ממרום שלח אש האט געשריבן:אין אזא פאל ברויכסטו אויך געבן א מאטיוו פאר די התעלמות, אן דעם וועט עס נישט פליען.
לעיקוואד האט געשריבן:איך מיין אז אין רוב פעלער איז 'לא ידעו המציאות' נישט דער פשט אז דער מציאות איז געווען צו ווייט אז זיי האבען נישט געוואוסט, נאר אז זיי האבען געקוקט די מציאות און עס האט זיך זיי אזוי געדאכט, און זיי האבען נישט גענוג נאכגעפארשט וויסען ווי מען ווייסט היינט סייענטיפיש.
עס וואלט בעסער געווען ווען מען איז דן אויף א דוגמא.
די היינטיגע 'התעלמות מן המציאות' איז דווקא אז מען האט במסורה אז אזוי איז די הלכה קוקט מען נישט אויף די מציאות, דארפסטו ברענגען א דוגמא ווי חז''ל האבען געהאט אזא מין מסורה וואס זאל גובר זיין אויף די מציאות וואס זיי האבען געזעהן.
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב נישט נאכגעפארשט, אבער כמדומני אז געוויסע געזונטהייט און נאטורליכע דייעט מענטשען טענה'ן אז אויב פאלגט מען זיי באקומט מען א ווסת קבוע.
לעיקוואד האט געשריבן:דייני קיסרי האבען געהאט א מאטעמאטישער טעות, וואס די גמרא אליינס זאגט עס איז א טעות וויבאלד עס שטימט נישט אין מציאות, זעהט מען דאך אז מען רעכענט זיך יא מיט די מציאות.
די מערסטע מסתבר'דיגע פשט אין זיי איז אז זיי האבען עס געמיינט בערך, נישט פונקטליך. און אזוי האט מען אמאל גערעכענט , עיין http://en.wikipedia.org/wiki/Pi#History
מאטי האט געשריבן:מיט די מעטאדן וואס מ'האט דאן געהאט אויף רעכענען, ווער ווייסט ?
לעיקוואד האט געשריבן:לגבי ווסת, קלער איך יעצט אפשר האבען מיר א טעות פשט אין ווסת קבוע. אפשר מיינט עס נישט אז עס איז קבוע פונקט צום טאג, נאר אז בדרך כלל איז א רעגולאר ווסת. אבל זה לא יתאים לפשט הפוסקים כ''כ, ויש לחקור בזה, עניוואן?
ועיין
http://www.sciencedirect.com/science/ar ... 2404001313
מסתם רעד איך שטותים.
לית דין בר נש האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:לגבי ווסת, קלער איך יעצט אפשר האבען מיר א טעות פשט אין ווסת קבוע. אפשר מיינט עס נישט אז עס איז קבוע פונקט צום טאג, נאר אז בדרך כלל איז א רעגולאר ווסת. אבל זה לא יתאים לפשט הפוסקים כ''כ, ויש לחקור בזה, עניוואן?
ועיין
http://www.sciencedirect.com/science/ar ... 2404001313
מסתם רעד איך שטותים.
דיין ועיין האב איך ניטאמאל גיעפנט, אבער גוט אז די האסט אליין געשריבן אז די האקסט שטותים. נישט נאר דארף עס זיין קבוע צום טאג נאר עס דארף זיין קבוע צום עונה אויך!!!
@היימישע ליטוואק די אלע זאכן וואס די שרייבסט איז נאר לחומרא אבער אודאי הייסט עס נישט א קבוע אויף לקולא אויך!!!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט