נשתנה המציאות, לא ידעו המציאות, און נאך אן אפציע

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2182 מאל

נשתנה המציאות, לא ידעו המציאות, און נאך אן אפציע

שליחה דורך פארוואס? »

בעפאר איך גיי ווערן באשטיינערט פון די עלטערע ניקס דא אין שטיבל, מיט לינקס אויף לינקס און אויף רעכטס, הלמאי איך וואג מיר צו עפענען אן אשכול איבער א נושא וואס איז שוין איבערגעדראשט און איבערגעקייט געווארן צענדליגער מאלן, וויל איך מקדים זיין, א געוויסע הקדמה:
ביטע קאנטרעצירט זיך איבער די הויפט נקודה אינעם אשכול, און דערנאך זייט דן בכובד-ראש אויב די דאזיגע ספעציפישע נקודה איז שוין אמאל געווארן אויסגעשמועסט.
איז אזוי, איך קום פון די וואונדערבארע אשכול וואס [tag]תחכמוני[/tag] האט באשריבן, און די תגובות דערויף, איך האב פון דארטן פארשטאנען - אין קורצן - אז היות עס איז דא עטליכע (ווייניג געזאגט) מאמרי חז״ל וואס שטימען נישט מיטן מציאות וואס מיר קענען היינטיגע צייטן, קענען מיר אויסקלויבן עטליכע אפציעס:
איין אפציע, וואס איז זייער פאפולער אינעם חרדי׳שן ציבור, איז פשוט, עס אינטרעסירט מיר באמת נישט וואס די מציאות איז, און שלום על ישראל.
די צווייטע אפציע איז, אז נשתנו הטבעיים, עס איז אנדערש געווארן אין די 2000 (און צומאל 100) יאהר די מציאות.
איך גיי נישט רעדן פון די וועלכע נוצן עס פאר יעדע איינציגע קשיא, דאס הייסט - זיי וועלן דארפן זאגן אז פאר צוויי טויזנט יאהר צוריק איז די ערד-קוגל געווען פלאך, די געבוי פונעם בהמה איז געווען אנדערש, חיות ובהמות האבן געשוואנגערט אין אנדערע צייט-אפשניטן, וכו׳. (און אפשר אויך אז דער אלכסון איז געווען צוויי מאל אזוי ווי די גרויס פון צלע הריבוע…).
נאר אפילו צו נוצן דעם מהלך ביי קלענערע שינויים, זענען עטליכע חברי הק״ש געווען אומ-צופרידן פון די טיפישע חרדישע תירוצים.
און דעריבער פיהלן זיי זיך באקוועמער מיט די דריטע אפציע, זאגנדיג: לא ידעו המציאות. וואס תחכמוני האט שוין מברר געווען אז עס איז נישט קיין כפירה אזוי צו זאגן, ושלום על ישראל.
אמנם דא עקא, אז איך מיין אין געוויסע פלעצער איז שווער צו זאגן: לא ידעו המציאות. און ווי מען האט שוין ארויסגעברענגט דארטן די קשיא.
למשל, דאס וואס ווערט גע׳פסק׳נט אין יור״ד סימן קפ״ד: רוב נשים יש להם זמן קבוע לראות. וואס היינטיגע צייטן ווייסט מען נישט צו זאגן דערפון, און עס שיינט פונקט פארקערט, אז רובא דרובא נשים האבן נישט קיין וסת קבוע.
זאלן מיר זאגן אז פון זמן הגמרא ביז היינט איז געשעהן אזא טויש, בין איך אפשר בדיעבד גרייט אראפצושלינגען, אבער זאגן אז פון די צייטן פון בעל קיצושו״ע, (עיי״ש סימן קנד), ביז היינט איז עס געשעהן אזוי פון אונטער די נאז, אהן אז מען זאל עס באמערקן, הערט זיך שוין נישט אזוי געשמאק.
אויב זאלן מיר זיך נישט פיהלן באקוועם מיטן ״נשתנה המציאות״ וועלן מיר בלייבן מיטן ״לא ידעו המציאות״, וואס הערט זיך אויך שווער, האבן זיי טאקע נישט געקענט וויסן אזא פשוטע זאך, אדער: האבן זיי זיך ערלויבט צו זאגן איבער א מציאות וואס קען ווערן איבערגעקוקט.
ממילא בין איך אויפגעקומען מיט א נייע אפציע, וואס איך האב נישט געזעהן אז עס זאל ווערן אראפגעברענגט דא אין קאווע שטיבל, און דאס איז: ״התעלמו מהמציאות״…
(= אין אנדערע ווערטער, די ערשטע אויבנדערמאנטע אפציע, איז אויך געווען דעמאלטס).
לדעתי, קען דער מהלך פארענטפערן אסאך קשיות, איך וויל קודם הערן צו די חברי הק״ש וועלן זיין גרייט צו פארדייען אזא אפציע.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר