האט דער גוי עולם הזה?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

האט דער גוי עולם הזה?

שליחה דורך כוכב »

מיר זענען צוגעוואוינט צו לערנען אין חדר, אז יעקב אבינו האט געקריגן עוה'ב און עשיו האט באקומען עוה'ז. איך געדענק נישט פונקטליך די מראה מקומות דערויף און איך האב נישט קיין צייט יעצט זיי אפירצוזוכן, אבער דאס איז א קאנצעפט וואס מ'באגעגנט אומצאליגע מאל אין ספרי אגדה, און ספעציעל אין דעם יוגנט ווערט מען שטארק נתחנך אויף דעם יסוד שיסודתו בהררי קודש.

א מענטש כאפט א שפאציר אין טיימס סקווער און באגעגנט דעם שפרודלדיגן עוה'ז, טעאטערן און נאכט-קלובן, בארס און פארוויילונגס ערטער, ער באגעגנט נערים ונערות הולכים בידים שלובות, מיט א רואיגע פרייליכע מינע אויף דעם געזיכט כאילו אלע וועלטס פראבלעמען זענען שוין געלעזט, וויל זיך עס דאכטן, אז יא, דער מקח איז אין פולן קראפט, זיי קריגן זייער חלק מיט א שעפ לעפל, דעם עוה'ז.
ווידעראום א שפאציר אין וויליאמסבורג ווייזט נאך א ביה'מד און נאך א חדר, א מקוה, א ספרים געשעפט אן אתרוג סוחר, קומט מען ווידער צו דער מסקנא, אז אונזער לעבן איז טאקע איינגעצוימט, מיר פארמאגן דא נישט קיין סאך, אבער מיר פאקן סחורה פאר א בעסערער וועלט, אן עולם שכולו טוב.

אז מ'טראכט אבער אריין טיפער אין דעם רעאליטעט, זעט מען בכלל נישט אז עוה'ז און עוה'ב זאלן זיך טיילן צווישן די בני עשיו ובני יעקב. דער שמייכלדיגער פארפאלק אין טיימסקווער איז בכלל נישט דער אויטענטישער בליק געבער אויף דאס לעבן קוואליטעט פון מענטשהייט.

דער מסילת ישרים שטעלט אראפ א כלל אנהויב זיין ספר, אז רוב - און אפילו מער ווי רוב - מענטשן לעבן דורך זייער לעבן בצער בעוני, ביסורים ומכאובים. ער נעמט דערפון ארויס דעם מוסר השכל, אז השי'ת האט דאס בדוקא אזוי באשאפן, צו צייגן אז העוה'ז דומה לפרוזדור און דא איז נישט דער תכלית.

זיינע ווערטער אז אויף די וועלט מוטשעט זיך יעדער, מיין איך אז דאס איז אן אומלייקנבארער פאקט וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש וועט מודה זיין דערצו. פאר רוב מענטשן איז דאס לעבן א ביטערע אפקומעניש שאין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירו.
אפילו בזמנינו אלה וואס מ'האט אזוי מיישב געווען די וועלט מיט כל מיני תקונים ושינוים, לעבן איבער א ביליאן מענטשן אין טאטעלער ארעמקייט! און מוטשען זיך פאר א שטיקל ברויט. חז"ל זאגן דאך שוין אז עני חשוב כמת וחייהם אינם חיים. א טאטע וואס קען נישט שפייזן זיינע קינדערלעך איז פשוט אז טוב מותו מחייו.
און דאס איז נאר איין סארט פראבלעם, וויפיל מיתות משונות איז דא, חולאים, יתומים ויתומות, מחלוק', וכו וכו, א וועלט מלא פראבלעמען, א נווה התלאות. נו, ווערט מיין שאלה, די אלע זאכן האבן קיינמאל נישט איבערגעהיפט דעם גוי (סדא אפילו א סברא אז דער איד איז מער באהיטן צוליב זיין בעסערע לעבנס קוואליטעט, ווי אויך וואוינען אידן עפ"י רוב אין מער ציוויליזירטע לענדער אבל לא על זה אנו דנים), מאכט זיך אמאל א רייכער גוי וואס זיין לעבן שמייכלט אים, (אויך א זעלטנהייט, סטיוו זשאבס איז אויסגעגאנגען ווי א ליכט אין א יונגען עלטער, וואס האט ער געהאט פון זיין גאנצע עמל?) אבער צי קען מען דאס רופן עוה'ז ווען רוב וועלט ליידט דער איד מיט דעם גוי אייניג אויף דער האר?!

און איך וויל גיין א טריט ווייטער, דוד המלך זאגט אין תהלים, לולי תורתך שעשוע אז אבדתי בעניי, די תורה ברענגט א שמחה און טרייסט צו יעדער צייט, אז א איד איז אין א שווערן מצב, צי סתם אזוי ער איז צעקלאפט, ער דארף חיות, ער עפנט א גמ', ער זעצט זיך לערנען א בלאט הויך אויפן קול, דאס איז א פשוטע נערוון פיל, א דראג, ספילט אן די הארץ מיט שמחה און סיפוק הנפש, מפארגעסט אויף א פאר מינוט אלע פראבלעמען, סדערהייבט אים א טפח העכער, ווייל ער איז זיך מדבק מיט די תורה.
איך האב געקענט אידן וואס האבן געהאט חיי גיהונים, יענע מעשה רח'ל מיט קיין שום האפענונג צו לעבן, יסורי הגוף והנפש, און די תורה איז געווען פאר זיי אן ערי מקלט וואו זיי האבן געטראפן שמחה און טרייסט.

נו, וועלכער גוי האט דאס? אז ער איז בעת צרה האט ער צוויי ברירות ארויס, ער קען טאנצן פון שטאק, און ער זיך אנדראגן און אנטלויפן פון דער מציאות...

בקיצור, איך קום דא מיט א טענה, אז דער מקח איז א מקח טעות, דער גוי האט קיינמאל נישט באקומען קיין עוה'ז, די ליידן פון דער וועלט איז נישט געבינדן צו ראסע אדער גלויבונג, עס פאטשט יעדן אייניג אין פנים, אולי קען מען גאר זאגן אז א איד איז עולמך תראה בחייך מיט דער תורה הקדושה.

עס וואלט נישט געווען מער ווי יושר אז יעקב זאל צוריקגעבן די בכורה און עשיו זאל צוריקגעבן די נזיד עדשים, דער געשעפט איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.

דער אשכול פארמאגט 103 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר