מתן תורה? וואס פאר א רושם לאזט דען אזא דמיון אויף א מענטש? איך מאך עס נישט חלילה אינגאנצן אוועק. עס האט עפעס א רושם און אויפטו, אבער קען מען דען מדמה זיין דעם ערשטנ'ס גילוי אלקות צום צווייטענס? ווען אימער מענטשן פראטעסטירן אקעגן א רעגירונג צוליב עוולות וואס די רעגירונג איז באגאנגען, האבן די pundits ליב צו זאגן, "זיי דאנקבאר פאר אזא גוטע רעגירונג אז זיי גיבן דיר דעם פרייהייט צו פראטעסטירן אקעגן זיי". די זעלבע טראכט איך און איך זאג פאר דעם מענטש, אז דא שטעקט די גדלות השם, אז גאט לאזט און גיבט דיר די חיות צו זאגן אויף אים אזעלכע קינדערישע אויסדרוקן.


סיכום הדברים

לאמיר מאכן א סך הכל. עס איז נישט נוגע אויב די מעשה פון יציאת מצרים איז פאקטיש געשעהן אדער נישט. די עיקר שאלה איז אויב עס געשעהט ביי דיר אויך. צו עקספיריענסטו יציאת מצרים. ווען דו זאגסט עבדים היינו לפרעה במצרים ויוציאנו ה' אלקינו וכו' גייסטו טאקע ארויס? איז געווען דעמאלטס א יד החזקה און א מורא גדול זו גילוי שכינה? Who cares? די ריכטיגע שאלה איז, אויב עס איז יעצט ברגע זו דא א מורא גדול און א גילוי שכינה! אט דאס איז די חיוב פון לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים.

וממילא דארף מען זיך גרייטן צו פסח דורכן רייניגן די חמץ שבתוכינו, כשר'ן אונזערע אינערליכע אויווענעס, בראטן אונזער אייגענע שמאלץ, און אנגרייטן א ריכטיגע סדר טיש. און דאן קען מען קומען בפנים מאירות און זינגען און לויבן: "שׁהוציאנו ממצרים, ועשה בהם שפטים, ועשה באלהיהם, והרג את בכוריהם, ונתן לנו את ממונם, וקרע לנו את הים, והעבירנו בתוכו בחרבה, ושקע צרינו בתוכו, וספק צרכינו במדבר, והאכילנו את המן, ונתן לנו את השבת, וקרבנו לפני הר סיני, ונתן לנו את התורה, והכניסנו לארץ ישראל, ובנה לנו את בית הבחירה".


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 62 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר