האט דער גוי עולם הזה?

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך הקטן » פרייטאג יוני 21, 2019 4:12 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לעומתם משבחים ואומרים, ווען דו וואלסט ווען אביסל געגלייבט אין שינטאו וואלסטו אנדערש גערעדט.

@הייסע טיי זאגט אז מיט אביסל גלייבן קימט מען אין ערגעץ נישט אן, נישט מיט אידישקייט און נישט מיט שינטאו.
נישט קיין עולם הבא און נישט קיין עולם הזה.

דער אמת איז קען זיין צוויי מענטשען, איינער לעבן דעם צווייטען און א יעדעמס עקפעריענס איז גאנץ אנדערש פין די צווייטע

איינער גייט אויס פאר מתיקות און עבדות ה', באלעקט זיך די פינגער, און האט עולם הזה מיט עולם הבא, און שרייט טעמו וראו כי טוב הויה
לעבן אים שטייט נעבעך א צווייטער איד און פרעגן מה העבודה הזאת לכם -
און אויב האט ער נישט ציפיל שכל וועט ער נאך ניצען זיין subjective experience דן צי זיין צי דער איד האט יא אדער נישט, מער אדער ווייניגער, עולם הזה.

באמערק וואו דער וואס פרעגט מה העבודה הזאת project דאס אויף זיין ארים און פרעגט לכם
ער פארשטייט אז קיינער האט נישט קיין סיפוק
ער קען נישט זען די מתיקות ועריבות טוב התורה, און פארוואס איינער זאל זיין משתגעים ומתלהטים אחריה ולא יחשב בעיניהם מלא עולם כסף וזהב למאומה
כי התורה כוללת כל הטובות שבעולם

איך מיין איידער מען קען זיך נעמען צי די שאלה צי דער האט יא אדער נישט "עולם הזה" פעלט אויס קלאר צי דיפיינען וואס מיינט דאס "האבן עולם הזה"
איז דאס קארס, יאכטס, סעקס, מיט סטעק וכד' אדער איז דאס העיפינעס, סערענטי, סיפוק נפשי וכד'




אויבערפלעלך וואו געווענליך
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2276
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1780 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 995 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג יולי 25, 2019 7:17 pm

צים ערשט וועט מען דארפן דעפענירן וואס דאס מיינט "האבן עולם הזה"
הינט: סאיז נישט וואס ס'קיקט אויס אויפן ערשטע בליק

ס'איז נישט גיטע סטעק, איך האב געקענט איינעם וואס איז נעבעך אנטלאפען פין "עולם הזה", ער האט זיך גענימען דאס לעבן, א נאכט פריער האט ער געהאט גיטע סטעיק.
און בעסטע פאל איז דאס די הרגשה פין האבן גיטע סטעיק נישט די גשם פין פלייש

דערנאך וועלן מיר דארפן דעפענירן וואס מיינט דאס א איד אדער א גוי ווען מען פרעגט האט דער גוי עולם הזה

אפשר קען מען פרעגן די שאלה אזוי: איז שייך קלימאקס פין "עולם הזה" און ספיריטאלעטי
אדער איז שייך צי האבן פילע "עולם הזה" אן וויסען אז סאיז דא עפעס וואס טרענסענד און איז העכער "עולם הזה" ?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2276
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1780 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 995 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט