הנאה/צער - בחירה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8162 מאל

הנאה/צער - בחירה

שליחה דורך ונבנתה העיר »

עס איז שגור בפי העולם אז א דראג-אדיקט, אדער אן אלקאהאליק, וועט זיך נישט ארויסדראפן דערפון ביז ער וועט זיך אנקלאפן אינעם 'ראק באטאם', דאן וועט ער זיך ענדליך אנהייבן טוישן אין די אנדערע דירעקציע.

פארשטייט מען דאך אז לא הרי 'ראק-באטאם' ביי איינעם ווי 'ראק-באטאם' ביי יענעם, ביי איינעם איז עס ווען ער טרעפט זיך אויף די גאס, ביי א צווייטן איז דאס ערשט ווען ער דארף א שטריק זיך צו הענגן און ער האט דאס אויך נישט, דארף מען וויסן וואס איז די צד השוה צווישן זיי, וואס מאכט עס פאר 'ראק-באטאם' און פארוואס ווערט דאן אנגעצינדן אינעם נפש א געוויסע סוויטש וואס ער האט געזוכט פאר יאהרן אהן ערפאלג.

*

ואהבת את ה' אלוקיך, ווייסט דאך יעדער די קשיא, ווי אזוי איז שייך מצוה צו זיין אויף אהבה, יו אידער לייק איט אור נאט, איינע פון די באקאנטע תירוצים איז אז דער ציווי איז אויף די זאכן המביאים לידי אהבה, ער זאל זיך אין זיי מתבונן זיין וכו' ווי דער רמב"ם זאגט אין יסוה"ת מיד נופל עליו וכו'.

נו, אן אוקימתא.

*

לאהבה את ה' אלוקיך כי הוא חייך, אנטשולדיגט מיר מיין אויסדרוק, אבער *** איז דעט סאפאסס טו מיען?

אלס קינד האט מען – סובקאנטשעסלי – א געוויסע בילד פונעם אייבערשטען, געוואנדן ווי מפותח דער כח הדמיון איז און וועלכע סארט זאכן מען פארגעטערט [יא, מלשון 'גאט'...], ער איז הויעך, ברייט און שטארק, אפשר א שיינע בעקיטשע, ער איז 'זייער' הייליג, אין פאקט 'די' הייליגסטע וואס איז שייך, דהיינו? כ'ווייס, גאר א פארקנייטשטע שטערן, א לאנגע ווייסע בארד און א פנים וואס שטראלט, ער שאקלט זיך אזוי איידל אויף א רביש בענקל און מאכט א 'רעכטס-לינקס' צערעמאניע פאר די נארוואס געשטארבענע.

סוף סוף ווערט מען דאך אביסל עלטער [עכ"פ בשנים... ווי דער ליובאוויטשער רבי ז"ל זאגט] און מען הייבט אהן כאפן אז דאס אלעס איז א קינדערישע דמיון וואס הייבט זיך נישט אהן, גאט איז 'אין', גארנישט, מען קען איהם נישט משיג זיין, מגדיר זיין, אדער צוטיילן צו איהם סיי וועלכע קענטליכע מציאות.

פרעגט זיך דאך פון זיך אליין: לאהבה את ה"א כי הוא חייך, וואס האב איך ליב, פארוואס האב איך עס ליב און וויאזוי האב איך ליב עפעס אן עיליען וואס איז ניטאמאל גרויס, הויעך און שטארק, ער פאסט בכלל נישט אריין אין מיין וואקעביולערי און דעפעניציעס.

*

לאמיך אייך מגלה זיין א סוד, די סיבה פארוואס דער בעש"ט האט זיך נישט געפיהרט בועל צו זיין א נערה המאורסה ביוהכ"פ שחל בשבת, די סיבה פארוואס אבאמא האט נעכטן געזאגט אז די רעפובליקאנער האבן געהאט א גוטע נאכט, אנשטאט זאגן 'די **** רעפובליקאנער האבן פארכאפט דעם **** סענאט, און די סיבה פארוואס א רוצח האט נעכטן גע'הרג'עט איינעם אין מאנהעטן איז איינס און די זעלבע, יא, גוט געלייענט, איין און די זעלבע זאך האט דאס אלעס גורם געווען און ניטאמאל האבן זיי געהאט א בחירה בשעת מעשה צו טוהן אנדערש.

יעדער מענטש, אפגעזעהן זיין יאהרגאנג, רעליגיע, ראסע, קולטור, צדקות, רשעות וכו', האט אן אינערליכע וואגשאהל וואס וועגט 'הנאה' קעגן 'צער', פלעזשער קעגן פעין, און 'יעדע' זאך וואס 'יעדע' מענטש טוהט בדיבור ומעשה איז עס אך ורק ווייל דער סקעיל האט מכריע געווען אז כך וכך וועט איהם ברענגען מער הנאה ווי פארקערט, און דער מענטש האט נישט קיין בחירה צו טוהן אנדערש.

א הונט שפאצירט זיך רואיג אין גאס און, אופס, די בויך דרוקט איהם, וואס טוהט מען? נישט קיין פראבלעם, ער גייט צו צום נעקסטן פאמפ און איז עס מסדר על צד היו"ט, ווערי סימפל, די בויך דרוקט = פעין, מען לאזט עס ארויס ביים פאמפ = הנאה.

איהר גייט אין גאס און איהר דארפט ארויסגיין, איהר האט צוויי ברירות, אדער שטופט איהר צו 10 מינוט ביז איהר קומט אהיים, אדער זענט איהר עס מסדר אינמיטן די גאס בפני עם ועדה, פארוואס וועלן נארמאלע מענטשן קלויבן די ערשטע? ווייל אייער אינערליכע סקעיל האט מכריע געווען אז די צער פון עס מסדר זיין ברבים איז מער ווי די הנאה אז די בויך וועט אייך מער נישט וויי טוהן.

איהר זענט איינעם שולדיג 100 דאלער, איהר האט צוויי וועגן פטור צו ווערן דערפון, אדער שיידט איהר אייך פון א הונדערטער און גיבט עס יענעם, אדער הרג'עט איהר יענעם און פטור אן עסק, ביי נארמאלע און ביי גאט-פארכטיגע מענטשן וועט דער סקעיל מכריע זיין אז עס ווארט אייך מער צער אין יענעם הרג'ענען, אלס מענטשליכקייט, אלס אידישקייט, אלס געזעץ, אלס רחמנות און אלס גילטי קאנטשעס [יא, טינק אבאוט איט, דאס איז דער ס"ה עט די ענד אוו די דעי], ווי די צער פון זיך דארפן שיידן פון 100 דאלער.

עס קען אבער אמאל זיין א קאלט-בלוטיגער רוצח וועמענ'ס וואגשאהל איז מכריע אז אוועקגעבן א הונדערטער וועט איהם ברענגען מער פעין ווי הרג'ענען דעם מלוה, וועט ער איהם טאקע הרג'ענען, און ניטאמאל וועט ער האבן א בחירה אויף נישט.

וואו איז די טיפינג פאינט פון א דראג-אדיקט? ווען די אנדערע זייט וואגשאהל וועגט איבער, ווען דער סך הכל צער פון דראגס וועט זיין מיט א משהו מער ווי דער צער פון דורכגיין ריהעב וכו', דאן זאגט איהם דער סקעיל: הער זיך איין, יעצט לוינט זיך אראפצוגיין פון דראגס ווייל דאס איז די אפציע וואס וועט דיר יעצט ברענגען ווייניגער צער.

אבאמא'ס סקעיל איז דערגאנגען אז היטן אויף זיין פובליק אימעדזש וועט איהם ברענגן מער הנאה ווי זיך אויסגעבן אין א זאפטיגן שם של ארבע אותיות על חשבון הרעפובליקאנער.

איהר גלויבט מיר נישט, הא? אדרבה, פראבירט עס אויס, איך טשאלענדש אייך צו טוהן עפעס וואס וועט אייך נישט ברענגען א נעט הנאה, עס איז אוממעגליך.

וואס וועט איהר טוהן? עסן גרינע פעפער פאר נאכטמאהל? איהר ווייסט פארוואס איהר קענט עס טוהן, ווייל די הנאה פון אפפרעגן ונבנתה איז ביי אייך מער ווי די צער פון עסן גרינע פעפער... גאט איט?

דאס אלעס איז נישט א 'נטיה' ביי מענטשן, עס איז נישט קיין 'מעלה' און עס איז נישט קיין 'חסרון', עס 'איז' די היומען קאנדישען, אזוי אפערירן מענטשן, פונקט ווי מענטשן לעבן אויף אקסידזשען כן הדבר הזה.

עס איז נישט נאר א כלל ביי מענטשן, נאר, ווי געשמועסט, דיקטירט עס אויך די לעבן פון אלע בעלי חיים, אויב הרג'ענען א צווייטן וועט זעטיגן זיין הונגער וועט ער עס טוהן, און – כנ"ל – בשעת מעשה איז שוין בדרך כלל נישט דא קיין בחירה, אויב איז ער מחליט אויף א צווייטע אפציע איז דאס נאר ווייל סאמהאו, סאמווער, וועט דאס איהם ברענגן מער הנאה בסך הכל.

אויב אזוי וואו שטעקט בחירה? וואו איז דער מותר האדם מן הבהמה? דער מתנת הבחירה וואס א מענטש האט איז טאקע נישט בשעת מעשה, די בחירה איז אז ער האט דעם כח צו שיפטן זיין סקעיל, ער האט די כלים און די ברירה ארומצוריקן זיין הנאה/צער טשארט, ער קען פועל'ן ביי זיך - שלא בשעת מעשה – אז גאט'ס רצון זאל איהם ברענגן מער הנאה ווען דער רגע של אמת וועט אנקומען.

עס איז נישט גענוג אויב מיר פארברענגן אגאנצן טאג אין 'היומען מאוד' און ווען עס איז נוגע גליטשן מיר זיך אריין אין 'דזשואיש מאוד', בערך פיהר פינעף מאהל א טאג ריקן מיר דעם סוויטש צו 'איד' – דאווענט מנחה, באטראכט נישט א ראי' אסורה, וכו', דעמאלטס איז שוין כמעט צו שפעט, אויב דיין סקעיל שאצט אז די הנאה פון נישט גיין אין שוהל איז מער ווי די הנאה פון דאווענען בציבור, איז כמעט אוממעגליך אז דו זאלסט גיין אין שוהל.

די ערווארטונג פון א איד איז צו זיין א גאנצן טאג אין 'איד מאוד', כל היום איה אלוקיך, אז ער איז זיך מתבונן וואו און ווען ער קען ווי אלס איז געטליכקייט, גאט איז די עקזיסטענץ פון די בריאה און אלעס וואס זאגט אנדערש איז נישט מער ווי אן אחיזת עיניים, מען חלומ'ט דערמיט, מען דאווענט דערמיט, מען שפאצירט דערמיט, מען פארברענגט מיט לייק-מיינדעד חברים – אדער מיט זיך אליין – דערמיט, דאן ווען עס קומט למעשה קען ער האפן אז זיין סקעיל האט זיך געבויגן לטובת מנחה ווס. בלייבן אינדערהיים, אין דעם שטעקט די בחירה.

*

האט איהר אמאל געזעהן ווי א בהמה שלאגט זיך עד טיפתה האחרונה צו ראטעווען איהר לעבן? וואס איז פשט אין דעם? בשלמא פאר א באקוועמליכקייט פארשטיי איך, א גוט שטיקל סטעיק איז געשמאק ממילא לוינט זיך צו שלאגן פארדעם, אבער 'לעבן'? מה זאת? איז עס עפעס אן אנטאפענדיגע, שפייעכטס-רינענדיגע, מוגדר'דיגע תאוה? פארוואס שלאגט זי זיך אויף איהר עצם עקזיסטענץ? וואס איז דער בעל כרחך אתה חי? קען מען דען עקזעסטירן אהן עקזעסטירן? האט זי עפעס א ידיעה אז נישט עקזעסטירן איז נישט געשמאק אז זי שלאגט זיך דערפאר?

די מעשה איז אבער פונקט פארקערט, דער עצם עקזיסענץ דארף נישט קיין ביאור פארוואס איך גלוסט נאך איהר, דאס 'איז' מיר, זי איז מיין עצם ארגינעלע מהות, איך בין איהר און זי איז מיר, מיר זענען נישט פארבינדן מיט א מצומצמ'דיגע הגדרה: איך האב איהר ליב ווייל זי איז זיס, ווייל זי איז ווייעך און באקוועם, פונקט פארקערט, מען לויפט נאך תאוות און באקוועמליכקייטן ווייל זיי מעגניפייען דיין עקזיסטענץ, ווייל זיי ברענגן א התפשטות החיות.

דאס ערווארט גאט פון אונז, לאהבה את ה' אלוקיך כי הוא חייך, זעה זיך איינצושאפן אן אנדערע מיינד-סעט, יתקע מחשבתו בחוזק – ווי דער בעל התניא זאגט, זעה אז אגאנצן טאג, א גאנצע וואך און א גאנץ לעבן זאלסטו שטעלן דעם בילד פאר דיינע אויגן אז גאט = עקזיסעטנץ, די מציאות איז גאט, און נאר גאט איז מציאות, ליב איהם ווייל ער איז דער עצם מהות פון עקזיסטענץ, ווען עס וועט קומען אויף למעשה וועט שוין דיין וואגשאהל אטאמאטיש זיין אנגעשטעלט צו די ריכטיגע פונקטן.

גאט זאגט: ראה נתתי לפניך את החיים ואת הטוב, ואת המות ואת הרע, ובחרת בחיים, עס זענען דא צוויי זייטן, חיים און טוב, מות און רע, זאגט גאט 'ובחרת בחיים' – נישט 'ובחרת בחיים ובטוב', אינעם טוב ווס. רע קענסטו שוין נישט בוחר זיין – עס איז נישט בידך, איין זאך בעט איך דיר 'ובחרת בחיים', זעה אז דאס זאל זיין ביי דיר 'חיים', דאס זאל זיין עקזיסטענץ, אטאמאטיש וועסטו ברגע האמת טוהן טוב.

קענט נערבארן לייגט אראפ ווי ער איז אריין אין א רעסטוראנט ערגעץ טיף אין אמעריקא:

[left]The woman put down her cigarette and came over to us. She had that trailer-court look of someone who had had too many beers, too many kids, and too many men; who had missed her chance to get in the car with that one stranger years ago, and now accepted her life with a world-weary cynicism that contained no trace of self-pity. She stood above us with one hand on her hip, chewing gum in time to the music. “Coffee?” she asked.[/left]


וואו קומט עס אהער? עס קומט נישט, זעהט איהר אבער אז מיין הנאה פון קענען מיטטיילן מיט אייך די קלוגע ווערטער [און צו קענען שרייבן דעם פאראגראף...] האט ביי מיר איבערגעוואויגן די אומבאקוועמליכקייט פון נישט רעדן צו דער זאך...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר