פארוואס באדערט עס דיר?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 849 מאל

פארוואס באדערט עס דיר?

שליחה דורך מצטמק ויפה »

[justify]חברינו הרב [tag]שמעקעדיג[/tag] האט דערמאנט דא א ענין וואס דארף חומר למחשבה. און איז א נושא וואס איך וויל שוין לאנג פארשטיין. און אזוי ווי ידידינו הרב [tag]ברסלבער[/tag] האט אנגעוויזן אז עס איז א ענין בפני עצמו, וויל איך עפענען א באזונדערע אשכול דערוועגן, כדי נישט צו פארפארן פון יענע ענין.

איך וועל זיך באציען צי א געוויסע מציאות פשוט מ'זאל פארשטיין פון וואס מ'רעדט, אבער אזעלכע מעשיות שפילט זיך אפ יעדען טאג ולא על עצמו אנו דנין אלא על הכלל כולו.

משה יעקב זיצט אין היכל הבית מדרש שוין צוויי חדשים אריין אונעם זמן, דער עולם איז כל כולו שקוע אין די נושא פון אשו משום חציו, משום ממונא. שוין צוויי חדשים וואס מקאכט אויף דעם איינעם בלאט גמרא און עס קנאקט אז עס גייט א רויך, משה יעקב האט קיינמאהל קיין נערווען צו לערנען געהאט, א קאפ האט ער געהאט גראדע גאנץ א פיינעם, אבער מער ווייניגער ביי דעם האט זיך עס גענדיגט. ער האט ניטאמאהל געוויסט וועלכע דף מ'לערנט. אבער הער אויס אבי די מגי"ש לאזט איהם במנוחה, און לאזט איהם זיין פארנומען מיט זיינע בחור'ישע באשעפטונגען.
אונזער משה יעקב האט זיך אבער נישט געפאפּט, און זייער גוט געוויסט זיין מצב, ער האט גאר גוט געוויסט אז יאר איין יאר אויס האבן זיינע רבי'ס געדארפט דורך גיין דעם נילוס, געוואר צו ווערן אז עס איז נישטא צו וועם צו רעדן, און זיי זאלן זיך אפּטשעפּנען פון איהם. אבער הער אויס; איך האלט פשוט נישט דערביי, עס איז נישט פאר מיר, און פארטיג.

יענער טאג אויפן וועג אראפ צום עס-זאל, שפירט ער א קלאפ אין ריקען "העי משה יעקב וואס טוט זיך? הא? נאך א סדר שוין דורך ? נישט גרינג צו שטיפּען גאנצעטע סדרים, וואס? .......

א פייער רויטע קאליר, איז ניטאמאהל א משל וויאזוי משה יעקב האט אויסגעקוקט יענע מינוט, ער איז געווארן אנגעפראסקעט ווי קיינמאהל ביפאר, ער איז געווען ממש נישט ביי זיך.

און דא שטעלט זיך די פראגע "פארוואס"??? פארוואס אין די וועלט ביסטו געווארן געטשעפעט? פארוואס באדערט עס דיר? די ווייסט זייער גוט דיין מצב און די ווייסט פונקטלעך וואו די שטייסט, און נישט נאר די ווייסט נאר די ווייסט אז יעדער איינער האלט עס מיט און יעדער ווייסט דאס אויך פונקט ווי דיר. נו מה כל הרעש האסט דען נישט געוויסט אז יענער חבר ווייסט דיין מצב? ער האט דיך דען עפעס מחדש געווען? נו פארוואס קענסטו קוים קומען צו זיך?

און ווי שוין געשריבן אויבן דאס מאכט זיך ביי אלע סארט מענטשען פון יעדע יארגאנג. אויב איינער קען אריין קומען און געבן א שטיקל ביאור, כל הכבוד.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר