האט דער גוי עולם הזה?

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך זוכער » מיטוואך יולי 23, 2014 2:12 pm

אמת ויציב די תורה מאכט פרייליך, אבער בתנאי אויב דער לערנער איז צופרידן מיט וואס ער האט. אויב נישט וועט אים די תורה גארנישט העלפן. גארנישט.
והא ראי' אז טויזענטער מענטשן לערנען תורה פלייסיג און זענען דאך נישט העפי, זענען ביזי מיט שררה, כבוד, געלט און פאוער.

איך קען אסאך תלמידי חכמים וועלכע בארגן און באצאלן נישט, פארשווענדן געלט וואס זיי האבן נישט. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט עכט צופרידן מיט וואס זיי האבן, און דאס וואס זיי זוכן קענען זיי נישט אפארדן.

משא"כ די אמיש מענטשן, דארפן גארנישט אויף דער וועלט! גארנישט! און זענען צופרידן אן אלע תאוות. זיי האבן באקומען א טרעינינג אז יעדער איז אייניג און קיינער איז נישט מער פונעם אנדערן, און לעבן א צופרידן לעבן.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך Kool man » מיטוואך יולי 23, 2014 4:25 pm

זוכער האט געשריבן:אמת ויציב די תורה מאכט פרייליך, אבער בתנאי אויב דער לערנער איז צופרידן מיט וואס ער האט. אויב נישט וועט אים די תורה גארנישט העלפן. גארנישט.
והא ראי' אז טויזענטער מענטשן לערנען תורה פלייסיג און זענען דאך נישט העפי, זענען ביזי מיט שררה, כבוד, געלט און פאוער.

איך קען אסאך תלמידי חכמים וועלכע בארגן און באצאלן נישט, פארשווענדן געלט וואס זיי האבן נישט. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט עכט צופרידן מיט וואס זיי האבן, און דאס וואס זיי זוכן קענען זיי נישט אפארדן.

משא"כ די אמיש מענטשן, דארפן גארנישט אויף דער וועלט! גארנישט! און זענען צופרידן אן אלע תאוות. זיי האבן באקומען א טרעינינג אז יעדער איז אייניג און קיינער איז נישט מער פונעם אנדערן, און לעבן א צופרידן לעבן.

להוי ידוע לך אז די אמיש זענען באוואוסטע שטופי זימה, אויך איז דא דארט אסאך אפגעפארענע וואס גייען נאך מיט לבוש, אבער דעטס איט, זיי האבן אימעיל, אינטערנעט, און אלע חאזערייען
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

הודעהדורך זוכער » מיטוואך יולי 23, 2014 4:32 pm

ניין. זיי האבן נישט קיין עלעקטער, קיין סעלפאון, קיין ראדיא, טעלעוויזיע. זיראו טעכנאלאגיע. קומסטו מיט שטרויענע זימה ארגומענטן.

בכלל איז אינטרעסאנט אז דו באציהסט זיך צו אפגעפארענע עלמענטן. זיי זענען דאך נישט קיין אמיש מער???
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך זוכער » מיטוואך יולי 23, 2014 6:09 pm

איך בין קיין אמיש אפשטאמיגער ב"ה, און איך שעץ נישט זייער לעבן און גלייבן, אבער שטורנדיג זייער לעבנסשטייגער מבית ומחוץ שטעלט זיך ארויס אז זייער עקסטרעם-שטרענג לעבן און ענווייראנמענט איז א פאנצער קעגן אלע פלאגן וואס פלאגט מענטשהייט פון ששת ימי בראשית.

זייער לעבן איז אוממעגעליך צו פראקטיצירן פאר א פרעמדן, און במשך די לעצטע 300 יאר איז נישט צוגעקומען קיין גרים.

מעגליך אז לויט אונזער שיטה האבן זיי נישט קיין עולם הזה און נישט קיין עולם הבא, אבער צופרידן זענען זיי!
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך Kool man » מיטוואך יולי 23, 2014 8:33 pm

איך האב עס געהערט פון א אמיש מאן מיט א לאנגע בארד מיט הויזען טרייגער, ער איז געקומען צו אונז עפעס בויען, [זיי זענען גרויס אין געוויסע קאנסטראקשען וכדומה] ער אליין איז געקומען מיט א דרייווער א שיקסע [נישט קיין אמיש, נאר זיין שבת גויטע], זי דרייווט אים ארום די פיר פינף שעה'דיגע רייזעס צו זיין ביזנעס צילען, וואס צווישען זיי אליין איז געווען הויעך יום טוב, אנהויב האט ער זיך פרובירט צו באהאלטען, שפעטער איז ער געווען אפען, ער האט שיין געזאגט אז אסאך טוריסטען ווילען האבען נאנטע שייכות מיט זיי [איידעל גערעדט] , ער'ט מסביר געוועזען אז זיי פילען עס ווי א זכי' צו מחבר זיין מיט אמיש מענער, דעריבער איז'ס נישט קיין זינד, ער אליין האט אויכעט מודה געוועזען אז ער האט א אפיס נישט ווייט פון זיין שטעטעל אין פענסילוועניע ווי ער האט אינטערנעט מיט אימעיל, און פיל פון זיינע שכנים אויכעט, ווייל זיי מוזען עס האבען פאר ביזנעס, אויכעט זאגט ער אז טעלעפאנען פאקס מאשינען און סעלפאנען האבען שוין זייער אסאך פון זיי אפענערהייט
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:47 am

איך האף אז דו ברענגסט נישט קיין ראיה פון א יחיד.
איך גלייב אז דו וואלטסט נישט געוואלט אז איינער וואס איז מחלל שבת רח״ל, זאל גיין דערציילן פאר א גוי, אז קיינער היט שוין נישט שבת, און אז ער האט אסאך חברים וואס האלטן אום שבת באהאלטענערהייט א סעלפאן, וכו׳.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 834
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1515 מאל

הודעהדורך פארוואס? » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 2:28 pm

איך ווייס נישט אויב ס׳קומט דא, טאמער נישט וואו דען?
https://kaveshteible&youtube/farvus?=watch?=nonstop
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 834
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1515 מאל

הודעהדורך ואימא איפכא » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:25 pm

רבותי באמת איז דא אין דער נושא פארשידענע פונקטן [זה לעומת זה]. אדרבה לא כל הדברים פשוטים: 1# ווער האט מער פרנסה, די חסידישע נאר'נים פון וואיליאמסבורג [בלי שום עדיוקעישאן וכו'], אדער די קליין קעפיגע גוים וואס ארבעטען יארן לאנג, בויען זיך אויף, אין?.. 2# וואס טוט א גוי מוט געלט ? וואס? מ'קען דען מדמה זיין די הנאה פון מנדב זיין א ארון קודש צו שיקן געלט צו די als אין אפריקה? 3# קוק אויף א חתונה אדער שמחה. 4# איז דען דא "איין" פלאץ אין די וועלט ווי מקען כשרען געלט און קיינער זאל נישט זאגן א מיוק? די נקודה איז, סאיז נישטא נאך אזא דרגה פון א געשמאקע קאמיונעטי וואו ביי די יודען. 5# דו ביסט "מקנא" טייםסקווער ??? וואס? וואס אוז דא אין טייםסקווער וואס איך האב נישט?!? באמת זאג מיך וואס?
ואימא איפכא? מה ראית? מנא הני מילי? ואמאי? ומנא תימרא? מתקיף לה.
באניצער אוואטאר
ואימא איפכא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:23 pm
געפינט זיך: דא אין מאנסי
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:41 pm

פארוואס? האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס׳קומט דא, טאמער נישט וואו דען?
https://kaveshteible&youtube/farvus?=watch?=nonstop

אינטרעסאנט טאקע אז מ'האט נאך קיינמאל נישט געהעריג זיך מתווכח געווען דא אין פאסקאלס געוועט, כ'בין געווען זיכער אז א סוירטש וועט עפעס ארויפברענגען.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:52 pm

איי געפילטע, מען ווערט נישט יונגער... ;)
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7147 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:59 pm

ואימא איפכא האט געשריבן:1# ווער האט מער פרנסה, די חסידישע נאר'נים פון וואיליאמסבורג [בלי שום עדיוקעישאן וכו'], אדער די קליין קעפיגע גוים וואס ארבעטען יארן לאנג, בויען זיך אויף, אין?..

לכאורה די וואס ארבעטן יאהרן לאנג און בויען זיך אויף [עם עדיוקעישאן וכו'].

2# וואס טוט א גוי מוט געלט ?

מסתמא שטיצט ער זיין לאקאלע קירכע'ס כולל.

וואס? מ'קען דען מדמה זיין די הנאה פון מנדב זיין א ארון קודש צו שיקן געלט צו די als אין אפריקה?

דו מיינסט דעם 'כבוד'.

3# קוק אויף א חתונה אדער שמחה.

שוין געקוקט.

4# איז דען דא "איין" פלאץ אין די וועלט ווי מקען כשרען געלט און קיינער זאל נישט זאגן א מיוק?

ביי אונז איז נישט דא קיין קריים.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7147 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 7:02 pm

ואימא איפכא האט געשריבן:רבותי באמת איז דא אין דער נושא פארשידענע פונקטן [זה לעומת זה]. אדרבה לא כל הדברים פשוטים: 1# ווער האט מער פרנסה, די חסידישע נאר'נים פון וואיליאמסבורג [בלי שום עדיוקעישאן וכו'], אדער די קליין קעפיגע גוים וואס ארבעטען יארן לאנג, בויען זיך אויף, אין?.. 2# וואס טוט א גוי מוט געלט ? וואס? מ'קען דען מדמה זיין די הנאה פון מנדב זיין א ארון קודש צו שיקן געלט צו די als אין אפריקה? 3# קוק אויף א חתונה אדער שמחה. 4# איז דען דא "איין" פלאץ אין די וועלט ווי מקען כשרען געלט און קיינער זאל נישט זאגן א מיוק? די נקודה איז, סאיז נישטא נאך אזא דרגה פון א געשמאקע קאמיונעטי וואו ביי די יודען. 5# דו ביסט "מקנא" טייםסקווער ??? וואס? וואס אוז דא אין טייםסקווער וואס איך האב נישט?!? באמת זאג מיך וואס?


וועלקאם צו קאווע שטיבל, געב עס פיר וואכן און דו לאכסט פון דיר אליין.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2433
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6805 מאל

הודעהדורך Kool man » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 7:18 pm

ואימא איפכא, דו מיינסט טאקע מ'עט דיך לאזען דא קוקען ריעליטי? נאך בעפאר די עטליכע דעפרעסטע און גאנץ/האלב אפגעפארענע ניקס וועלען דיך טרייען דא צו צומאלן און בעל כרחך אויפווייזען אז וואס דו זעסט איז נאר דמיון, דו דארפסט נאר איינמאל ארויסגיין פון די באקס, זיך אויסדרייען צו די וואנט און זיך גוט צומאכען די אויגען, און אנערקענען און וויסען אז ביי יודעלעך איז די מערסטע קריים, מאלעסטעישען, גניבה, רציחה, אלע מלמדים און רבנים פארקויפען דראגס, די פרןמע זענען אלקאהאליקס, טשאקאהאליקס און ווארקאהאליקס, האלב חסידים און בני תורה נעמען דראגס, יעדער איז סעלפיש און קיינער העלפט נישט דעם צווייטען, די אלע ארגעניזאציעס זענען דא נאר צו שנארען, ס'עקזיסטירט בכלל נישט קיין חברים שומרים הצלה ביקור חולים רפואה ארג'ס, חוץ אפאר וויכטיג מאכערס, ביי חתונות איז שטיל זויער און מרה שחורה, קיינער טאנצט נישט קיינער קומט נישט, מ'מאכט עפעס א מציצה בפה צו פארשפרייטען וויירוסען און מחלות, מ'בלאזט שופר צו נערווירען דאס מענטשהייט, די סיסטעם איז דאס ערגסטע, זאל מען זיך לערנען פון די פיינע נאבעלע גויים צו טון חסד און מאכען סיסטעם, וויל ביי אונז טויג נישט די סיסטעם, וועלכע סיסטעם? די חינוך סיסטעם , סטים פייפ סיסטעם , טרענספערטעישען סיסטעם, עיר קאנדישען סיסטעם און די סוער סיסטעם,, ס'איז אזוי ביטער צו זיין א יוד, אן ענד אן
נעבעך אויף די פאר דעפרעסטע מאראנען
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 7:55 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:איי געפילטע, מען ווערט נישט יונגער... ;)

זעסטו אז איך האב יא געדענקט, נאר דער סוירטש ארבעט נישט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 8:41 pm

אימא, כ'וועל דיר ענטפערן, צום פארדאנקען דעם סארקאסטישן אויסברוך פון ר' קיל.
דער פשוטער דרך הטבע איז, אז אויב האט מען אן אומנות צו דער האנט קען מען בעסער פארדינען. אויך חז"ל האבן געוואוסט פון דעם גרויסן סוד און מחייב געווען יעדן טאטע צו לערנען זיינע קינדער א פאך.
דער פאקט איז אז צוליב אונזער נאכלעסיגקייט אין עדיוקאציע זענען מיר אן ארעמע פאפולאציע. ברענגען ראיות פון א מינדערהייט עשירים איז פארפירעריש. ווי אויך איז עשירות און סוקסעס תלוי אין זייער אסאך זאכן און צוטריט צו קאפיטאל איז א באדייטנדע פאקטאר וואס אין דעם הינזיכט זענען מיר בעסער ווי אנדערע געמיינדעס אבער דאס איז נישט קיין פארענטפערונג קעגן א געהעריגע עדיוקעישאן.
און בנוגע צדקה, נישט אזוי פארשטאנען די שאלה. עי. על. עס. איז א וויכטיגע צוועק. טון גוטס ברענגט סיפוק פאר יעדן מענטש און איז א גוטע זאך וואס דארף ארויסגעהויבן ווערן.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2433
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6805 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 8:50 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס׳קומט דא, טאמער נישט וואו דען?
https://kaveshteible&youtube/farvus?=watch?=nonstop

אינטרעסאנט טאקע אז מ'האט נאך קיינמאל נישט געהעריג זיך מתווכח געווען דא אין פאסקאלס געוועט, כ'בין געווען זיכער אז א סוירטש וועט עפעס ארויפברענגען.

איך האב אויך פראבירט מאכן א סוירטש בעפאר איך האב עס ארויפגעלייגט דא.
זעהט אויס אז @ונבנתה העיר׳ס סוירטש ענדזשיין איז היבש בעסער ווי גוגל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 834
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1515 מאל

האט דער גוי

הודעהדורך ואימא איפכא » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 3:37 pm

קען איינער זאגן וואס גענוי איז דא אין טייםסקווער וואס איז נישטא אין סקווער סקווער???
ואימא איפכא? מה ראית? מנא הני מילי? ואמאי? ומנא תימרא? מתקיף לה.
באניצער אוואטאר
ואימא איפכא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:23 pm
געפינט זיך: דא אין מאנסי
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך Milk shake » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:30 pm

ואימא איפכא האט געשריבן:קען איינער זאגן וואס גענוי איז דא אין טייםסקווער וואס איז נישטא אין סקווער סקווער???

אשפ"ג :lol:
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 231 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך מילכיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:30 am

קורצע הערה: א ערליכע גוי [ז' מצוות דבני נח וכו'] איז נישט קרח מכאן וחוקת מכאן [קרעדיט? כ'דענק נישט]. וואס יא? ס'מיר נישט קלאר, ס'דא אסאך חז"לים אויף דעם.

-----

אן אינטערסאנטע שאלה קומט אויס פון דעם אשכול: א אטואיסט מיט א גלויביגער אטעמען די זעלבע לופט אבער "לעבן" פשוט אן אנדער סארט "לעבן" - איז דאס וואר? לכאורה.
מילכיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 29, 2014 12:20 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 6:35 pm

כ'האב געהערט א שיין ווארט, כ'האב געטראכט אז עס קומט אין דעם אשכול,

טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף, לכאורה דער 'וכסף' איז גענצליך איבריג, אויב איז די תורה בעסער פון די טייערע זהב, איז דאך א פשיטא אז עס איז בעסער פון די כסף וואס האט א נידריגערע שוויות ווי זהב,

נאר וכסף איז מלשון כיסופים, נכסוף נכספתי, גלוסטענישן, די תורה איז בעסער סיי פון אסאך געלט און סיי פון אלע אנדערע גלוסטיגע תאוות,

ממילא לויט דעם ווערטל קומט אויס אז דער גוי האט זיך טאקע זיין עוה"ז, אבער גארנישט קומט צו צו די גוטע געפיל פון די תוה"ק, וואס איז הנחמדים מזהב ומפז רב ומתוקים מדבש ונופת צופים.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג יוני 20, 2019 1:22 pm

דער אשכול איז סאום האו, שוין פון אנהויב פארקירעוועט געווארן איבער תורה. צי דער גוי האט אזא סיפוק וואס די אידן האבן פון תורה, צי די גויים האבן די זעלבע סיפוק פונעם קוראן ווי די אידן פון תורה וכו' וכו'. אבער דער הויפט פראגע איז צי דער גוי האט עולם הזה (און אויב יא צי האבן זיי מער פון די אידן).

צום ערשט א פשוט'ע יסוד. אויב גלייבט מען אין שכר ועונש, איז פשוט אז אפילו דער גוי זאל האבן די בעסטע עולם הזה וואס נאר מעגליך, מיט-דעם-אלעם, אויב איך איד וועל דאס טון, איך וועל זיך נאכגעבן די תענוגים פונעם גוי, דאן וועל איך זיך צוזאמליידן אויף יענער וועלט. דעריבער לוינט נישט דער געשעפט פון האקן א חיים טובים אויף דער וועלט שלא על פי תורה. פשוט, ווייל מ'ווייסט וואס עס קומט לאחר מאה ועשרים.

אלזא קומט אויס, אז די פראגע-קעפל פונעם אשכול איז, אויב דער גוי האט מען תענוג, סיפוק, גשמיות און עולם הזה ווי דער איד וואס לעבט על פי תורה (ווייל אז דער איד טוט ככל העולה על רוחו זענען דאך ביידע די זעלבע), צי סיי די אידן און סיי די גויים האבן זייערע יתרונות און תענוגים מער פונעם צווייטן.

אויף דעם איז דער ענטפער: זיכער האט דער גוי מער תענוגים אויף דער וועלט. (און אידן, אויב זיי געבן זיך נאך די תענוגים פונעם גוי וועלן זיי פלאקערן און זייער הויט וועט געשינדן ווערן).

לאמיר טאקע זאגן אז ס'איז אמת דאס אז תורה איז א זאך וואס ברענגט צעדרייטע סיפוק הנפש וואס אנדערע ביכער ביי די גויים שטעלן זיי נישט צו. פיין. אקעי. האבן זיי נישט תורה. וואס איז אבער מיט די תענוגים וואס זיי האבן יא און אונז נישט?!?

מ'הערט אפטמאל פון אידן, אין גאר אסאך פעלער איז דאס בחורימ'לעך נאכן אויפזיין א ליל שישי אין ישיבע און ריקן שטיקער קאקאש קעיק מיט מילך, א פושקע מארלבארא ציגארעטן און א טעלער פונעם געדעכטן טשולנט וואס וועט סערווירט ווערן שבת, זיי זאלן זיך אויסדריקן: עה, וואס פארשטייט א גוי? האט דען דער גוי אזא עולם הזה? זיכער אז נישט!

פאר בלויז די פראגע פון די בחורים צי די גויים האבן דען אזא עולם הזה קומט זיי שוין קלעפ. האסטע געהערט אזאנס? ביסט פון זינען אראפ? דער גוי דארף דיי געפילטע פיש מיט א מייער אן טאפ, גרעיפ-דזשוס מיט סעלצער, הערינג און אייער-קיכלעך צוויי נאכמיטג נאך א לאנגן דאווענען.

קאט די קרעפ, איך גאראנטיר דיר אז די נארמאלע גויים זאגן: כל הכבוד פאר דיין געפילטע פיש און מייער אן טאפ.

מיר דארפן נישט מער ווי די דברים חוצבים וואס ידידנו ר' @ידען ברענגט צו אינעםדיזן אשכול, וזה לשונו: "ר' ישראל דוד ווייס ע"ה פלעגט ארויסגיין קידוש מאכן שבת פארן ליינען אין גרויסן ביהמ"ד מיט ר' אברהם לאנדא און אנדערע זקינים. אזוי טונקענדיג דעם ראגעלע אין ברוינפן רופט זיך אן ר' אברהם "וואס ווייסט א גוי?"

"ענטפערט אים ר' ישראל דוד "דער גוי זיצט יעצט אויף זיין שיפל מיט זיין... נקיבה, אין איין האנט א פיש כאפער און אין דער אנדערע האנט א קאלטע ביר, און די ווייסט וואס ער זאגט, "הלוואי ווען איך קען יעצט זיצן אין שוהל אין טונקן א ראגעלע אין שליוואוויץ"

איך ברויך מקצר זיין, אבער נאך א מעשה וואס איך האב געהאט אייניגע טעג צוריק אין דעם ענין. אן ערנסטער איד, א דיין אין א קהילה, א ידיד מיינער, קומט צו צו מיר איין אינדערפרי (דער דיין לייגט זיך יעדע נאכט ארום 7:30 אווענט, און צוויי אזייגער זיצט ער שוין אין בית המדרש מיט'ן קאווע נאך מעריב) און זאגט מיר מיט עקסטאז: "ווען דער גוי ווייסט ווען וואס דאס מיינט דאווענען אכט א זייגער אינדערפרי נאך א ווארימע מקוה און נאך נאכ'ן שוין אויפזיין אזויפיל שעות! וואלט ער זיכער כ'ווייס נישט וואס געטון, אזויפיל ווייס איך יא, ער וואלט אויסגעגאנגען פאר קנאה!"

פארשטייט זיך אז איך האב דעם מורה וודאין קלאר געמאכט אז אפילו אידן בני עמינו, ביי אונז אין בית המדרש, זענען לכאורה בכלל נישט פאראינטערעסירט אין דעם געשעפט פון גיין שלאפן ווען עולם כמנהגו נוהג און אויפשטיין מיט די עגדיסן וכו' וכו' און ווער רעדט נאך פון א טבילה נאכ'ן אויפזיין 7 שעה. עך!!!! די טעם פון א מקוה איז דאך נאר אין די ערשטע פערציג מינוט נאכ'ן אויפשטיין... און אפגערעדט פונעם גוי. דער גוי איז נישט נייגעריג אים דיינע תענוגים. זארג נישט אויף אים, ער הייבט דיר נישט אן מקנא זיין. ער איז נישט פאראינטערעסירט זיך צו מקריב זיין און פאסטן 7 שעה צו קענען נאכדעם אריינרוקן מיט'ן טלית אויפן פלייצע גאלע מיט אווער-נייט קוגל.

ביז אהער איז איין פשוט'ער נקודה.


דאס וואס @כוכב ברענגט אלס זיין כמעט יסוד דעם מסילת ישרים אז רוב בריאים אויף דער וועלט לעבן חיי עוני, דאס ברענגט נאכנישט צו זאגן אז די אידן און גויים זענען גלייך בייחס צו עולם הזה.

דאס איז א שמועס פאר זיך. אבער אין קורצן, דאס אז איינער ליידט, ער איז ארים, מיינט נישט אז ער איז גענצליך אויסגעשלאסן און דערווייטערט פון עולם הזה (כ'מיין צו זאגן לדוגמא ווען איינער פראוועט א גרויסן רייכן סעודה אויף א שיף, און דער הויפט קצין דארטן שיסט איינעם אריין אין וואסער, און יענער קען שוין זיכער מער נישט הנאה האבן בדרך הטבע פונעם סעודה, דאקעגן דער גוי וואס געפינט זיך אין שווערע אומשטענדן איז אבער 'עקספאוסד' צו עוה"ז ). מעג ער דען נישט הנאה האבן פון עולם הזה? האבן דען נישט די ארימע גויים גענונג עולם הזה זאכן וואס דער איד האט נישט. קען אפשר זיין אז טאקע נישט, אבער נקודת הדברים איז, אז דברי מסילת ישרים נעמען נישט אוועק דעם פאקט אז עולם הזה באלאנגט צו די גויים.

כ'האף אז דער פותח האשכול @כוכב וועט מקדיש זיין א מינוט און זיך קימערן מיט מיינע רייד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לבי ובשרי אום דאנערשטאג יוני 20, 2019 3:35 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 20, 2019 2:19 pm

ואימא איפכא האט געשריבן:קען איינער זאגן וואס גענוי איז דא אין טייםסקווער וואס איז נישטא אין סקווער סקווער???

די רבי'ס טישן. און שיריים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 20, 2019 8:26 pm

די וויכוח צו אידישקייט שטעלט צו מער סיפוק און הנאה רוחנית ווי אלע אנדערע פיר טויזענט רעליגיעס איבער די וועלט איז לדעתי א נארישער, כדי צו באמת קענען דן זיין איבער דעם פאדערט זיך זיי אלע אויסצופרובירן. אני כשלעצמי האב שוין אויספרובירט א צאל רעליגיעס, און איך זעה בכלל נישט פארוואס אידישקייט זאל זיך פארדינען דעם אויבנאן, ס'איז מער אזא בחינה פון חן מקום על יושביו, ודי בזה.

בנוגע די מאמר חז"ל איבער די דיעל צווישן יעקב און עשו, דאס איז א קלאסישע ביישפיל פון הרוצה לשקר ירחיק עדותו, ס'דא א סיבה פארוואס עולם הבא ווערט נישט דערמאנט אין די תורה, וק"ל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2676
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1697 מאל

אני כשלעצמי האב שוין אויספרובירט א צאל רעליגיעס

הודעהדורך הייסע טיי » פרייטאג יוני 21, 2019 10:57 am

וויאזוי פרובירט מען אויס רעליגיעס ?

איז דען דאס ווי א וויין טעיסטינג ? צו האבן א געשמאק אין א רעליגיע ברויך מען גלייבן דערין , אויספראבירן א רעליגיע אן א נשמה איז ווי טעיסטן וואסער . און צוגלייבן יעדן טאג עפעס אנדערש ווייזט אויף אנסטעביליטי

אפשר ווען די וואלסט געגלייבט אביסל אין יהדות וואלסטו וואלסטו אנדערש גערעדט
הייסע טיי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:04 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 21, 2019 11:30 am

לעומתם משבחים ואומרים, ווען דו וואלסט ווען אביסל געגלייבט אין שינטאו וואלסטו אנדערש גערעדט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2676
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1697 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט