אטעאיסט מייקל שערמער איבערראשט פון שטוינענדער געשעעניש

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סופר ומונה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 682 מאל

אטעאיסט מייקל שערמער איבערראשט פון שטוינענדער געשעעניש

שליחה דורך סופר ומונה »

דער בארימטער עטעאיסט מייקל שערמער דערציילט איבער א מאדנער געשעעניש וואס האט אים באטראפן מיט עטלעכע חדשים צוריק, אויף וועלכער ער האט נישט קיין געהעריקער דערקלערונג.

יוני 25, 2014, האט שערמער חתונה געהאט מיט זיין ווייב, דזשעניפער גראף, פון דייטשלאנד. גראף איז דערצויגן געווארן דורך איר מוטער; איר זיידע, וואלטער, איז געווען דאס נאנטסטע וואס זי האט געהאט צו א פאטער-פיגור. אבער צום באדויערן איז ער געשטארבן ווען זי איז געווען בלויז 16 יאר אלט. גראף האט געשיקט איר האב-און-גוטס קיין אמעריקע אין הכנה צו דער חתונה, אריינגערעכנט א ירושה פון איר זיידן: א 1978 ראדיא וואס האט שוין נישט געארבעט פאר צענדליקער יארן. שערמער האט פרובירט צו פארעכטן די ראדיא, אבער האט אויפגעגעבן, איבערלאזנדיק איר אין א שיפלאד אין זיין שלאף-שטוב.

דריי חדשים שפעטער איז די חתונה געפראוועט געווארן אין שערמערס היים. נאכן אויסטוישן די רינגלעך און די ליבע-פארשפרעכונגען, איז גראפן באפאלן א געפיל פון איינזאמקייט, זיך געפונענדיק 9,000 קילאמעטער פון אירע פריינט און פאמיליע. זי האט זיך געוואונטשן אז איר זיידע וואלט דארט געווען. זיי זענען דאן אריין אין זייער שלאף-שטוב, וואו עס האט זיך פלוצלינג געהערט א קול פון מוזיק. פארוואונדערט, האבן זיי געזוכט דעם מקור פון דער מוזיק. צו זייער שטוינונג האבן זיי אנטדעקט אז דעם זיידנס ראדיא האט פלוצלינג זיך גענומען שפילן מוזיק! עטלעכע מינוט פריער, פאר דער צערעמאניע, האט די מוזיק נאך נישט געשפילט.

יענע נאכט איז דאס פריש פארפאלק איינגעשלאפן צו דעם קול פון קלאסישער מוזיק פון דעם זיידנס ראדיא, אבער די קומענדיקע טאג איז זי שטיל געווארן, און אזוי פארבליבן ביז היינט.

גראף איז פונקט אזא סקעפטיקער ווי שערמער, אבער די שטוינענדע צוזאמענשטעל פון געשעענישן האט איר געגעבן דעם געפיל ווי איר זיידע איז דארט געווען, און האט געשאנקען די מוזיק ווי א געשאנק פון הסכמה.

"איך דארף מודה זיין," שרייבט שערמער, "אז דאס האט מיך דערשיטערט און צעשאקלט מיין סקעפטיציזם צו איר קערנדל. איך האב גענאסן פון דער דערפארונג מער פון דער דערקלערונג." ער שרייבט ווייטער: "אויב מיר נעמען ערנסט די וויסנשאפטלעכע 'אני מאמין', צו האלטן אן אפענעם מוח און בלייבן אגנאסטיש ווען די באווייזן זענען אומבאשטימט אדער די חידה נישט באשיידן, טארן מיר נישט צוקלאפן די טירן פון השגה ווען זיי קענען ווערן געעפנט פאר אונדז צו שטוינען אין דער געהיימניספול."

________
א פריערדיקע ווערסיע פון דעם ארטיקל האט בטעות אידענטיפיצירט דעם שרייבער ווי סעם האריס, אנשטאט מייקל שערמער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום סופר ומונה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר