שיעור בענין בריאה יש מאין.

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

שיעור בענין בריאה יש מאין.

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

[justify]אינז אלע אלס אויפגעוואקסענע אין א חרדישע געזעלשאפט זענען מיר ערצויגן געווארן מיט די אמונה אז די גאנצע יקום איז באשאפן געווארן א בריאה יש מאין דאס הייסט לכתחילה איז געווען גארנישט אין פין די גארנישט-אין האט דער בורא באשאפן א יש, אבער ווי באקאנט איז דאס נישט געווען די מיינונג פין די וויסענשאפטליכע וועלט נאר זיי האבן געהאלטן פאר די לעצטע 2000 יאר כדעת אריסטו אז די וועלט איז אייביג געווען אזויווי יעצט אין וועט אייביג ווייטער זיין (steady state theory) אן קיין אנהויב אין אן קיין סוף, אין זיי האבן געלאכט פין די גלויביגע וואס האבן געגלייבט אז אינמיטן העלן טאג איז די וועלט אריין געשפרינגן אין עקזיסטענץ, ביז די 1930'ס וואס דעמאלטס האט אנגעהויבן אפירקימן בייוויזן אז דו וואלט האט יא געהאט א אנהויב אין עס האט זיך אנגעהויבן פארמירן די ביג בענג מאדעל ביז די 1960'ס ווען עס איז געווארן באשטעטיגט אין די וויסענשאפטליכע וועלט מיט די געפינס פין די ביג בענג בעקגראונד רעדיעשאן(big bang background radiation) אין די חוקרים האבן על כרחם געמיזט מודה זיין אז אמווייניסגטנס די ערשטע צוויי ווערטער פין די תורה ''בראשית ברא'' זענען אמת,
אביסל ווייניגער באקאנט איז די שיטה פין אפלטון אריסטו'ס רבי וואס ער האט יא געגלייבט אין בריאה אבער נישט אין בריאה יש מאין דאס האט ער נישט געקענט אראפשלינגן ער האט געהאלטן אז פין גארנישט קען נישט ווערן מער פין גארנישט מלא דבר לא יתהוה כי אם לא דבר ממילא האט ער געהאלטן אז די בורא האט באשאפן די וועלט פין א חומר קדמון דאס הייסט עפעס א כח איז אייביג געווען אין פין די כח האט ער באשאפן די גאנצע יקום
איך וויל דא דורך גיין עטליכע נקודות בנוגע שיטת אפלטון -בריאה מחומר קדמון

שיטת אפלטון פינעם אידישען שטאנדפונקט

קודם א הבהרה ווען מען רעדט פין א אידישע שטאנדפונקט מיין איך די אנגענימענע ביי כלל ישראל, פארשטייט זיך אז אייביג קען מען אפירקראצן עפעס א ספר וואס זאגט אנדרש אבער איך מיין אז א שיטה וואס די רמב''ם אין די כוזרי זענען איינשטימיג אויפדעם קען רואיג אנגעריפן ווערן די אידישע שטאנפונקט
יעצט צום ענין די רמב''ם אין מו''נ חלק ב' פרק שטעלט ביידע אויבן דערמאנטע שיטות אלס אזעלכע וואס זענען נישט איינשטימיג מיט דת משה וישראל וזה לשון קדשו
ו ''דעותיהם של האנשים על אודות קדמות העולם או חידושו, לדעת כל המאמין שיש בנמצא אלוה, הן שלוש. הדעה הראשונה, והיא דעת כל המאמינים בתורת משה רבנו עליו השלום, היא שאת העולם כולו, דהיינו, כל נמצא זולת האל יתעלה, הביא האל יתעלה לידי מציאות לאחר ההֶעְדֵּר הגמור והמוחלט, ושהאל יתעלה היה נמצא לבדו כשאין עמו דבר, לא מלאך ולא גלגל ולא מה שבתוך הגלגל. ולאחר-מכן הביא לידי מציאות את כל הנמצאים האלה כפי שהם, ברצונו ובחפצו, לא מִדָּבָר,
הדעה השנייה היא דעת כל מי ששמענו את שמעו וראינו את דבריו מבין הפילוסופים. הם אומרים שלא ייתכן שהאל יביא לידי מציאות דבר מלא-דבר. לדעתם גם אי-אפשר שיכלה דבר אל לא-דבר, כוונתי שלא ייתכן שנמצא בעל חומר וצורה ייווצר מהֶעְדֵּר גמור של אותו חומר, ולא שיכלה אל הֶעְדֵּר גמור של אותו חומר. לדעתם לייחס לאל שהוא יכול לעשׂות זאת כמוהו כמו לייחס לו שהוא יכול לצרף שני ניגודים בזמן אחד, או לברוא (מישהו) כמותו יתעלה, או להפוך את עצמו לגוף, או לברוא מרובע אשר קוטרול שווה לצלעו, וכיוצא באלה הנמנעות. מתוך דבריהם מובן שהם אומרים: כשם שאין חוסר-אונים לגביו בכך שאין הוא מביא את הנמנעות לידי מציאות, שהרי לנמנע יש טבע קבוע שאינו מעשׂהו של עושׂה, ולכן אי-אפשר לשנותו, כך גם אין חוסר-אונים לגביו כאשר אין הוא יכול להביא לידי מציאות דבר מלא-דבר, כי זה ממין כל הנמנעות. לכן הם מאמינים שיש חומר כלשהו קדום כשם שהאלוה קדום, אשר האל לא נמצא מבלעדיו, והחומר לא נמצא בלעדי האל... זאת היתה גם דעתו של אפלטון... אבל אין הוא מאמין מה שאנו מאמינים, כפי שסובר מי שאינו מתבונן בדעות ומדקדק בעיון, ומדמה שדעתנו ודעתו שווים. אין הדבר כך. כי אנו מאמינים שהשמים התהוו לא מדבר לאחר ההֶעְדֵּר המוחלט והוא מאמין שהם הובאו לידי מציאות והתהוו מדבר. זאת היא אפוא הדעה השנייה.
הדעה השלישית היא דעתם של אריסטו וההולכים בעקבותיו ומפרשי ספריו... הוא טוען שהנמצא הזה כולו, כפי שהוא, היה מעולם ויהיה לעולם כך; ושהדבר הקבוע שאין ההתהוות והכליון חלים עליו, כלומר השמים, לא יפסיק להיות כך. הזמן והתנועה נצחיים מתמידים, לא מתהווים ולא כלים. הדבר המתהווה וכלה, והוא מה שמתחת לגלגל הירח, לא יפסיק להיות כך... סדר זה כולו, זה של מעלה וזה של מטה, לא יופר ולא יתבטל, לא יתחדש בו חדש שאינו בטבעו, ולא תופיע בו בשום אופן תופעה יוצאת מן הכלל.... כן סובר אריסטו שמן הנמנע שישתנה רצונו של האל או יתחדש לו חֵפץ. מכאן מתחייב שהנמצא הזה כולו, כפי שהוא עכשיו, כך היה מעולם וכך יהיה לנצח ע''כ מלשונו


איז דער רמב''ם שטעלט אוועק אז עס איז נישט אויסגעהאלטן אידישלעך צי האלטן ווי אריסטו אדער אפלטון ער איז אבער נישט מסביר פארוואס, די ערשטע סיבה וואס קימט אויף אין קאפ איז אז אין די תורה שטייט אנדרש זאגט די רמב''ם אין פרק כ''ה
דע שהימנעותנו מלדגול בקדמות העולם אינה בגלל הכתוב בתורה שהעולם מחודש. כי אין הכתובים המצביעים על חידוש העולם מרובים מן הכתובים המצביעים על היות האלוה גוף, וגם אין שערי הפירוש בעניין חידוש העולם נעולים בפנינו ולא נמנעים ממנו, אלא היינו יכולים לפרש כפי שעשׂינו לגבי שלילת הגשמות. ואולי היה זה הרבה יותר קל והיתה לנו יכולת גדולה יותר לפרש את הכתובים ההם ולהוכיח את קדמות העולם, כפי שפירשנו כתובים ושללנו את היותו יתעלה

דאס הייסט די פסוקים זענען נישט קיין פראבלעם אין מען קען זיך א עצה געבן מיט זיי אזויווי אינז טיען טאקע מיט די אלע פסוקים וואס וויזן אויף הגשמת הבורא אין די רמב''ם לייגט נאך צי אז דא וואלט נאך געוועזן א גרינגערען פעלד, נאר וואס דען קודם זאגט די רמב''ם אז אנדרש ווי די פסוקים וואס זעען אויס ווי הגשמת הבורא איז נישטא דא קיין סיבה צי פארדרייען די פסוקים אז עס זאל שטימען מיט קדמות העולם ממילא וועט מען לאזן די פשטות הפסוקים על מקומם, אין דערנאך פירט די רמב''ם אויס
אמונת הקדמות - באופן שרואה אותה אריסטו, שהיא על דרך החיוב ושום טבע אינו משתנה ודבר אינו יוצא מהרגלו - הורסת את התורה מעיקרה, ומכחישה בהכרח כל נס, ומבטלת כל מה שמבטיחה התורה או מאיימת בו,


דא איז שוין די רמב''ם מסביר אז שיטת אריסטו איז אין דירעקטע סתירה מיט עיקרי הדת אבער איז די רמב''ם ממשיך
אבל אם מאמינים בקדמות לפי הדעה השנייה שהבהרנו, והיא לדעת אפלטון, כלומר שהשמים גם כן מתהווים וכלים, דעה זאת אינה הורסת את יסודות התורה ואינה גוררת הכחשת הנס, אלא את אפשרותו. אפשר לפרש את הכתובים על-פי דעה זאת; ויש פסקאות מסופקות רבות בתורה ובזולתה שניתן להיתלות בהן או אפילו להביא ראיות מהן לדעה זאת. ואולם אין הכרח שיביא אותנו להחזיק בדעה הזאת, אלא אם כן היא היתה מוּכחת הוֹכחה מופתית. אולם באשר לא הוּכחה הוֹכחה מופתית, אין אנו נוטים אל דעה זאת ואין אנו שועים כלל אל אותה דעה אחרת, אלא מפרשים את הכתובים כפשטיהם ואומרים שהתורה מודיעה לנו דבר שאין כוחנו מגיע להשׂיגו, והנס מעיד על אמיתות טענתנו.

דאס הייסט אז שיטת אפלטון איז נישט סותר גארנישט פין די עיקרים נאר עס איז נישטא קיין סיבה יא צי גלייבן דערין אין די פשטי הפסוקים זעען נישט אזוי אויס נעמט מען נישט אזוי אן
מען זעעט ווי כלפי שיטת אריסטו האט די רמב''ם ארויסגעשטעלט שטארקע טענוות אז עס איז קעגן די אידישע אמונה משא''כ קעגן שיטת אפלטון איז נישט דא קיין ממשותדיגע טענות, אין אין ספר הכוזרו זעט מען נאך מער אין מאמר א אות סז זאגט דער כוזרי ''ואף אם יצטרך בעל תורה להשלים ולהודות בהיולי הקדמון ועולמות רבים קודם העולם הזה אין בזה פגם באמונתינו שהעולם הזה קיים מזמן ידוע וראשוני האנשים בו אדם וחוה'' נאר די פשטות הפסוקים זעען אויס אז די בריאה איז געווען יש מאין
דער אברבנאל אין זיין ספר מפעלות אלוקים מאמר ב פרק ג פרעגט ''למה ברח כ''כ מדעת אפלטון והרחיקו מכונת התורה במדרגת דעת אריסטו הנחש הקדמוני'' דער אברבנאל פארשטייט אז דער רמב''ם וואלט נישט אזוי מדחה געווען שיטת אפלטון נאר ציליב ווייל די פשטות הפסוקים זעען נישט אזוי אויס עס מיז דא ליגן א טיפערע זאך
איז דער אברבנאל מסביר סיבות ע''פ שכל ועיון אין ע''פ תורה פארוואס דער רמב''ם האט למעשה מדחה געווען שיטת אפלטון איך וועל דא ברענגען א חלק בקיצור
ע''פ העיון ,שיטת הרמב''ם איז אז די עליונים דאס הייסט אלעס וואס איז העכער ווי די גלגל הלבנה זענען נצחיים מצד זייער עצם חומר אין אלעס וואס איז אינטערען גלגל הלבנה זענען נפסדים מצד זייער עצם חומר, טענ'ט דער אברבנאל אויב איז אלעס געמאכט געווארן פין די איין חומר קדמון וויאזוי קען זיין אז איין זאך איז נפסד איז איין זאך נישט?, אין ער איז דארט מסביר פארוואס עס קען נישט זיין אז עס איז געווען צוויי חומרים, אין ע''פ תורה האט דאס דער רמב''ם מדחה געווען ווייל אויב זאגט מען אז עס איז געווען א חומר קדמון קימט אויס אז עס פארהאן צוויי קדמונים אין נצחיים השי''ת אין די חומר קדמון אין דאס שמעקט פין כפירה אין די עיקר פין אחדות הבורא
מען דארף אויסשמועסן אז פשטות וואלט יעדע חדר אינגל געזאגט אז די גאנצע שיטה איז ריין כפירה ווייל וויאזוי קען מען זאגן אז דער באשעפער קען נישט באשאפן א יש מאין דער אייבישטער איז דאך א כל יכול דער ענטפער אויף דעם איז ווי דער רמב;;ם האט דערמאנט בקיצור אז די וואס האלטן בשיטת אפלטון האלטן אז זאגן אז השי'ת קען באשאפן יש מאין איז כאילו זאגן אז ער קען מאכן א משולש (טרייענגל) מיט פיר עקן אדער א מרובע (סקווער) וואס די שיפקייט פין איין עק ביזן צווייטן איז די זעלבע לאנג ווי די מידה פין די זייט אין אזויווי זאגן אז די זאכן זענען נישט מעגליך ווייל די זאכן זענען 'נישט' עס איז ליידיגע סטעטמענטס, אזוי אויך איז בריאה יש מאין
ווי מען האט געזען פריער האט די רמב''ם געזאגט אז די פשטות הפסוקים זענען מורה נישט ווי אפלטון וואס זענען די פסוקים? זאגט דער אברבנאל אין פרק ה' אז מען זעט אין די תורה אז ווען עפעס איז באשאפן געווארן פין עפעס אנדרש שמועסט עס די תורה אויס ווי למשל די דשאים זענען ארויסגעוואקסן פין די אדמה די שרצים אין די פיש פין די ים אין אויב די גאנצע בריאה איז געקימן פין א חומר פין פאר זיי וואלט די תורה דאס אויסגעשמועסט, אין אויך איז כנראה שיטת הרמב''ם אז די שורש 'ברא' מיינט בריאה יש מאין
פריערט איז דערמאנט געווארן די רמב''ם אין פרק כ''ה ווי ער האט געזאגט אויף שיטת אפלטון 'ואפשר שיפורו הכתובים על פיו ''וימצאו לו דמיונות בכתובי התורה וזולתם שאפשר להיתלות בהם וגם יהיו לריאה'', וואס מיינט די רמב''ם מיט ימצאו לו דמיונות בכתוביי התורה וזולתם שאפש להיתלות בהם וגם יהיו לריאה ווי קען מען ברענגען א ריאה צי אפלטון פין די תורה?, רב יצחק שילת אין זיין ספר 'בין הכוזרי להרמב''ם' ע' צא זאגט אז לכאורה כוונת הרמב''ם איז צי די פסוקים פין תוהו ובוהו וואס ווי די רמב''ן איז דאס מפרש מיינט דאס די חומר היולי וואס מיט דעם האט דער באשעפער באשאפן די וועלט (נאר ווי דער רמב''ן איז דארט מפרש שטייט אין די תורה אז די כח היולי אליינס איז אויך באשאפן געווארן יש מאין ועי' ספר זכרון להריטב''א ), וואלט מען געקענט טייטשן די פסוקים אזוי בראשית ברא אלוקים שמים וארץ, והארץ 'כבר' היתה תוהו ובוהו נאך פאר בראשית ברא
אין עס איז אפילו דא א מדרש וואס איז אזוי משמע אין בראשית רבה א' ה' שטייט
'ר' הונא בשם בר קפרא אמר אילולא שהדבר כתוב אי אפשר לאומרו בראשית ברא אלוקים מן הן? (=פין וואס) מן והארץ היתה תוהו ובוהו',
'

אבער ווי הרב שילת מערקט אן אז די לשון 'אלמלא הכתוב אמרו אי אפשר לאמרו' ערשיינט אסאך מאל בדברי חז''ל (לדוגמא ברכות לב: עיריבין כב. ר''ה יז:) אין אלע מאל ווערט עס געזאגט דארט ווי די פסוקים זאגן אויפ'ן באשעפער א זאך וואס זעט אויס ווי הגשמה אדער א מענטשליכע תכונה אין די כונה איז דברה תורה בלשון בנ''א איז דא אויך דארף מען פארשטיין די לשון המדרש אז א מאנטש מאכט נאר א זאך פין א אנדער זאך, אזוי אויך הקב''ה האט קודם באשאפן די מאטריאל אין דערנאך פין דעם באשאפן די וועלט, אין אזוי שטייט שפעטער אין מדרש אין פסקא ט' '
פיליסופוס אחד שאל את רבן גמליאל אמר לו צייר גדול הוא אלוקיכם אלא שמצא סממנים טובים שסייעו אותו תהו ובהו וחושך ורוח ומים ותהומות אמר לו תפח רוחיה דההוא גברא כולהון כתיב בהן בריאה תהו ובהו שנאמר עושה שלות ובורא רע חושך יוצר אור ובורא חושך מים הללוהו שמי שמים והמים למה שציוה ונבראו רוח כי הנה יוצר הרים ובורא רוח תהומות באין תהומות חוללתי' זעט מען אז ר' גמליאל


זעט מען אז ר' גמליאל האט מסכים געווען אז דער די בריאה איז באשאפן געווארן פין תוהו ובהו נאר דאס אליינס איז באשאפן געווארן יש מאין (וכן הוא הבנת הרמב''ן בהבנת הפסוקים)
תמצית היוצא אז מיר גלייבן אין בריאה יש מאין, ובלשון הרמב''ם (סוף פרק ג') 'כי כוונת כל נמשך אחרי תורת משה רבינו וארהם אבינו או מי שילך בדרכם אמנם הוא יאמין שאין דבר קדמון עם השם יתברך', אבער בעצם איז שיטת אפלטון אז די בריאה איז באשאפן געווארן פין א חומר קדמון נישט דירעקט סותר קיין שום פין די עיקרי הדת אין מען קען עס שיין אריין לערנען אין די פסוקים נאר די פשטות הפסוקים איז נישט אזוי אין אינזער קבלה איז נישט אזוי.
אין חלק ב' וויל איך דורך גיין די שטיקל פין פרקי דרבי אליעזר בנוגע לענייננו[/justify]

דער אשכול פארמאגט 52 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר