פארוואס איז עס אזוי באשאפן?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

פארוואס איז עס אזוי באשאפן?

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין דעם אשכול גיי איך פרעגן קשיות אויף געוויסע זאכן פארוואס עס איז אזוי באשאפן געווארן, זאכן וואס פארדריסט מיר און אנדערע. איך בין מגלה דעת איז דאס מיינט נישט ח"ו פרעגן קשיות אויפן באשעפער כקושיית הרשע וואס דער תירוץ איז הקהה את שיניו, נאר ליבערש כקושיית החכם, וואס שאלת חכם חצי תשובה, איך וויל פשוט פארשטיין, עס זענען ווארשיינליך פאראן תירוצים דערויף אין ספרי הראשונים אדער פילוזופן אדער גאר ע"פ קבלה, אויב איינער ווייסט, איך וויל הערן תשובות עד כמה שידכם מגעת.

מיר ווייסן אז מטבע הטוב להטיב, די סיבה וואס הקב"ה האט באשאפן דער וועלט איז להטיב לברואיו, און אודאי דארף צו זיין צדק ומשפט און עונשים אויכעט, אבער אסאך מאל קוקט עס אויס נישט יושר'דיג פארן פליישיגן אויג, טראץ וואס מען גלייבט אז צדיק ה' בכל דרכיו, אין עול, צדיק וישר הוא, אבער דער תכלית איז צו טון גוטס מיט די מענטשהייט, דער ציל איז דער באשעפער זאל שעפן נחת גענוי ווי א טאטע שעפט נחת ווען דאס קינד האט הנאה פון א גוטן מאכל וכדומה. דעריבער ערוועקט זיך צומאל שטארקע פראגעס וואס דרוקט און איך וויל עס אויסלופטערן.

אין קהלת איז דא א פסוק -- וועלכע איך האב זיך שוין געהערט גדולים וטובים זיך באנוצן דערמיט, פון גרויסע רבי'ס און מגידים ודרשנים, ביז טעראפיסטן און קאונסלערס -- האלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים. דהיינט אז גאט ב"ה האט באשאפן אלעס גראד און רעכטפארטיג, ווען נישט די מענטשהייט וואלט אלעס געווען א מחי', נאר די מענטשן זענען די דאזיגע וואס מאכן אלעס חרוב, ממש כשיטת דזשאן קערי מיט די איבריגע ענווייראמענטליסטן. אבער גאר אפט פרעגט זיך די פראגע, באמת? איז עס טאקע אזוי?

איך האב אסאך אין מאגן, מיר וועלן אנהייבן צעביסלעך, איין ענין אויף אמאל.

"מאדער נעיטשור"


וויפיל ניקס האבן זיך שוין אפגערעדט אויף די רעגן? רעגן איז דאך א טובה פאר די וועלט, אן דעם קען נישט וואקסן גארנישט. ממילא איז וויכטיג צו מתפלל זיין אויף רעגן, אין ארץ ישראל אויב עס איז פאראן א עצירת גשמים איז מען מתפלל דערויף, כאטש עס שטערט גוט די מענטשהייט, עד כדי כך אז דער כהן גדול האט מתפלל געווען יוהכ"פ אין קדשי קדשים "ואל יכנס לפניך תפלת עוברי דרכים לענין הגשם בשעה שהעולם צריך לו", זעהט אויס עס זענען געווען אזעלכע אידן מיט אזעלכע השגות און מיט א כח צו פועל'ן מיט זייערע תפלות, האט מען דעריבער געמוזט האבן דעם הייליגסטן מאן, אין הייליגסטן פלאץ אין דער וועלט, אין הייליגסטן טאג פון יאר, זאל דאס פארמיידן.

אבער דער באשעפער האט אנדערש געקענט באשאפן. ער האט געקענט מאכן פארשידענע וועגן. אדער אז נאס ווערן און אנגעשפריצט ווערן זאל נישט שטערן דעם מענטש. אדער אז עס זאל וואקסן אזוי ווי אין מצרים ביים נילוס, די טייך טרונקט אן די ערד און עס רעגנט קיינמאל. אויך איז אין קאלאראדע אזוי (אולי אויף איין ראיאן זאל רעגענען כדי עס זאל נישט זיין זאלציגע מצות; אבער חוץ מזה? על מה ולמה.....)

ביי אונז חסיד'ישע אידן שטייגט דער פראבלעם פי כמה. ווייל דער רעגן טוט משחית זיין אונזערע שמונה בגדים וועלכע קאסטן אין אלף הששי אריין, אנגעהויבן פונעם הוט, אדער שטריימל, און דער טייערער רעקל מיט די עקקאו שיך. דער גוי (אדער מאדערנער איד) טוט זיך אן א ביליגן טישערט מיט א דזשאקעט, ביליגע סניקערס וועלכע איז בסדר אינעם מבול אדער אין פאדלס, און געגאנגען.... עס שטערט נישט! דעם קערפער וועט מען זיך שפעטער אפווישן, און די וועש אריין אין שמוצקאסטן, און הגשם כאילו חלף והלך לו.

וועסטו דאך זאגן, 'מאך זיך נישט נאריש, נעם א שירעם און גיב זיך אן עצה'! איז חוץ מזה וואס עס איז א שאד מען זאל דארפן זיך "באשיצן" פון די גשמי ברכה, איז די עצה ניטאמאל פעליג רוב מאל, ווייל גאט האט ברוב רחמיו אריינגעלייגט א טבע אז אין אלגעמיין ווען עס רעגנט בלאזט א ווינט אזש די שירעמ'ס זענען פשוט הילפלאז און זיי צעברעכן זיך, דער הוט פליעט אראפ פון קאפ און קוילערט זיך אריין אין די נאסע פאדלס און מען לויפט עס נאך מיט די צובראעכענע שירעמס אז עס ווערט א געפערליכער מאדנע ספעקטאקל....

אבער "מאדער נעיטשור" איז פיל מער ווי דעם. ווען מען נעמט אין באטראכט די שרעקעדיגע גרויזאמע הוריקעינ'ס, טארנעידאס, ערדציטערנישן, וואלקעינאס, צונאמי'ס, וכל שום וחניכא דאית להו, וועלכע אנדרלמוסיא בא לעולם והורגת טובים ורעים, נכלל יונגע קינדער ויונקי שדיים שלא טעמו טעם חטא, און טוט זיי אלע פארטיליגן מיט ברוטאלע און שוידערליכע אופנים, און זייעט אן שרעקליכע קרבנות וחורבנות, איז זייער שווער צו פארשטיין די "טובה" דערין. פארשער האבן שוין געטראפן א "טובה" אין די ריזיגע וואלד פייערן, אבער נאך נישט אין דעם. אבער לו יהא עס איז יא פאראן א טובה דערין, פארוואס האט מען עס געדארפט אויסשטעלן אויף אזא אופן, אז אזא שרעקליכע זאך זאל זיין א טובה??

דעטס איט פאר נאו, המשך יבא אי"ה.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר