ונבנתה העיר האט געשריבן:איך האב מעודי נישט פארשטאנען די שגעון פון 'געדענקט ווערן', מענטשן לעבן אפ א גאנץ לעבן געדענקט צו ווערן כך וכך.
ווען טוהט זיך אפ די די חפצא פון די הנאה: בשעת איך 'ווער געדענקט' און איך שימל אין קבר, אדער ווען איך לעב נאך און כ'טראכט אז כ'וועל אמאל אזוי געדענקט ווערן בשעת'ן שימל'ן אין קבר?
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך האב מעודי נישט פארשטאנען די שגעון פון 'געדענקט ווערן', מענטשן לעבן אפ א גאנץ לעבן געדענקט צו ווערן כך וכך.
ווען טוהט זיך אפ די די חפצא פון די הנאה: בשעת איך 'ווער געדענקט' און איך שימל אין קבר, אדער ווען איך לעב נאך און כ'טראכט אז כ'וועל אמאל אזוי געדענקט ווערן בשעת'ן שימל'ן אין קבר?
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:אין אויך פארשטייט זיך אליין אז אין א געוויסע גיל האט מען מער נישט הנאה פון דער לעבן.
יאיר האט געשריבן:נו, וואס איז טאקע פשט אין דעם מאמר חז"ל? אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן אין מצוות בעולם הזה כאטש עס קומט אן שווער, ווייל אזוי וועט מען ארויסנעמען פראצענטן אין עולם הבא? אדער אפשר אז די פערזענליכע סיפוק פון א מצוה איז מער ווערד ווי דאס גאנצע גליק פון עולם הבא?
יאיר האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:יא
אויב אזוי איז דאך פשט אז דאס האט נישט צו טאן מיט דעם גיל נאר מיט דעם צוגאנג צום לעבן.
יאיר האט געשריבן:ישראל, וואס האט דיר אזוי אויפגעשאקלט, אז מען טראסט דאקטוירים וואס זעען נישט איין די חשיבות פון זייער אייגענע ארבעט? אויף דעם זאגן דאך שוין חז"ל חזקה על אומן דלא מרע אומנותיה.
אדער אפשר מיינסטו צו זאגן אז דא רייסט מען זיך אזוי צו דערהאלטן די אלטע זיידע באבע ביים חיות, און דערווייל די דאקטוירים אליין אנערקענען אז דאס איז בכלל נישט אזא גוטע זאך.
ישראל קאפקע האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:ישראל, וואס האט דיר אזוי אויפגעשאקלט, אז מען טראסט דאקטוירים וואס זעען נישט איין די חשיבות פון זייער אייגענע ארבעט? אויף דעם זאגן דאך שוין חז"ל חזקה על אומן דלא מרע אומנותיה.
אדער אפשר מיינסטו צו זאגן אז דא רייסט מען זיך אזוי צו דערהאלטן די אלטע זיידע באבע ביים חיות, און דערווייל די דאקטוירים אליין אנערקענען אז דאס איז בכלל נישט אזא גוטע זאך.
איך וויל אז דער דאקטער וואס באהאנדלט מיר זאל זיין א פעשיאנעיט 'העלטה נאט' ער זאל גלייבן אין די ווערד פון א מינוט לעבן,
די זעלבע ווי איך וואלט נישט געוואלט אז מיין פענשין פאנד מענעדזשער, אדער סטאק בראוקער זאל זיין א שונא בצע, א געלט סקעפטיקער,
א דאקטער א משכיל, אן אויפגעקלערטער, וואס איז נישט נאאיוו, און פאנאטיש 'פרא לייף (מיין לעבן) איז נישט 'מיין' דאקטער!
פליקער האט געשריבן:די אמת איז אז איך וואלט געהאלטן גענוי ווי עמעניאל, ווען איך וואלט געוועיזן א גוי, דהיינו, א גוי'ס לעיבן ווערט געוואויגן נאר אויף א וואגשאל, איין זייט איז זיינע אויפטיען, ווי שטארק פראדאקטיוו איז ער, וויפיל טיט ער ביישטייען צים וועלט, און אויפן אנדערן זייט איז וויפיל קאסט זיין לעיבן, אויב איז די הוצאה מער וויפיל זיין פראדוקט איז ווערט, דאן ברויך ער גיין, פארוואס איז ער דא, ער גייט שוין ממילא מער נישט קיין גרויסע זאכן נישט אויפטיען, און דא קאסטן זיינע מעדעצינען אזוי טייער, אבער עס איז דא נאך א דיימענטשן אויפן לעיבן, דאס איז דער נשמה, דער חלק אלקי ממעל, יעדע אמן וואס ער זאגט וועיגט איבער די אלע הוצאות, די אלע יסורים, די יסורים וואס לייטערען אויס זיין נשמה האט א ווערט פארן מאן אפילו ער איז אפילו נישט ביים דעת כל עוד בו נשמתו, ער קומט אפ פיל און עס וועט אים לייכטער זיין בעלמא דקשוט, אויב ער איז א צדיק איז דאך אפגערעדט אז ער איז מגין אויפן דור, און באהיט יעדען פון אלדאס בייז, אויך איז דען בעסער ווען מען איז טויט, דאן הייבן זיך דאך אן אלע צרות, פארוואס וויל ער שטארבן, אלע מלאכי חבלה מיט די הייסע גליענדע גופלען ווארטן דאך אים אפ, און וועלן זיך אפקעכענען מיטנעם אויפ אלעם וואס ער האט געצערנט ג-ט.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט