די וועלט איז יא! משוגע. - באראק אבאמא און להבדיל משה רבינו.

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4249
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3628 מאל

די וועלט איז יא! משוגע. - באראק אבאמא און להבדיל משה רבינו.

שליחה דורך טאמבל סאס »

c/p from Ivelt.com

בס"ד

פון: בן סנדר

מיר אלע געדענקען פאר עטליכע יאר צוריק, ווען סענעטאר באראק כוסעין אבאמא, איז געלאפן פאר פרעזידענט פון אמעריקע, פאר זיין ערשטן טערמין, און דער עולם איז געגאנגען - משוגע!, שווערע צענדליגע טויזענטער מענטשן, זענען טעגליך ארויסגעקומען, צו זיינע פאליטישע ראַליס, און געוואלט כאפן א בליק אויף דעם כאראזימאטישער און בחנ'טער, נייע אויפגייענדע שטערן בעולם הפאליטיק, וואס זאגט צו האו"פ און טשעינדז"ש. די מאסן האבן געיובלט און געטאנצט, געוויסע האבן גע'חלש'ט, און אנדערע האבן גאר געשריבן משיח!, ווער געדענקט נישט די היליכיגע געשרייען, יעס ווי קען! יעס ווי קען! יעס ווי קען! יעס ווי קען! יעס ווי קען...! זיינע רעדעס האבן געגלאנצט מיט עפעס א מעכטיגע אראטארישע קראפט, וואס האט איבערגענומען יעדעם איינעם.

ווען ער איז געפארן קיין דייטשלאנד, זענען צוויי הונדערט טויזענט דייטשן ארויסגעקומען אין די גאסן פון בערלין, מקבל פנים זיין די נייע שטערן, ער איז געפארן קיין קאירא-עגיפטן געבן א רעדע פאר די ארטיגע אראבער, און געווארפן מוסלמענישע אויסדריקן, די עולם האט אויסגעהערט מיט האפענונג און עקסטאז.

מיליאנען מענטשן זענען געווען גרייט צו שווערן ביי אלעם הייליג, אז דאס מאל איז עס עפעס ספעציעל, דא רעדט מען פון עפעס מער ווי נארמאל, עפעס משונה'דיגע כוחות, און דער מענטש גייט טוישן די וועלט פאר אייביג. ער גייט ענדיגן אלע מלחמות, און אנגעצויגנקייטן, וואס אמעריקע האט ארום די וועלט, אלע מוסלמענער גיין ווערן פּאַניע בּרַאד מיט אמעריקע, נישטא מער קיין שנאה און האַס, עס איז לעכטיג און זיס.

אויך די אלע פארטייאישע פאליטיק, און אמפערייען, וואס פירט וואשינגטאן די לעצטיגע יארן, דאס אלעס איז א פארגאנגענהייט, דא רעדט מען פון א מענטש מיט העכערע כוחות, און אויסער-געווענליכע טאלאנטן, און ער גייט צאמברענגען רעפובליקאנער און דעמאקראטן צו ארבעטן אינאיינעם ווי גוטע חברים.

עס ערווארט פאר אמעריקע א לעכטיגע עתיד, זאל נאר דער עולם האבן שכל און אריינוועהלן באראק אבאמא, פאר די 44'סטער פרעזידענט פון אמעריקע.

וואס עס איז געבליבן פון די אלע זאכן, ווייסן מיר זייער גוט.

די אויבנדערמאנטע איז נאר איין דוגמא פון א זאך, וואס האט זיך אפגעשפילט צענדליגער מאל אין היסטאריע, עס קומט ארויף א געלונגענער מענטש, מיט שטארקע טאלאנטן, און כאריזמע, א גוטער רעדנער, וואס נעמט איבער דעם עולם, און מענטשן ווערן פארקויפט פאר יענעם. די זעלבע זאך איז געווען מיט אדאלף היטלער ימ"ש, וואס מיליאנען דייטשן זענען געגענגען און פייער פארן פירער, טראץ דעם וואס זיין פערזענליכקייט איז געווען מלא חסרונות.

ווי אויך איז באוואוסט אז עס זענען פארהאן פארשידענע קולטן, וואס די מיטגלידער טוען גאר מאדנע און אפי' סכנה'דיגע זאכן, אלעס ווייל זיי זענען משוגע פארן פירער, און זיי זענען איבערצייגט אז ער איז עפעס גאר ספעציעל, און זיי וועלן טוען אלעס פאר זיינעט וועגן, און אפי' זיך נעמען דאס לעבן. דאס איז א קאלטע מציאות, אפי' און די היינטיגע מאדערנע וועלט, און אפי' אין אזא לאנד ווי אמעריקע. (דוגמא: העווענ"ס געי"ט קולט - קאליפארניע, 40 נארמאלע, קלוגע מענטשן האבן זיך גענומען דאס לעבן, פשוט ווייל זיי האבן געגלייבט זייער פירער, אז זיי גייען אנקומען אין גן עדן).

איינע פון די סיבות פון דעם איז, ווייל א מענטש בטבע, וויל נישט אז די וועלט זאל זיך ענדיגן ביי זיינע ד' אמות, ער וויל באלאנגן צו עפעס מער פון איהם, און זיין א חלק פון א גרעסערע זאך, ער וויל דינען עפס א העכערע ציל, זאל עס זיין אן אידיאלאגיע, א לאנד, א פארטיי, א קאמיוניטי, און אמאל להבדיל א חסידות. וועגן דעם זעהט מען אז סאלדאטן זענען גרייט צו איינשטעלן זייער לעבן, און אסאך מאל אפי' זיך נעמען דאס לעבן, פאר אן אידיאל, אדער א לאנד. לדוגמא: די אראבער וואס רייסן זיך אויף, און נעמען זיך דאס לעבן, אדער די יאפאנישע סאלדאטן -קאמיקאז"ע- וואס האבן זיך גענומען דאס לעבן, ביי די צווייטע וועלט מלחמה, אדער די רוסישע סאלדאטן פונעם צאר, אלעס איז די זעלבע געדאנק, אז מ'קען פארקויפן פאר א מענטש, א אידיאל, א שיטה, א מהלך, אדער א פערזענליכקייט, און ער ווערט פארדעם פארקויפט, און ער איז גרייט צו גיין אין פייער פאר דעם.

"טרעף נאר דעם געלונגענעם מענטש, און דער עולם-גולם גלייבט, און די באן פאָרט"!

כלפי מה דברים אמורים: ווען מ'קוקט זיך ארום אויף די אלע רעליגיע'ס און גלויב'נס, וואס ס'איז דא אויף די וועלט, זעט מען אז עס איז נישט קיין איין טראָפּ מער, ווי נאך א דוגמא פון די אויבנדערמאנטע זאך, לאמיר זען למשל די צוויי הויפט פאלשע רעליגיעס, די קריסטליכע, און די איסלאמישע: עס איז אפירגעקומען א פיגור, יאשקע אדער מוכאמאד ימ"ש, כאריזמאטישע און געלונגענע מענטשן, און אנגעהויבן ציען מענטשן ארום זיך, און פארקויפט פאר'ן עולם לאקשן.

מוכאמאד זאגט אז ער איז א נביא פון גאט, און אז דער אויבערשטער האט זיך צו איהם באוויזן. יאשקע זאגט גאר, אז ער איז א קינד פון גאט, און מיט אסאך גערודער, פראפאגאנדע, און טעראר, קויפט מען אפ דעם עולם, און עס פאָרט א באן.
עס איז ניטאמאל אינטרעסאנט, אריינצוגיין אין דעטאלן וויאזוי מענטשן זענען געווארן צוגעצויגן, און וועלכע שטותים זיי האבן אלס פארקויפט, אבער די סך הכל איז, אז קיינער האט גארנישט געזען, מען האט געגלייבט איין מענטש, וואס ס'האט אפשר אויסגעקוקט ווי ער האט העכערע כוחות, זיך פארלאזט אויף איהם, און נאכגעגאנגען בלינדערהיים.

און דאס איז די קעי"ס מיט אלע אנדערע גלויבנ'ס אויך, איין מענטש פארקויפט א מעשה, מענטשן קויפן עס, און ווערן פארגלייבט, מען פירט איין געוויסע מנהגים, און עס ווערט באשאפן נאך א רעליגיע, מזל טוב מזל טוב!...

בעצם פעלט אפי' נישט אויס צו פארברענגען צייט עס אפצופרעגן, ווייל די גאנצע זאך איז געבויעט אויף הינער פיש, עס האט נישט קיין יסוד, און פאר די זעלבע געלט וואס עס איז אמת איז עס שקר - בלאפ - שטותים.

עס איז בכלל נישט קיין חידוש צו זאגן, אז איין מענטש האט איינגערעדט פאר אסאך מענטשן, אז מיט איהם איז געשעהן געוויסע זאכן, און זיי האבן עס געגלייבט, עס איז מעשים בכל יום.

עס דערמאנט א ווערטל פון דער אלטער היים, ווען יעדע צווייטע יאר פאר פסח, האט מען געהאט צוטוהן מיט די גוים פון שטאט, וואס זענען געווארן אונטערגעהעצט דורך דעם גלח, אז יודן לייגן קריסלעך בלוט אין די מצות, און דער עולם-גולם האט עס געהעריג געגלייבט און אנגענומען פאר א פאקט, און געווען גרייט צו הרג'ענען מענטשן, כאטש עס איז א זאך וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט'ן אמת. פלעגט מען זאגן אז דער אויבערשטער מאכט די בלוט בלבולים, צו ווייזן ווי גרינג עס איז צו נעמען א גאנצע שטאט, און זיי איינרעדן שטותים והבלים, וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס, און יעדער איינער גלייבט עס.

להבדיל אלף אלפי הבדלות - די יודישע רעליגיע, איז גאר גאר אנדערש ווי אלע אנדערע גלויבן'ס פון די וועלט.

דער הייליגער ר"ן ערקלערט אונז, אין דרשות הר"ן - דרוש שלישי, אז דער אויבערשטער האט דוקא געמאכט משה רבינו, א כבד פה, וואס האט נישט געקענט גוט רעדן, כדי יעדער זאל וויסן, אז די יודישע גלויבן איז גראד פונעם אויבערשטען, און די סיבה פארוואס די יודן זענען נאכגעגאנגען משה רבינו, איז נישט ווייל ער איז געווען א כאריזמאטישער מענטש, מיט א גוטן כח הדיבור.

די אידישע רעליגיע האט זיך אנגעהויבן, ווען א פאלק פון אפאר מיליאן מענטשן, 600,000 מענער און די יארן פון 20-60, פּלאָס די עלטערע מענער, פרויען און קינדער, האבן מיט די אייגענע אויגן געזען זאכן, זיי האבן זיך נישט פארלאזט אויף קיינעם, זיי האבן געזען די צען מכות, וואס די גרעסטע כישוף מאכער'ס אין מצרים האבן מודה געווען -אצבע אלוקים היא- זיי האבן געזען קריעת ים סוף, זיי האבן געגעסן מן, און געטרינקן וואסער פון די באר, א.א.וו.

און די קלימאקס איז געווען ביים היסטארישן מעמד הר סיני, די אינטרעסאנסטע מעמד זייט בריאת העולם, ווען אפאר מיליאן מענטשן האבן מיט זייערע פליישיגע אויערן געהערט דער גאט פון די וועלט רעדן צו זיין, "פנים בפנים דבר ה' עמכם", זיי האבן אליין געהערט אנכי, ולא יהיה לך, און זיי האבן געזען קלאר אז "אין עוד מלבדו", די בורא פון די וועלט האט זיך אנטפלעקט צו זיינע נבראים, און זיי אויסגעקליבן פאר א פאלק, "והייתם לי סגולה מכל העמים", "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש", "די עם הנבחר - די טשאָוסע"ן פּיפֶעל".

וועגן דעם זעט מען א גאנצן צייט ווי די תורה לייגט א דגוש אויף דעם אז די יודן האבן אליין געזען - אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים, וכל העם רואים את הקולות, אתם ראיתם כי מן השמים דברתי עמכם, אתה הראת לדעת, מן השמים השמיעך את קולו, וידבר ה' אליכם מתוך האש, א.א.וו.

זיי האבן געזען מט די אייגענע אויגן, אז משה רבינו איז דער נביא ה', און ער האט זיי געברענגט די תורה פון דעם אויבערשטען, דאס איז די בעפעל פונעם אויבערשטען פון די וועלט, דאס איז די וועג מצליח צו זיין, דא ליגט די תכלית הטוב, גיי נאך די אינסטראקשענ"ס וועט דיר זיין גוט אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

דער אויבערשטער זאגט פאר משה, איך וויל די יודן זאלן הערן ווי איך רעד צו דיר, "בעבור ישמע העם בדברי עמך וגם בך יאמינו לעולם", די אידן זאלן הערן קלאר און דייטליך אז משה איז דער נביא ה', תורת משה אמת, און ווער עס זאגט פארקערט איז מופרך מעיקרא, ווייל די אידן האבן געזען קלאר אז נאר וואס עס שטייט אין די תורה איז אמת, און עס איז נישט אינטרעסאנט בכלל וואס יאשקע אדער מוכאמאד אדער סיי ווער קומט פארקויפן אין נאמען פונעם אויבערשטען, אויב איז עס אנדערש ווי עס שטייט אין תורת משה.

דאס איז די קענדישא"ן וואס מיר שטעלן אוועק, פאר סיי וועלכע מענטש וואס קומט דערציילן זאכן ווי א נביא, שטימט עס מיט תורת משה קען מען שמועסן, אויב נישט דעמאלט'ס דאונ"ט אִיווע"ן טאָ"ק ט"אָ מ"י, א"יי ע"ם סאַר"י, ראָנ"ג עדרע"ס, מיר האבן געהערט פירס"ט הענ"ד, עס איז נישט אינטרעסאנט וואס דו דערציילסט בכלל, אויב דער אויבערשטער וויל טוישן, קען ער קומען נאכאמאל צו אונז סרעי"ט.

און די אלע געשענישן וואס זענען פארגעקומען ביים בארג סיני, אז אפאר מיליאן מענטשן האבן געהערט דעם אויבערשטען רעדן, איז א היסטארישע פאקט, און טרוקענע מציאות, וואס איז נישט מעגליך בשום אופן שבעולם צו לייקענען, עס איז פשוט און גראד נישט מעגליך, ווייל עס איז נישטא אזא זאך אז מען זאל איינרעדן אסאך מענטשן, אז זיי האבן יעצט געהערט דעם אויבערשטן רעדן, און זיי זאלן עס גלייבן אויף אזוי שטארק, אז זיי זאלן פארציילן פאר זייערע קינדער, אז איך האב געהערט דעם אויבערשטען רעדן, עס איז פשוט נישטא אזא מציאות, עס איז קיינמאל אזא זאך נישט געשען, און עס וועט קיינמאל נישט זיין.

און פונקט ווי קיינער גייט נישט האבן א ספק, אויב עס איז אמאל געווען א מענטש דשארדזש וואשינגטאן, וואס איז געווען די ערשטע פרעזידענט פון אמעריקע, ווייל עס איז א זאך וואס טויזענטער מענטשן האבן געזעהן און מיטגעהאלטן, און איבערגעגעבן ווייטער פאר זייערע קינדער, און אזוי ווייטער ביז היינט. די זעלבע איז מיט אלע געשענישן, וואס זענען געשעהן ביי יציאת מצרים, און מתן תורה, אפאר מיליאן מענטשן האבן דאס געזעהן און מיטגעהאלטן, און דערציילט פאר זייער קינדער, און זייערע קינדער ווייטער ביז היינט.

און עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז די אידישע מסורה, איז קריסטאל קלאר, אן קיין שום הפסקים, און יעדער קען נאכגיין זיין מסורה פון איהם ביז משה רבינו, אלעס איז דאקומענטירט און מסודר מיט א קלארקייט (רמב"ם הלכות יסודי התורה, ועוד ועוד).

און דאס איז די סיבה פארוואס אלע אנדערע גלויבנ'ס גלייבן און יציאת מצרים און מתן תורה, ווייל ווי אויבן געשריבן איז עס א היסטארישע פאקט וואס איז נישט שייך צו האבן א ספק אין דעם, און אה"נ זיי גלייבן אין וואס זייערע עלטערן זאגן, און אונז גלייבן אין וואס אונזערע עלטערן זאגן, איז וויכטיג צו פארשטיין די יסודות'דיגע חילוק, זיי זאגן סך הכל: עס איז געווען א מענטש יאשקע וואס האט געזאגט געוויסע זאכן. און איך האב נישט קיין פראבלעם אז א קריסט גלייבט זיין טאטע, נאר איך וועל איהם זאגן: מיסטער דו לעבסט אין א טעות, ווייל יאשקע האט דיך איינגערעדט, אונז אבער פארלאזן זיך נישט אויף קיינעם, אונזער מסורה זאגט אז אונז האבן אליין געזען.

און פונקט ווי אונז גלייבן אז עס איז געווען א מענטש יאשקע, וואס האט געזאגט אז די אויבערשטער האט גערעדט צו איהם, ווייל דאס איז סך הכל וואס זייער מסורה פארקויפט, און דאס געבן זיי איבער פאר זייערע קינדער אז יאשקע האט געזאגט זאכן, "נאר מיר טענה'ן אז יאשקע האט געמאכט פורים פון די מענטשהייט. די זעלבע גלייבן זיי און אונזער מסורה אז אפאר מיליאן מענטשן האבן געהערט די אויבערשטער אליין רעדן, - "וראו מה בין בני לבן חמי".

און דאס העלפט אויך צו פארשטיין פארוואס טאקע אלע אנדערע גלויבנ'ס וואס זענען געקומען נאך אונז און זיי האבן געוואוסט וואס מיר זאגן, האבן אפי' נישט פרובירט צו מאכן זייער גלויבן אויף אזא וועג, נאר זיי האבן זיך געמוזט באגיין, אז די אויבערשטער איז געקומען, צו איין מענטש אליין, ווייל ווי געזאגט עס איז א זאך וואס איז נישט מעגליך במציאות אויפצומאכן, און ווען יא וואלט עס איינער געטוהן.

מיר האבן שוין אויבן געשריבן, אז בעצם דארף מען נישט פארברענגען קיין צייט, אפצופרעגן זייער גלויבן, ווייל די גאנצע יסוד איז שוואך, און געבויעט אויף הינער פיס, אבער דאך איז אפשר כדי צו מאכן אביסל ליצנותא דעבודה זרה, און אויס שמועסן אפאר יסודות'דיגע קשיות אויף די אנדערע גלויבנ'ס.

זיי פארקויפן: אז אמת עס איז געווען יציאת מצרים און מתן תורה, ווי דער אויבערשטער האט אויסגעוועלט די יודן פאר זיין פאלק, און זיי געגעבן די תורה, אבער יארן שפעטער, ווייל יודן האבן געזינדיגט האט די אויבערשטער ח"ו זיי פארלאזט, און גענומען א אנדערע פאלק.

איז די ערשטע פשוטע קשיא איז, אויב די אויבערשטער איז געקומען צו די גאנצע פאלק צוזאמען ווען ער האט אונז אויסגעוועלט, פארוואס איז ער נישט געקומען צו ענק ווען ער האט ענק אויסגעוועלט? עס וואלט געדארפט זיי א מעמד הר סיני נאמבער 2?

און נאכמער אויב ווען ער האט אונז אויסגעוועלט האט ער געפילט פאר וויכטיג צו קומען צו יעדן, פארוואס ווען ער לאזט זיי ח"ו אפּ, הערט מען גארנישט?

עס דערמאנט א ווערטל, אז א רב איז אמאל אוועק פון די וועלט, און די צוויי ברודער'ס האבן זיך געשלאגן אויף די טאטנ'ס ראביסטעווע, איין טאג רופט אויס איין ברודער, אז ער האט זייער א וויכטיגע זאך צו זאגן פאר די גאנצע עולם, און ער בעט יעדער זאל זיך צאמנעמען. ער פאנגט אן זיין דרשה מיט די גאנצע דראמאטישקייט, און ער דערציילט אז די נאכט האט ער זיך גע'חלומ'ט ווי די טאטע קומט צו איהם, און זאגט איהם און קלארע ווערטער אז ער דארף ווערן רב, האט די עולם זיך צולאכט, און געזאגט: "אויב די טאטע וויל אז דו זאלסט ווערן רב, זאל ער קומען צו אונז אין חלום נישט צו דיר".

די צווייטע מעכטיגע קשיא איז אז אין די זעלבע תורה, וואס זיי אליינ'ס נעמען אן, אין גלייבן עס, -די בּייבּ"ל בלע"ז- שטייט 24 מאל די לשון "עולם", ווי למשל ברית עולם, חק עולם, חוקת עולם לדורותיכם, אא"וו, לאמיר זיך דערמאנען וויאזוי די רבי'ס אין חדר פלעגן טייטשן די ווארט עולם, דאכט זיך אז עולם איז טייטש -אייביג-, די תורה און מצוות איז אויף אייביג, .., די יודן זענען די עם הנבחר אויף אייביג! איז וואס קומען זיי האקן אין קאפ, און פארקויפן לאקשן, אז די אויבערשטער האט אונז ח"ו פארלאזט, און געגעבן א נייע תורה פאר זיי, ווי זיי רופן עס די -ני"ו טעסטמענ"ט-, ניין! בלא! קיין פראגע בכלל! עס איז נישט דא קיין נייע, ווייל אין די ערשטע וואס ענק נעמען אן אלס קראַנט פון גאט, שטייט לעולם! עט'ס הערט'ס, אויף אייביג, פִּירִיע"ד!

און וואס מ'קען נאך צולייגן איז, אז צו זייער שלעכט מזל, האט די תורה זיי געפעדערט, און געשריבן און קלארע ווערטער א גאנצע פרשה פון נביא שקר און פרשת ראה, ווי די תורה זאגט קלאר אז אויב עס קומט א נביא שקר, און פארקויפט סיי וואס אנדערש ווי משה רבינו, אפי' ער ווייזט מופתים, גלייב איהם נישט, און די זאלסט איהם פארשטיינערן, ווייל עס איז בהחלט שקר, ווי אויבן ערקלערט, אז מיר האבן אליין געהערט אנדערש, און דאס וואס ער ווייזט אינטרעסאנטע זאכן איז ווייל די אויבערשטער האט איהם געגעבן די כח, כדי דיר צו מנסה זיין, איז די תורה האט אונז אנגעגרייט אז עס גייט געשעהן אזעלכע זאכן, און וואס מיר דארפן טוהן מיט יאשקע און מוכאמאד, נא"ו סערפרייזע"ס אָווע"ר הע"ר.

לאמיר גיין א טריט ווייטער: עס איז דא מענטשן וואס עס שטערט זיי אז לכאו' וויאזוי קען מען זאגן מיט אזא פעסטקייט אז אזויפיל גוים לעבן אין א טעות, דא רעדט מען פון אפּאָר ביליאן גוים, און צווישן זיי אסאך קלוגע גוים אויך. און נאכמער, די תורה און אויך לאגיק זאגט אחרי רבים להטות, איז לכאורה זענען זיי די רוב?

איז קודם כל, דעס אז א ביליאן גוים זאלן לעבן אין א טעות, איז נישט קיין שום קשיא, און דאס מוז מען סייווי זאגן, ווייל די קריסטן און די מוסלעמענער האבן ביידע א ביליאן, און ביידע זאגן אז די אנדערע איז שטותים, איז דאך בהכרח דא אזא זאך אז זייער אסאך מענטשן זאלן לעבן אין א טעות, און ווי אויבן ערקלערט אז עס איז נישט שווער איינצורעדן מענטשן. נאכדערצו ווען אלע אנדערע גלויבנ'ס איז אסאך גרינגער, מען קען לעבן א חיי הפקר, און זיך נאכגעבן אלע תאוות, איז פארוואס זאל מען עס נישט אָנעמען.

און אויף די חלק פון רוב, לאמיר אויסשמועסן דריי תירוצים, איינס בעסער פונעם צווייטן.

1) ווען מ'וועט אריינקוקן אין זייער גלויבן, און זעהן און וויפיל גרופעס זיי זענען יסודות'דיג צוטיילט, ווייס איך שוין נישט ווער עס האט מער, משא"כ ביי אונז, איז טאקע דא קליינע חילוקים אבער די יסודות האלטן אלע יודן די זעלבע.

2) וואס ר' יונתן אייבשיץ, האט שארף געענפערט, אז מ'גייט נאר נאך רוב ווען עס איז דא א ספק, אבער ווען עס איז וודאי, גייט מען נישט נאך רוב.

3) וואס איז נאך שטערקער, אז אונז זענען גאר די רוב.

לאמיר אריינקלערן, אויב וועט א מענטש זיין פארלוירן אין א וואלד, און ער קומט אן צו א פרשת דרכים ווי ער קען גיין צוויי וועגן, און ער ווייסט נישט וועלכע איז די ריכטיגע וועג, ער זעהט אבער אז ביי איין וועג שטייען 50 מענטשן, און ביי די אנדערע שטייען 1000 מענטשן, איז לכאו' וועט ער גיין דארט ווי די 1000 מענטשן שטייען, ווייל מסתמא אז רוב מענטשן גייען דארט, מסתמא איז דארט די ריכטיגע וועג. וואס וועט אבער געשעהן אויב ער וועט באמערקן אז די 50 מענטשן זענען געהעריגע מענטשן וואס זעהן, אבער די 1000 זענען 999 בלינדע מענטשן, און זיי פארלאזן זיך און גייען נאך איין מענטש וואס זעט, דעמאלט'ס וועט ער אוודאי גיין דארט ווי די 50 גייען.

די זעלבע איז ביי אונזער נושא, אונז האבן אנגעהויבן מיט אפאר מיליאן מענטשן, און עס איבערגעגעבן ווייטער ביז היינט, זיי זענען טאקע אסאך מענטשן, אבער זיי זענען אסאך בלינדע מענטשן, וואס גייען נאך איין מענטש, איז אז מ'וויל טענה'ן רוב, זענען מיר די רוב.

און נאכמער, ווי פריער געזאגט זענען זיי בעצם מודה און אונזער שטעלונג, און נעמען עס אן אינגאנצן, נאר זיי קומען מיט א שפעטערדיגע נייע זאך, וואס איז זיך סותר מיט זייער אייגענע ערשטע שטעלונג.

יעצט אז מיר האלטן שוין דא, לאמיר אינאיינעם לערנען צוויי פסוקים אין חומש פרשת ואתחנן קאפיטל ד' פסוק ל"ב ל"ג, מיר ווייסן דאך אז די תורה איז נצחי, און יעדע זאך וואס עס שטייט אין די תורה איז נוגע פאר אלע דורות. אז מיר קוקן אריין אין די צוויי פסוקים, זעהן מיר אז די תורה רעדט צו אונז אין 2014, און שטעלט אונז א מורא'דיגע טשעלענדז"ש, הערט אויס: "כי שאל נא לימים ראשונים אשר היו לפניך" - נעמט'ס ארויס די היסטאריע ביכער און הייבט'ס אן צו זיכן, "למן היום אשר ברא אלוקים אדם על הארץ, ולמקצה השמים עד קצה השמים" - זיכט'ס און פרעגט'ס די גרעסטע היסטאריענס אויב פון ווען די וועלט איז באשאפן געווארן ביז יעצט, "הנהיה כדבר הגדול הזה", - אויב איז אמאל געווען אזא גרויסע זאך, "או הנשמע כמהו" - חברה לייגט צו קאפ, די אויבערשטער בעט אונז -כי שאל נא- מיר זאלן זיכען און פרעגן אויב האט מען אפי' נאר געהערט מענטשן רעדן פון אזא זאך, דאס הייסט אפי' עס איז נישט אמת, צו זענען בכלל דא מענטשן וואס פרובירן צו זאגן אזוי, אז וואס - "השמע עם קול אלוקים מדבר מתוך האש, כאשר שמעת אתה ויחי", און די רעזולטאטן זענען -ניין- עס האט קיינמאל אין היסטאריע זיך נישט איבערגע'חזר'ט אזא זאך, און קיינער אין די וועלט פרובירט אפי' נישט צו זאגן אזא זאך, ווייל דאס איז א זאך וואס האט נאר פאסירט איין איינציג מאל אין היסטאריע, און דעמאלט'ס האט דער אויבערשטער געמאכט א בונד מיט די יודן אויף אייביג, און אזא זאך גייט קיינמאל מער נישט געשעהן, און קיינער גייט אפי' נישט פרובירן צו זאגן אזוי, ווייל עס איז א זאך וואס מ'קען נישט אויפמאכן.

לאמיר אויסשמועסן נאך א נקודה, די צוויי פסוקים וואס מיר האבן יעצט געזען, איז בלויז איינע פון צענדליגע נבואות, וואס עס שטייט אין די תורה, און עס איז מקוים געווארן הונדערט פראצענט, (אפשר וועלן מיר און א קומענדיגע געלעגנהייט מאכן אן עקסטערע ארטיקל, אויסצושמועסן די אלע נבואות און זעהן ווי שיין עס איז מקוים געווארן אזוי פונקטליך, לדוגמא, עי' ברמב"ן פרשת בחוקתי על התוכחה) להבדיל אין די ני"ו טעסטמענ"ט און להבדיל אויך אין די קוראן, איז נישט פארהאן קיין איין איינציגע נבואה, וואס זאגט פאָר וואס עס גייט געשעהן, די שפטערדיגע דורות. און די סיבה דערפון איז פשוט, ווייל די תורה האט דער אויבערשטער געשריבן און ער האט באשאפן די וועלט, און ער פירט די וועלט, ממילא ווייסט ער פונקטליך פארדעם, אלעס וואס גייט זיך אפשפילן אין די קומענדיגע דורות. משא"כ להבדיל די אנדערע, האבן פשוט'ע מענטשן געשריבן, סתם שטותים והבלים, און אוודאי קענען זיי זיך נישט ערלויבן, צו שרייבן נבואות, ווייל די רגע איין זאך גייט אנדערש, וועט מען גלייך זעהן די פאלשקייט. און די אלע נבואות פון די תורה, זענען נאך א ראיה אז די תורה איז אמת, און עס איז די ווערטער פונעם אויבערשטן.

נאך א זאך וואס קומט אומדירעקט ארויס פון די צוויי פסוקים איז, אז עס ווייזט קלאר אז מעמד הר סיני איז א מציאות וואס איז געווען, אז דער אויבערשטער האט גערעדט צו כלל ישראל, ווייל לאמיר זאגן אז עס וועט קומען א כופר איינער וואס גלייבט נישט, און מ'וועט איהם מסביר זיין די גאנצע ארטיקל ביז דא, אז דאס איז א יסודות'דיגע חילוק פון די יודישע גלויבן, און להבדיל די אנדערע פאלשע גלויבנ'ס, און אז מעמד הר סיני איז א פאקט וואס האט זיך אפגעשפילט איינמאל אין היסטאריע און עס איז נישט מעגליך צו לייקענען, ווייל מ'קן נישט איינרעדן אסאך מענטשן, אז זיי האבן געהערט און געזעהן זאכן, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס קיין איין אנדערע גלויבן האט דאס נישט פרובירט נאכצומאכן, און מ'ווייסט נישט פון קיין איין פאל אין היסטאריע בכלל, וואס א מענטש האט איינגערעדט פאר מענשטן אז מיט זיי איז געשעהן זאכן, און זיי האבן עס געגלייבט. אבער דער כופר וועט זיך עקש'ענען און זאגן, איך הער וואס דו זאגסט, איך קען דיר טאקע נישט מסביר זיין וויאזוי דאס האט געקענט זיין נישט אמת, אבער אויף עפעס א וועג האט משה רבינו איינגערעדט די יודן אז דער אויבערשטער האט גערעדט צו זיין, און זיי האבן עס געגלייבט. וועט מען איהם ענטפערן, אז לויט ווי דו זאגסט קומט אויס אז די תורה האט משה אליין געשריבן און נישט דער אויבערשטער, שטעלט זיך די קשיא, וויאזוי האט משה רבינו גענומען די קוראזש און די גאָט'ס, אריינצולייגן די אויבנדערמאנטע צוויי פסוקים אין די תורה, און פארוואס אין די וועלט האט איהם אויסגעפעלט צו נעמען אזא ריס"ק, און שרייבן אז דאס גייט זייך קיינמאל נישט איבער'חזר'ן, ער וואלט געדארפט טראכט'ן, אז אויב האט ער אויף עפעס א וועג איינגערעדט די יודן, אפשר וועט במשך די קומענדיגע דורות, נאך איינער טוען די זעלבע זאך, און מענטשן וועלן געוואר ווערן אז עס איז א פאלשע זאך, נאר עס מוז זיין אז דער באשעפער פון די וועלט, ער האט דאס געשריבן און ער זאגט אז ער האט זיך באוויזן צו די יודן און ער גייט עס מער קיינמאל נישט טוהן.


"אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו"



"כי יעקב בחר לו י-ה ישראל לסגולתו, כי לא יטוש ה' את עמו ונחלתו לא יעזוב"




פאר מיר ענדיגן איז כדאי ארויסצוברענגען אן אינטרעסאנטע זאך, וואס ווייזט קלאר די אמת פון די תורה און די יודישע לעבנסשטייגער, ביי אונז היימישע אידן וועט זיך קיינמאל נישט מאכן, אז א יוד וואס איז מצליח אין רוחניות, און ער איז עקסעפטע"ד ביי די קאמיוניט"י, און עס גייט איהם גוט, זאל אראפגיין פון יודישן וועג, די אלע וואס פאלן אוועק, זענען צובראכענע נשמות, וואס האבן נישט מצליח געווען אין אונזער סעסייעט"י, זיי זוכן סיפוק און זיי טראכטן אז זיי וועלן עס טרעפן ערגעץ אנדערש, און דאס איז חוץ פון דעם וואס זיין אן ערליכער יוד איז נישט גרינג, עס איז סאך גרינגער צו זיין פריי, ממילא גייט ער זוכן אנדערע גליקן.

פארקערט אבער זעהן מיר שווערע צענדליגער טויזענטער בעלי תשובה, און צווישן זיי די גרעסטע פראפעסארן און סייענטיסט"ן, די גרעסטע ספארט"ס-לייט און מאָווי סטאַר'ס, מענטשן וואס האבן געהאט געלט, כבוד, תאוות, און שוואוילטאג, זיי האבן געהאט אוועקגעשטעלטע משפחות, זיי האבן געהאט אלעס וואס די עולם הזה האט צו פארקויפן, און מיט דעם אלעם האבן זיי מחליט געווען צו זיכן דעם אמת, זיי האבן טאקע אינדשוי"ט ליי"ף, אבער זיי האבן געפילט ליידיג, פיסט! יא עס איז טאקע געשמאק פון אנפאנג, אבער איינמאל מ'ווערט צוגעוואוינט פארלירט עס דעם טעם, און מ'דערזעט זיך לעבן ווי א בהמה, מ'דרייט זיך ווי א רעדל, מ'עסט, מ'ארבעט, מ'מאכט געלט, מ'שלאפט, און מ'עסט נאכאמאל, מ'ארבעט ווייטער און מ'מאכט געלט, דא דארט פארט מען וואקאציע, און מ'מיינט אז דארט גייט מען טרעפן די גליק, אבער די אנטוישונג שפעטיגט נישט צו קומען, און עס שטעלט זיך די בייסיגע פראגע: "וואס איז דא די פלאן?" ווי גייט מען אנקומען? און וואס איז דער ציל?, פיין, נאך א פּיצַא, נאך א תאווה, און וואס איז נאכדעם, עס האט דאך נישט קיין שום פשט, לוינט זיך דען פאר דעם דורך צוגיין די גאנצע לעבן, מיט אלע פרעשער, עגמת נפש, און שוועריקייטן, עס פאנגט דאך נישט אן צו שטימען, מען ענדיגט דאך די זעלבע פלאץ ווי מ'האט אנגעהויבן, סאָמטינ"ג דשאָס"ט דאָסענט מעי"ק סענ"ס אָווע"ר הע"ר!!!

און די קשיא און די געפיל האט געשטערט די אלע מענטשן, און האט זיי געשטופט צו זיכן דעם אמת, און זיי האבן עס געטראפן אין די תורה, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן מחליט געווען אויפצוגעבן זייער גאנצע הפקר'דיגע לעבן, משפחה, קאריעריע, און אנהייבן א נייע לעבן ווי פרומע יודן, מיט אלע שוועריקייטן, יא עס איז טאקע שוער, אבער עס מאכט סענ"ס, עס האט א פלאן, עס האט א ציל, מ'גייט אנקומען ערגעץ.

און אפי' בשעת עס איז שווער האט די מענטש א סיפוק, עס איז א פאקט, מ'פילט אז מ'טוט ריכטיג, עס איז גרינגער דורך צושטופן די צייט, ווי צו לערנען א שעה, אבער ווען מען לערנט גארנישט, פילט מען ליידיג, און ווען מ'לערנט א שעה פילט מען אנגעפילט.

עס איז זייער גרינג צו עסן טשאקלעד, אבער ווען מען האלט זיך איין ווען עס האט א שוואכע הכשר, פילט מען גוט נאכדעם.

עס איז זייער גרינג צו באקומען א זאך פון איינעם, אבער ווען מען שטרענגט זיך אן און מען טוט א טובה פאר א יוד, איז עס טאקע שווער אבער מען פילט געשמאק, עס איז א מציאות, די נפש פילט ווען מען טוט ריכטיג, און אויב האלט מען זיך נישט ביים אנשטרענגען פילט די מענטש ליידיג, עקל'דיג, און דאס איז א מורא'דיגע ראיה, אז די תכלית פון א מענטש איז נישט דער וועלט און א מענטש האט א נשמה וואס ציט צו העכער'ס.

און בעצם איז די גאנצע לעבן אזוי, דו קענסט אויסוועהלן, אדער צו לעבן גרינג און נישט געשמאק, אדער צו ארבעטן שווער און פיהלן געשמאק און הנאה.

דו קענסט בלייבן אין בעט שלאפן, אדער קענסטו ארבעטן שווער און ווערן אן עושר.

דו קענסט אפשפילן די טעג יונגערהייט, אדער קענסטו לערנען 8 יאר אין קאלידזש, און ווערן א דאקטער.

עס איז נישט גרינג, אבער דאס איז די פרייז וואס דאס קאסט.

לאמיר אריינטראכטן, וועלכע זאך אין די וועלט ברענגט די מערסטע שוועריקייטן פאר א מענטש? די ענטפער איז, זיינע קינדער! עס איז סאך גרינגער נישט צו האבן קיין קינדער, מ'קען שלאפן א גאנצן טאג, קינדער קאסטן געלט, קינדער מאכן עגמת נפש, קינדער וועקן אויף ביינאכט, אא"וו, עס איז בכלל נישט גרינג, אבער די זעלבע קינדער ברענגען די גרעסטע הנאה פאר א מענטש, עס קאסט א פרייז און רוב מענטשן זענען גרייט צו צאלן דעם פרייז, כדי צו האבן א משפחה, ווייל זיי פארשטייען אז עס לוינט זיך צו מיטשענען, כדי צו באקומען די מורא'דיגע הנאה פון קינדער, "הארעוואניע איז נישט קיין סתירה צו הנאה, פונקט פארקערט עס איז די פרייז דערפון", עס גייט צוזאמען.

די זעלבע איז אין רוחניות, דו קענסט לעבן גרינג, און הפקרות'דיג, און זיך נאכגעבן אלע תאוות, אבער דו גייסט פיהלן ליידיג, און דו גייסט נישט פיהלן עקאָמפּליש"ד, עס וועט דיך גארנישט העלפן, אויב ווילסטו הנאה האבן פון דיין לעבן, דו ווילסט פיהלן געשמאק, דו ווילסט פיהלן דו טוסט וואס ס'איז ריכטיג, דו ווילסט לעבן מיט א תכלית, דעמאלט'ס טו ווי מער מצוות, און טו נישט קיין עבירות, אמת עס איז נישט גרינג, אמת עס איז דא ביטערע נסיונות, אבער עס לוינט זיך, מ'פילט גוט אויף דער וועלט, און עס ווארט אונז עולם הבא אויף יענע וועלט.

הבהרה: עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז די אלע זאכן, וואס מיר האבן דערמאנט אין די ארטיקל, האט נישט קיין שום שייכות, מיט חקירה און פילוסופיה, וואס די צדיקי הדורות האבן גע'אסר'ט צו לערנען, די אלע זאכן זענען נכלל אין אמונה פשוטה, און עס איז פשוט מסביר די טרוקענע פסוקים אין חומש, עברי טייטש.

עס איז דא מענטשן וואס האבן א טעות און זיי מיינען אז אמונה פשוטה מיינט, גלייבן בלינדערהייט, אן קיין שום טעם, אן קיין שום לאגיק, אן קיין שום יסוד, סתם איך גלייב ווייל איך גלייב! דאס איז א פשוט'ע גרויסע טעות, להבדיל די פאלשע גלויבנ'ס זענען אזוי, די גלח פרעדיגט אז מ'טאר נישט פרעגן און מ'טאר נישט פארשטיין, ווייל זיי האבן טאקע נישט וואס צו פארקויפן.

די ריכטיגע אפטייטש פון אמונה פשוטה איז, אז מען גלייבט אין די מסורה, וואס מיר האבן ביז יציאת מצרים און מתן תורה, וואס דעמאלט'ס האט די אויבערשטער געוויזן קלאר אז ער פירט די וועלט, און אז ער איז א כל יכול, די גרעסטע כישוף מאכער'ס אין מצרים האבן מודה געווען -אצבע אלוקים היא- און די קלימאק'ס איז געווען ביים מעמד הר סיני ווען די אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אונזערע עלטערן און זיי געגעבן די תורה.

די טייטש פון אמונה איז באפעסטיגן, פון די לשון ויהי ידיו "אמונה", ומחליים רעים ורבים "ונאמנים", ועוד, דאס הייסט אז די אלע זאכן וואס מיר האבן מקובל פון די מסורה, באפעסטיגן מיר מיט א שטארקייט, אפי' ווען היינטיגע צייטן מאכט עס נישט קיין סענ"ס, מיר גלייבן מיט א שטארקייט אז וואסער איז געווארן בלוט אפי' עס מאכט נישט קיין סענ"ס, און מיר גלייבן אז די אויבערשטער האט גערעדט צו די יודן, אפי' עס מאכט נישט קיין סענ"ס, דאס איז אונזער מסורה און פארטיג. ווען א יוד האט א צרה, גלייבט ער אז די אויבערשטער קען איהם העלפן, אפי' אויבן אויף זעהט מען נישט קיין וועג ארויס, די אלע זאכן, דאס מיינט אמונה פשוטה, און די אויבערשטער האט געוויזן די אלע נסים טאקע פאר דעם אז מיר זאלן עס געדענקן, און לעבן מיט דעם, צוויי מאל א טאג דארפן מיר דערמאנען יציאת מצרים, און עס איז א געהעריגע לאו, אז מ'זאל נישט פארגעסן מעמד הר סיני. ער האט יא געוואלט אז אונזער אמונה זאל האבן א שטארקע יסוד, כדי אונז זאלן זיך קענען מחזק זיין, אפי' אין די צייטן וואס מ'זעהט נישט קיין נסים, און פאר די וואס מיינען אז אמונה פשוטה מיינט סתם איך גלייך אן קיין שום יסוד, שטעלט זיך די פראגע, פארוואס האט די אויבערשטער געמאכט די אלעס נסים, פארוואס האט ער זיך באוויזן ביים בארג סיני, זאל ער סתם שרייבן אין די תורה אז מ'דארף גלייבן, און פארטיג, און די חקירה וואס צדיקים האבן גע'אסר'ט, מיינט אז די גאנצע מסורה קומט נישט אריין, נאר זיי האבן צוגעקומען צו די אלע זאכן וואס די מסורה ווייזט פאר אונז, האבן זיי אויסגערעכנט און פארשטאנען מיט די אייגענע שכל, און דאס האבן צדיקים נישט געלאזט טוהן.

די אידישע אמת'ע רעליגיע איז געבויט אויף חכמה אין לאגיק, עפן נאר אויף א משנה ברורה וועט איר זעהן, יעדע הלכה וואס די שו"ע פסק'נט קומט א הסבר, א טעם, עס דארף שטימען, מ'דארף פארשטיין..., מ'לערנט א גמרא, תוס' פרעגט א קשיא, די אחרונים ענפערן, רע"א פרעגט צוריק, און די חתם סופר ענפערט, יעדער וויל פארשטיין. עס איז א גוטע זאך צו פארשטיין, עס געט א געשמאק.

אבער מיט דעם אלעם דארף א מענטש וויסן אז אפי' עס איז טאקע בעסער אויב מ'האט ארויס די טעמי המצוות, און די ענינים ארום די זאכן וואס מיר טוען, טאר עס אבער נישט זיין קיין תנאי, און מיר דארפן היטן די תורה, אפי' אויב מיר פארשטייען נישט. מיר דארפן וויסן אז מיר האבן קליינע קעפ, און עס איז דא זאכן וואס מיר קענען בשום אויפן נישט פארשטיין, פונקט ווי יעדער פארשטייט אז אויב איינער זאל נעמען די קלוגסטע חיה, וואס קען טוהן אלע מיני קונצן, פארשטייט אבער יעדער אז א תוספות קענסטו פאר איהם נישט מסביר זיין, ווייל א מענטש איז נישט נאר קלוגער פון א חיה, נאר עס איז א אנדערע מין שכל בכלל, און עס איז דא זאכן וואס אפי' מענטשן פארשטייען עס זייער גוט, וועסטו בשום אופן עס נישט קענען מסביר זיין פאר א חיה, די זעלבע זאך איז ביי אונז אפי' מיר האלטן זיך טאקע זייער קלוג, דארפן מיר וויסן אז די אויבערשטער איז נישט נאר סאך קלוגער פון אונז, נאר עס איז א אנדערע מין שכל, "כי לא מחשבותי מחשבותיכם", און עס איז דא אסאך זאכן וואס אונז גייען פאר קיין געלט אין דער וועלט נישט קענען פארשטיין פונקט ווי מיר פארשטייען נישט וויאזוי מען מאכט א זון, די זעלבע איז מיט די געשעענישן וואס פאסירן מיט אונז, איז דא אסאך זאכן וואס מיר קענען פשוט נישט פארשטיין, אבער אונזער יסוד איז שטארק, אונזער מסורה איז קלאר, אונזער תורה איז אמת, און אונז גלייבן אלעס וואס שטייט אין דעם, צו מען פארשטייט עס יא, צו מען פארשטייט עס נישט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
רעאגיר