פרשת בלק

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

פרשת בלק

שליחה דורך נושא ונותן »

(איך בין ניי דא אין קען זיין אז דאס באלאנגט אין תורה ומחשבה-איך וועל שרייבען דא אין אויב איז עס א טעות בעט איך אז ווער עס קען זאל עס פארעכטען)

איך זעע אז עס זענען דא אסאך תלמידי חכמים אין בעלי דעת, וויל איך זיך אויסשמיעסען אפאר ענינים וואס איך קען נישט פארשטיין כתלמיד הדן לפני רבו, איך קום נישט בשום אופן חס ושלום זאגען אדער חלילה מערער זיין אויף גארנישט, נאר אויסרעדן מיינע שאלות להגדיל תורה ולהאדירה.
א.
אין מסכת סנהדרין דף קה ע"ב ווערט געברענג: והיינו דקאמר להו נביא לישראל עמי זכר נא מה יעץ בלק מלך מואב ומה ענה אותו בלעם בן בעור מן השטים ועד הגלגל למען דעת צדקות ה', מאי למען דעת צדקות ה' אמר להן השי"ת לישראל דעו נא כמה צדקות עשיתי עמכם שלא כעסתי כל אותן הימים בימי בלעם הרשע שאילמלא כעסתי כל אותן הימים לא נשתייר משונאיהן של ישראל שריד ופליט, די באשעפער גרויסט זיך אז ער האט נישט געווארן אין כעס בשעת בלעם האט געוואלט שעלטען כלל ישראל ווייל אויב וואלט ער ווען געווארן אין כעס וואלט חלילה כלל ישראל אויסגעמעקט געווארן, ע"כ. די גמרא איז ממש א פלא אין שווער צי פארשטיין הקב"ה האט כורת ברית געווען מיט די אבות אז ער וועט געבען ארץ ישראל פאר זייערע קינדער - אין אידען האבן נישט חוטא געווען אין ס'קומט זיי נישט קיין שום עונש, נאר וואס דען דער אלטער בלעם שעלט! נו איז וואס האט זיך דען דער וועלט געענדיגט? פארוואס ווערט השי"ת דערשראקען אין מיז אים פאלגען אין דארף אים מאכן א שפיצעל נישט ווערן אין כעס, זאל ער שעלטען! דער בורא יתברך שמו איז דאך דער בעל היכולת ובעל הכחות כולם, קען דען זיין אז בלעם האט א כח איבער השי"ת ח"ו?
[בשלמא דאס וואס השי"ת לכתחילה לאזט אים נישט גיין פארשטיי איך, כדי נישט צי מאכען א נס סתם פראבירט מען צי מונע זיין דעם גאנצע פראבלעם זאל זיך נישט אנהייבען (דאס איז א נושא פארזיך וואס פונקט איז דער כח פין דער קללה בכלל אז ס'פאדערט זיך א נס וכדלהלן) אבער אז ער איז שוין געגאנגען אין השי"ת דארף שוין מאכן א שינוי אין זיין הנהגה - איז דען נישט גרינגער פושט צי מבטל זיין בלעם'ס כח אין פארטיג? פארוואס האט השי"ת געדארפט מאכן א שינוי אין זיין אייגינע הנהגה אין נישט געקענט מבטל זיין דער כח פין בלעם?]

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר