איה אלוקיך?! 'איה אלוהיך' פרעג איך!

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:53 am

איך זע אז דו פארשטייסט נאכנישט.
מיר דא אין קאווע שטיבל זענען פון די סארט וואס ווילן זיין בראש פון די געחלומ'טע רעוועלוציע. מיר זענען צו טייער לעבעדיגערהייט צו קענען גיין זיך איינשטעלן שלאגן אויפ'ן פראנט ווי א פראסטער זעלנער. מיר ווילן זיין די וואס שרייבן פאשקעווילן און ביכער, שטעלן אוועק אידעלאגיע, העצן דעם עולם, שיקן ארויס באפעהלן, אינדזשענירן די מייסטער פלענער און נאכדעם ווען דאס המון ענדיגט זיך שחט'ן אויף די גאסן וועלן מיר קומען פארמירן א נייע רעגירונג, אויסלייזן די אונטערדרוקטע און זיך אריינזעצן אין די פארלאמענט/קהילה און שלאפן מיט קלינטאנ'ס סעקרעטערי.

כ'פארשטיי אז מ'רעדט נישט וועגן מערדערן אדער אפילו ווארפן שטיינער. אבער אפילו איבערצוהאקן ראפאפארט אינמיטן זיין דרשה און אים פארשרייען פארוואס ער איז מקפח אידנ'ס פרנסה, און ער גייט אנטקעגן דעם פסק הרבנים וואס האבן געפסקנ'ט אז מ'מעג אינטערנעט לצורך פרנסה, אפילו דאס איז צו ביליג פאר אונז. כ'וועל ווארטן פאר א נאך א שמחת תורה שלעק אין שוהל און דעמאלטס, נאכדעם וואס די לעקטער וועלן פארלאשן ווערן, וועל איך צוזאמען מיט יעדעם שטופן די מאסע.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2803 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:09 am

שלו' עליכם והאיש משה,
פיינעלי האב איך שוין א שותף וואס טענה'ט די זעלבע ווי מיר, שוין יארן וואס איך וויין און בעהט זיך אז מען זאל אויפהערן קוועטשן, וויינען און קלאגן, נאר זיין אביסעלע פאזעטיוו און ברענגען קאנסטרוקטיוו עצות צום טיש פארן צוקונפט, אבער דערווייל האלטן מיר נאך ביים אלטן.
אגב - ביסט אויך אריינגעפאלן אין דעם זעלבן נעץ. למעשה אנשטאט עפעס גוטע פארשלאגן האסטו אויך אפגעקלאגט א גאנצע מגילה און אונז איבערגעלאזט מיט די צונג אינדרויסן... אפשר דאך ביסטו מגלה טפח פון דיינע גרויסארטיגע פלענער?
און הן אמת אז עס איז א פחד צו זיצן דא, עס הערשט א ביטערניש, אבער נאך אלץ בעסער די אמת'ע ביטערניש דא ווי איידער די אנדערע פלעצער וועלכע לעבן פרייליך אין זייער עולם הדמיון באבל (וועלכע האלט כמעט ביים פלאצן) אז אלעס איז גוט און פיין, לעכטיג און הערליך...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15138
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17863 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך והאיש משה » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am

איך פארשטיי דאס זייער גוט, און אטא דאס איז נאך אזאך וואס באדערט מיר ק''ש וויל זיך דאך ארויסשטעלען אלס דער סימבאל פון ציוויליזאציע, אונעם עולם התוהו (הנקרא סיסטעם) איז פארוואס פארשטייען נישט די מיטגלידער אז מ'פייט נישט סיסטעם אויף די וועג ווי זוי די סיסטעם פארט, דא''כ מה הועילו חכמים והללו והללו עובדי ומה ראית לרבות את אלו וכו', נאר מיט אביסל שכל הישר און קאמען סענס דארף מען אביסל אריינקלערן און נארמאלע לאגיש שכל'דיגע וועגן צו פייטען סיסטעם, טאקע אהנע פאשקווילען און איבער האקען דרשות און אהן חזר'ן דער אינטערנעט מיט שנאה און זעלבסט האס קריטיק און ווייטונג כו', בחכמה אתבררו ואיכמ''ל,

שמעק האקט
ס'איז מיר בעסער צו לאזען א גרויסע ירושה פאר מיינע שונאים, ווי אנקומען ביים לעבן צו מיינע גוטע פריינט... (ר' יחיאל הרופא)
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

הודעהדורך יואב » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:38 am

ראש הישיבה האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:אחרי ככלות הכלל:

דער גאט פון די רעפארם און גענצליך פרייע אידן - אדער אפיקורסים. איז אממערסטן באשיצט... פון די רעפארם קומען נישט ארויס קיין נושרים!

בכלל נישט. ביי זיי איז די צער ערגער. ווייל ווען זיי ווערן נושרים האבן זיי ליידער חתונה מיט אינו יהודים. דאס באדערט פאר יעדן איך אפילו די ריפארמער. און אפשר גאר די ריפארמער מער.

איך האב א חבר וואס קומט פון א ריפארמער שטוב. ווען זיין ברודער האט געוואלט חתונה האבן מיט נישט אידישער פרוי, איז די באבע געווארן ממש אויס מענטש, ווי קענסטו טוהן אזא זאך. די אייניקל האט געטענהט ער פארשטייט נישט, זי איז מסכים צו מאכן בר/בת מצוה צערעמאניעס, און גיין יום כיפור אין שוהל וואס איז דער פראבלעם? דער ברודער מיין חבר, האט געזען אז עפעס גייט דא פאר. ער האט אהנגעהויבן זיך אינטערסירן איבער אידישקייט און איינגעזעהן אז מען דארף זיין שומר תורה ומצוות, אזוי איז ער געווארן א בעל תשובה.

דו שאפסט בחינם צער פאר חלקי אמוני ישראל. ביי ריקאנסטרוקציאלע אידן איז אינטערפעיטה מערידש, כמעט קיין פראבלעם; צווישן רעפארמער אפילו, ווערט אזא באגריף מער און מער אקצעפטירבאר. איי מעשה בההיא סבתא? נו, אז  חתן דנן האט אזוי כלאחר יד געקענט ווערן א שומר תורה ומצוות, איז דאס דאך העכסט-עקסעפציאנאל. וכמובן מאליו.

בכלל, זאגסטו אז נושרים ביי זיי, באדייט אסימעלאציע. משא"כ נושרים בתוך שלומי אמוני? פיר אויס.
"Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite."

John Kenneth Galbraith
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6486 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5863 מאל

הודעהדורך יתרו » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:32 am

כ'האב נישט געוויסט אז מיין איידעם משה האט א ניק דא...
עניוועי, לענינינו זענט איר נישט גערעכט. קאווע שטיבל איז נישט ביכולת צו מאכן ערענסטע שינוים אינעם סיסטעם ווייל דא דרייען זיך נישט קיין רבי'ס, ראשי ישיבות, און מנהלים וכו' אבער וואס זיי קענען יא מאכן איז אז יעדער חרדישער איד וואס גייט אויפן געוועב און שטויסט זיך אן, אפילו בטעות, אין דעם קאווע שטיבל זייטל זאל ער נישט ארויסגיין פון דא מיט גאנצע ביינער זאל ער וויסן אין וואספארא דורכגעפוילטע סיסטעם מיר לעבן. און ווי מער אידן קומען צום דעת אלץ מער שאנסן אויף-סוקסעסס וועט זיין ביים יום הגדול הגבור והנורא, ווען עס וועט אפיר קומען א גאנדי אדער א שטיינמאן להבדיל און צוברעקלן דעם סיסטעם.
און דאס איז וואס קאווע שטיבל טוט אויף! און דאס איז די גרעסטע פאזעטיווע שינוי לטובה אין אונזער סיסטעם וואס כהאב נאר אמאל געזעהן.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 760
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

הודעהדורך והאיש משה » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:47 am

כ'גיי מיר דא נישט קריגן מיט מיין שווער גענוג וואס אונז האמיר צווישען זיך אינדערהיים צווישען דער איי מיט צוויבל און דער טשולענט לאמיר בעסער נישט גיין פובליק,
אבער איך זעה אז אלס שווער ביזטו נאך פון מיטל אלטער,
אודאי מאך איך נישט אוועק און איך האב אויך ערווענט א mourning dayאון אנדערע ווערטער אפאר אשכולות צו באוויינען דער מצב, אבער בעיקר דארף מען דורך רעדן עצות טיפס ווי אזוי זיך באספראווען און צוביסלעך (הערסט שווער לעבן נישט נערוועזערהייט) אריינברענגען נייע אידעען, אינעם סיסטעם ס'זאל בלייבן בבחי' קנקן ישן מלא חדש און נאך דעם וועלען מיר בעזר השם אויך משנה זיין דעם קנקן דאונט ווארי,

נאך א זאך אנשטאט אזויפיל ביטערען דארף מען דורך רעדן עצות ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער, פארגעסט נישט בנינו ערבים לנו! אלעס כמעט אלעס איז נוגע פאר זיי ווייל רוב פון די מעמבערס דא זיינען שוין אלט געזעסענע, לאמיר פארשטיין און אפלערנען ווי אזוי צו רעאגירן ווען א קינד קומט אהיים פון מוסד און זאגט איבער די קרעפ וואס ער הערט זיך אהן פון מלמדים\ משפיעים\ ראשי ישיבת\ חברים!! פארגעס נישט דאס איז וויכטיגער ווי מגלה זיין פאר דער וועלט וכו' ואיכמ''ל

און דאס וואס די שווער זז''ג שרייבט אז דא דרייען זיך נישט קיין רבי'ס ראש ישיבות און מנהלים, מיין איך איז אויך א טעות...
ס'איז מיר בעסער צו לאזען א גרויסע ירושה פאר מיינע שונאים, ווי אנקומען ביים לעבן צו מיינע גוטע פריינט... (ר' יחיאל הרופא)
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:47 pm

למעשה, סטאטיסטיקלי פאלן אוועק סאך מער אידישע נפשות וואס באלאנגען (אדער האבן באלאנגט) צו א קהילה, משא"כ היימשע חסידישע וואס באלאנגען נישט צו קיין קהילה פאלען נישט אוועק אזוי שנעל - ווען אין דער זעלבע צייט זאגט דער שכל אז עס וואלט געדארפט זיין פונקט פארקערט.

טאקע דערפאר זאגט ער איה אלקיך.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2662
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1785 מאל

הודעהדורך בר דעת » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 3:11 pm

עס איז דא א צד אז ווען מענטשן האבן ווי צו ארויסגעבן זייער אמתע געפילן און האקן אויפן סיסטעם, קענען זיי דא שרייבן, און באלד מאכן אשר יצר און גיין טאנצן אויף סיסטעם פארענטשעס, און אדאנק דעם איז ער נישט אזוי פארביסן צו וועלן עפעס טוישן. די צד שכנגד איז כמובן אז ווען נישט דא וואלט ער קיינמאל נישט באמערקט ווי עקלדיג די זאך איז.
אבער והאיש משה איז כשר גערעכט אז רעדן צו אייגענע קינדער און זיי אפראטעווען פוןן די סיסטעם מח שווענקונג איז גאר וויכטיג.
ווען מען פרעגט ווען מיר איין זאך וואס מען מוז טוישן וואלט איך געזאגט אז מען מוז אויפהערן די שנאה קעגן יעדן איינעם מחוץ למחננו, מען קען ווייטער מטפח זיין עליטיזם, אבער נאר א פאזיטיווע עליטיזם. די עליטיזם וואס א קאבאליסט שפירט מיטן פילן העכער און דערהויבענר מיט די אמתע בליק אויף די בריאה, אדער וואס א בריסקער האט ווען ער שפירט זיך אלס דער שפיץ למדן וואס פארשטייט די נקודת הדבר, און איז מבטל בלבו אלע אנדערע שטחיות'דיגע אידן. אזא עלטיזם איז נאכנישט עק וועלט, אבער די זאגן אז יעדער מחוץ למחננו איז טמא ומטמא איז דער שורש פון אונזער גרויל
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm
האט שוין געלייקט: 990 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 707 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:28 pm

ראש הישיבה האט געשריבן: דער ברודער מיין חבר, האט געזען אז עפעס גייט דא פאר. ער האט אהנגעהויבן זיך אינטערסירן איבער אידישקייט און איינגעזעהן אז מען דארף זיין שומר תורה ומצוות, אזוי איז ער געווארן א בעל תשובה.

האסט זעכער פארפעלט די ערשטע חלק פון די מעשה, מ'האט אים דארט מאלעסטעדט איז ער געווארן א פרומער איד..
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:32 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:למעשה, סטאטיסטיקלי פאלן אוועק סאך מער אידישע נפשות וואס באלאנגען (אדער האבן באלאנגט) צו א קהילה, משא"כ היימשע חסידישע וואס באלאנגען נישט צו קיין קהילה פאלען נישט אוועק אזוי שנעל - ווען אין דער זעלבע צייט זאגט דער שכל אז עס וואלט געדארפט זיין פונקט פארקערט.

טאקע דערפאר זאגט ער איה אלקיך.

סטאטיסטיקלי?
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2302 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:36 pm

איך האב געלייקט סופר ומונה כדרכי אלעמאל צו גיין לקולא ווען איינער עפנט א אשכול, בפרט אז די שפראך איז וואונדערבאר.
אבער לענ'ד איז עס היבש מוגזם כאילו דער ארויני רבי איז דער טייוול אליין, סה"כ איז ער א רבי אביסל נאריש אביסל ווילד טוט אביסל שלעכטס און אביסל גוטס ככל הרבי'ס. עפעס דארף מען איבער לאזן צו באטיטולען קים יאנג איל און מ'קען נישט אלעס אויסנוצן אויף דעם צדיק ממאנדרא.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2455
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5055 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6892 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:33 pm

יואב האט געשריבן:
ראש הישיבה האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:אחרי ככלות הכלל:

דער גאט פון די רעפארם און גענצליך פרייע אידן - אדער אפיקורסים. איז אממערסטן באשיצט... פון די רעפארם קומען נישט ארויס קיין נושרים!

בכלל נישט. ביי זיי איז די צער ערגער. ווייל ווען זיי ווערן נושרים האבן זיי ליידער חתונה מיט אינו יהודים. דאס באדערט פאר יעדן איך אפילו די ריפארמער. און אפשר גאר די ריפארמער מער.

איך האב א חבר וואס קומט פון א ריפארמער שטוב. ווען זיין ברודער האט געוואלט חתונה האבן מיט נישט אידישער פרוי, איז די באבע געווארן ממש אויס מענטש, ווי קענסטו טוהן אזא זאך. די אייניקל האט געטענהט ער פארשטייט נישט, זי איז מסכים צו מאכן בר/בת מצוה צערעמאניעס, און גיין יום כיפור אין שוהל וואס איז דער פראבלעם? דער ברודער מיין חבר, האט געזען אז עפעס גייט דא פאר. ער האט אהנגעהויבן זיך אינטערסירן איבער אידישקייט און איינגעזעהן אז מען דארף זיין שומר תורה ומצוות, אזוי איז ער געווארן א בעל תשובה.

דו שאפסט בחינם צער פאר חלקי אמוני ישראל. ביי ריקאנסטרוקציאלע אידן איז אינטערפעיטה מערידש, כמעט קיין פראבלעם; צווישן רעפארמער אפילו, ווערט אזא באגריף מער און מער אקצעפטירבאר. איי מעשה בההיא סבתא? נו, אז  חתן דנן האט אזוי כלאחר יד געקענט ווערן א שומר תורה ומצוות, איז דאס דאך העכסט-עקסעפציאנאל. וכמובן מאליו.

בכלל, זאגסטו אז נושרים ביי זיי, באדייט אסימעלאציע. משא"כ נושרים בתוך שלומי אמוני? פיר אויס.

נישט דער חתן איז געווארן בעלי תשובה א ברודער פון די חתן זעענדיג ווי דער באבע ווערט אויס מענטש האט עס אים געמאכט טראכטן.

ביי שלומי אמוני ישראל מיינט נושרים אויב ער איז אנדערש ווי מיר. למשל אז איך בין א סאטמארער און מיין זוהן איז חבד'סקער איז ער א נושר. אז איך בין א וויזניצער און מיין זוהן פארט קיין אומאן מיט מוטה פראנק איז ער א נושר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:41 pm

כוכב האט געשריבן:איך האב געלייקט סופר ומונה כדרכי אלעמאל צו גיין לקולא ווען איינער עפנט א אשכול, בפרט אז די שפראך איז וואונדערבאר.
אבער לענ'ד איז עס היבש מוגזם כאילו דער ארויני רבי איז דער טייוול אליין, סה"כ איז ער א רבי אביסל נאריש אביסל ווילד טוט אביסל שלעכטס און אביסל גוטס ככל הרבי'ס. עפעס דארף מען איבער לאזן צו באטיטולען קים יאנג איל און מ'קען נישט אלעס אויסנוצן אויף דעם צדיק ממאנדרא.

איך גלייב אז דער פותח האשכול איז נישט אויסן געווען בדוקא אראפצורייסן דעם מנהיג, ער האט דאס בלויז גענוצט פאר א בסיס ארויסצוברענגען זיין נקודה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4029 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 7:40 pm

יואב האט געשריבן:בכלל, זאגסטו אז נושרים ביי זיי, באדייט אסימעלאציע. משא"כ נושרים בתוך שלומי אמוני? פיר אויס.


יא ביי זיי מיינט עס סתם אסימעלאציע
משא"כ נושרים בתוך שלומי אמונה מיינט עס בבוא הימים צו גייען צו די פרעססע, ראדיא, ביכער וכו' און רעדן כל מיני לשון ורכילות אלעס שלעכטס אויפן עם סגולה.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2662
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1785 מאל

הודעהדורך ביבער » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:38 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:למעשה, סטאטיסטיקלי פאלן אוועק סאך מער אידישע נפשות וואס באלאנגען (אדער האבן באלאנגט) צו א קהילה, משא"כ היימשע חסידישע וואס באלאנגען נישט צו קיין קהילה פאלען נישט אוועק אזוי שנעל - ווען אין דער זעלבע צייט זאגט דער שכל אז עס וואלט געדארפט זיין פונקט פארקערט.

טאקע דערפאר זאגט ער איה אלקיך.


פון וועלכע סטאטיסטיקס רעדטסטו?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 732
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 703 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 762 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט