צוויי סארטן בחירה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4221
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3601 מאל

צוויי סארטן בחירה

שליחה דורך טאמבל סאס »

פארוואס פאסירן שלעכטע זאכן אויף די וועלט? אויב טוט דער באשעפער נאר גוטס, פארוואס זעהט מען אז מענטשן וואס ער האט באשאפן טוען אומדערהערטע שלעכטיגקייטן איינער צו דער אנדערער?
איז דער תירוץ אוודאי, "ראה אנכי נותן לפניכם הברכה והקללה, הטוב והרעה, ובחרת בחיים." דער באשעפער האט געגעבן א פרייע בחירה פאר'ן מענטש אויסצוקלויבן צוטוהן גוטס אדער שלעכטס און דער מענטש מיט זיין אייגן ווילן קען אדער טוהן גוטס און פארדינען שכר אדער טוהן שלעכטס און דורכדעם פארדארבען די שיינע גוטע וועלט.
די שאלה שטעלט זיך יעצט פארוואס?

פארוואס האט דער באשעפער געגיבן פאר מענטשן פרייע בחירה אויב דאס געט א מענטשן די מעגליכקייט צו טאן שלעכטס און שעדיגן אדער ווייטאהן אנדערע ברואים?
דער תירוץ גייט אוואדאי ווייטער אז דער באשעפער האט נישט געוואלט מיר זאלן זיין אזוי ווי ראבאטס וואס טוען אלץ לויט ווי זיי זענען פראגארמירט געווארן. דער באשעפער וויל אז מיר זאלן זיין "גוט" פרייוויליג. ער וויל אז פונעם אייגענעם ווילן אונזערע זאלן מיר קענען אויסקלייבן צו טאן גוטס. אנדערש וואלט געווען אויב מיר האבן נישט קיין בחירה וויבאלד דעמאלטס "מוזן" מיר טוהן גוטס ווייל מיר האבן נישט קיין אנדערע ברירה.

אבער די שאלה איז יעצט, וויאזוי קען דער באשעפער טאקע געבן פרייע בחירה? וועסטו מיר זאגן, "וואס הייסט? גאט קען אלעס טאן." אבער וועל איך דיר צוריקפרעגן, "גאט קען דאך נישט טאן קיין שלעכטס, ער איז כולו טוב, איז אויב קומט אויס אז דורכן געבן פאר מענטשן פרייע בחירה וועט אין רעזולטאט ארויסקומען אז מענטשן וועלט דערמיט קענען שלעכטס טאן איז דאך פשט אז פון גאט'ס מעשים זענען יא ארויסגעקומען שלעכטס אויף די וועלט וויבאלד ער האט ערמעגליכט אז מענטשן זאלן מיט גאט'ס געגעבענע פרייע בחירה קענען אפטאן אלדאס בייזן?!"

פרייוויליגיע בחירה מיינט אז א מענטש האט די מעגליכקייט צו עקסערסייזן זיין פרייע ווילן כדי אויסצוקלייבן אפציע א' ענדישער ווי אפציע ב'. דאס דארף נישט דוקא זיך האנדלען ווען אפציע א' איז א אויסוואהל וואס ברענגט שלעכטס און אפציע ב' איז א אויסוואהל וואס ברענגט גוטס. בחירה קען די זעלבע גענוצט ווערן צווישן צוויי נייטראלע אפציעס. לאמיר זאגן אז אפציע א' איז עסן א טשאקלעד אייזקרים און אפציע ב' וועט זיין עסן א וואנילע אייזקריעם. איז פארוואס האט גאט געמאכט אז די בחירה זאל אויך קענען געמאכט ווערן צווישן עסן א טשאקלאד אייזקריעם אדער אריינשיקן א מענטש אין א גאז קאמער? פון אלע סארטן וועלטן וואס אן אומבאגרעניצטער גאט קען באשאפן, פארוואס האט ער געמוזט באשאפן צושטאנדן אין וועלכע די עקסערסייז פון פרייע בחירה וועט רעזאלטירן אין שלעכטע קאנסעקווענצן? פארוואס האט די בחירה נישט געקענט זיין בלויז אויף זאכן וואס ברענגען נישט קיין פיין פאר יומען ביאינגס, און פירן נאר צו פאזעטיווע אויסקומען? ווי למשל צווישן אנטוהן א בגד פון צמר אדער פון כלאים? אזא סארט בחירה וואלט גענוג געווען אונז צו מאכן אויס ראבאטן, און בארעכטיגן דערפאר אונז צובאצאלן שכר, צוליב דעם וואס מיר האבן פון אייגענעם ווילן אויסגעקליבן דעם גאט באפוילטן אויסוואהל.

