מאיר האט געשריבן:די "shape" אין גרויסקייט פין די ערד טוישט זיך. ממש אין די לעצטע 10 יאר... ליין דא:
http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... lanet.html
געפילטע פיש האט געשריבן:
גראדע האט קורמאן א גאנצע פרק אין האדם וטבעו, וואו ער איז מסביר וויאזוי אמאליגע צייטן האט מען זיך נישט געקימערט מיטן מציאות, נאר די מסורה פון די פארשטייערס פון בעפאר, די פריערדיגע דאקטוירים אדער דענקער, דאס האט גובר געווען איבער יעדע מציאות נראה לעיניים. (סאונדס פאמיליער? קענט העלפ יו). און ממילא איז מובן פארוואס הלכתא כרב באיסורי וכשמואל בדיני, וויל שמואל איז געווען א דוקטאר, נוקט בשיטת הדאקטאריי, ווידערום רב האט בודק געווען די מציאות און געזען אז ס'איז אנדערש ווי ס'איז אנגענומען. עיי"ש ותמצא.
נאך א פשט האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:
אונטערעסאנט, איך האב לעצטענס געליינט א דאקטאראט וואס איינער האט געשריבן (איך געדענק שוין יעצט נישט ווי) און ער שרייבט ממש דאס אז "וויסען" זאכן אמאהל האט געהאט אן אנדערע דעפינישען ווי היינט. היינט ווי לאנג מען טעסט נישט עפעס הייסט עס א THEORY, נאר נאך בדיקות וחקירות קען מען אוועקשטעלן עפעס אלץ פאקט און עס "וויסען". משא"כ בימים ההם איז די וועג ווי אזוי מען העט "געוויסט" איז געווען דרך פרעגן די חכמי וזקיני הדור, אידען ווי גוים, און עס איז קיינעם נישט בייגעפאלן צו טעסטן און זעהן אויב עס איז אמת אדער נישט.
smartinof האט געשריבן:@פארוואס? וואס איז דיין מסקנא מיט דיין תיאוריה?
נולד מאוחר האט געשריבן:חז''ל איז דאך כולל אסאך מענטשען, אויב היינט איז דא די סארט ערליכע אידן וואס נעמען אן די מהלך התעלמו מהמציאות כדי נישט אפטרעטן פון זייערע זיידעס וויסענשאפט, איז מסתם אמאל צווישען די חכמי התלמיד אויך געווען זאלכע ערליכע אידן. אויף דאס גופא זאג מיר
אויך נישט זאגן נשתנו הטבעים.
דאס זעלבע איז אויך געווען צווישען חכמי התלמיד זאלכע לאמיר זיי אנריפען קאוע שטיבעל סטייל אידן, וואס האבן געדארפט אלעס אליינס פארשן און פארשטיין און נישט געגלייכט די התעלמו מהלך.
איינער זאגט יעקב אבינו לא מת, דער קאוע שטיבעל אמורא פרעגט עם גלייך ציריק '' וכי בכדי ספדו ספדניא וחנטו חנטיא''
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט