בלאט 4 פון 4

הודעהפורסם: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:35 pm
דורך שושן פורים
נח בער האט געשריבן:פלאי פלאים.
דעם יום הקדוש האב איך געהאט די זכיה זיך צו ווייקן אין אמונת קאווע שטיבל... מיטן וואסער מארקע.

דאס איז שוין א געפערליכע חוצפה, אויב האט עס די וואסער צייכן איז טייטש אז דער בעל הגליון האט עס גענומען פון דא, האט ער דאך געזעהן די שמועס און די ראיות אז עס איז פאלטש, און בידיים מפטם געווען די קעלבלעך במזיד ממש.

סתם פאר די נייגעריגקייט, וועלכע גליון איז דאס?

הודעהפורסם: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:37 pm
דורך געוואלדיג
אויך באמערקט, זיס, עס קומט נאך פונעם אשכול וואו מען ווייזט אויף די פאלשקייט פונעם בילד.

הודעהפורסם: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:40 pm
דורך הוגה
שושן פורים האט געשריבן:סתם פאר די נייגעריגקייט, וועלכע גליון איז דאס?


הילולא דצדיקיא

איך האב עס אויך באמערקט און געהאט אן עונג יום טוב.

Re: ר' יענקעלע איז גארנישט?

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 5:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס דרייט זיך יעצט א קליפ, ווי דער ליובאוויטשער רבי פראוועט אן אפענע מופת, אויף קאמערא.
א פאר פאלק זענען געקומען צו אים פאר דאללארען, מיט א קינד וואס לפי דבריהם ׳רעדט ער נישט׳. דער רבי בענטשט זיי, און ער דרייט זיך צום קינד און ער פרעגט אים צו ער זאגט ׳מודה אני׳. דער קינד שאקעלט מיט די קאפ ׳יא׳, און דער רבי הייסט אים זאגען מודה אני, און דער קינד זאגט! יעדער קען זיך איבערצייגען.

איך ווארף ארויס מיין אבי עזרי פון שטוב! (איי, איך האב נישט קיין אבי עזרי? וועל איך מוזען קויפען און דערנאך ארויס ווארפען)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 7:01 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס ארויספווארפן דעם אבי-עזרי פארוואס? אז דו קענסט האבן מימרות סיי פון ר' אליעזר און סיי פון ר' יהושע, נישט נאר ביי זיך אין שטוב נאר זאגאר אין איין באנד, אויף איין פעידש, קענסטו דאס אויך.