גאט איז דער מקור הטוב
אויב קען גאט נישט טאן שלעכטס ווייל עס איז איינפאך נישט אין זיין נאטור צו טאן שלעכטס דאן וויאזוי האט דער באשעפער אונז געקענט באשאפן מיט א אייגענשאפט וועלכער ער פארמאגט נישט? איז פשט דעמאלטס אז מיר אלס מענטשן פארמאגן מער פרייע בחירה פון דער וואס האט אונז באשאפן? צו מיינט דאס אז מיר זענען שטארקער פון אונזער קריעטאר? ווי קען דער קאמפיוטער פארשטיין בעסער פון דעם ערצייגער?
נאכמער, נאר ווען קען עמיצער וואס טוט גוטס אנגערופן ווערן א גוטער? נאר אויב ער וואלט אויך געקענט אויסקלויבן צו טאן שלעכטס, און אנשטאט האט ער געמאכט א פרייוויליגע טשויס און אויסגעקליבן גוטס צוטאן. אלזא, מענטשן וואס האבן די מעגליכקייט בוחר צו זיין בין טוב לרע קענען דערפאר אנגערופן ווערן צדיקים ווען זיין טוען גוטס. ווי אזוי קען אבער דער באשעפער בכלל אנגערופן ווערן "גוטער" אויב ער קען במילא נישט אנדערש טאן, ווייל ער קען דאך נישט טוהן קיין שלעכטס? זיין נאטור לאזט אים נישט אויסקלויבן אנדערש?!

ווען מענטשן העלפן ארויס קינדער אין נויט טוען זיין עס וויבאלד זיי קלויבן אויס צו טאן גוטס, דער באשעפער ווען ער העלפט קינדער אין נויט איז עס נישט ווייל ער האט בוחר געווען זיי צוהעלפן, עס איז ווייל ער קען פשוט אנדערש נישט טאן. ממילא ווען מיר זעהען אז קינדער שטארבן פון הונגער און קראנקהייטן מוזן מיר אננעמען אז דאס מוז זיין א גוטע זאך, ווייל גאט וואס קען קיין שלעכטס נישט טאן האט אויסגעקליבן דאס צוצולאזן און גארנישט טאן זיי ארויסצוהעלפן, ממילא מוז דערפאר זיין אז דאס איז א גוטע זאך און מיר טארן זיי נישט העלפן וויבאלד מיט'ן זיי העלפן גייען מיר אנטקעגן דעם רצון השם, און גיין אנטקעגן דעם רצון השם מיינט אויטאמאטיש "טוהן שלעכטס" ווייל אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז גוטס?! וויאזוי מעגן מיר טוישן די וועלט ווי אזוי עס איז אויב איז דאס דעם באשעפער'ס ווילן?

אויב האט גאט זעלבסט נישט די יכולת אויסצוקלייבן צווישן גוטס און שלעכטס און ער האט באשאפן מענטשן בצלם אלוקים און ער פארלאנגט פונעם מענטש זאל זיך מדבק זיין במדותיו של הקב"ה און אים נאכטוהן, און דאס זעלביגע איז דאס די מאדעל אקעגן וועלכע אלע מענטשן וועלן ווערן נידון לאחר מאה ועשרים, דאן פארוואס האט ער נישט געקענט באשאפן דעם מענטש טאקע גענוי די זעלבע ווי ער, א מענטש וואס האט אליינס אויך נישט די יכולת בוחר צו זיין בין טוב לרע?

צודען באטראכט זיך דער באשעפער אליינס ווי א ראבאט צוליב וואס ער אליינס פארמאגט ראבאטישע אייגנשאפטן, מיט'ן אי-יכולת צו מאכן א בחירה בין טוב לרע?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר