כ'וואלט נישט געשאכטן מיין קינד אפילו אויב גאט באפעלט

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך chusid » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 3:38 pm

פארוואס קומט זיך קרעדיט פאר אברהם פארן נישט גלייבן אין עבודה זרה בשעת וואס ער האט געהאט א אפענע רילעישענשיפ מיט גט און ער פלעגט רעדן צו עם?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 3:43 pm

chusid האט געשריבן:פארוואס קומט זיך קרעדיט פאר אברהם פארן נישט גלייבן אין עבודה זרה בשעת וואס ער האט געהאט א אפענע רילעישענשיפ מיט גט און ער פלעגט רעדן צו עם?

קודם האט ער כופר געווען אין די עבודה זרות, און אנערקענט אז עס מוז זיין אן איינציגער גאט, דערנאך האט זיך דער אייבישטער באוויזן צו אים.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2298 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 1:34 pm

chusid האט געשריבן:פארוואס קומט זיך קרעדיט פאר אברהם פארן נישט גלייבן אין עבודה זרה בשעת וואס ער האט געהאט א אפענע רילעישענשיפ מיט גט און ער פלעגט רעדן צו עם?


ער האט אנעקענט אז עס איז דא א באשעפער פאר דער באשעפער האט גערעדט מיט איהם. זיין רילעישענשיפ איז געקומען שפעטער
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:11 pm

סופר ומונה האט געשריבן:איך וואלט נישט געשאכטן מיין זון


מסתמא האסטו פיינע קינדער. איך קען אסאך מענטשען וואס וואלטען יא. און אפי' דער באשעפער הייסט נישט
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

כ'וואלט נישט געשאכטן מיין קינד אפילו אויב גאט באפעלט

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:37 pm

דאס רירט אן אויף די יוטיפרא דילעממא. דהיינו, צו ווייל עפעס איז גוט [מאראליטעט, עטיקס וכו׳] האט עס ג-ט באפוילן, צו ווייל ג-ט האט עס באפוילן דאס מאכט/דעפינירט עס אלס גוט.

אבער אזוי ווי הרב קוק זצ״ל, וואס מאטי האט אראפגעברענגט, איז מסביר שטימט די עצם מעשה העקידה פון אברהם אפילו לויט די ערשטע צד/הארן פון די יוטיפרא דילעממא. דהיינו, אז עס איז יש מקום לטעון אז דאס וואס ווערט סתם אזוי דעפינירט אלס גוט, דהיינו נארמאטיוו מאראליטעט, איז אנגעוואוזען אויף די קאנסענסאס באותו זמן (איך פארשטיי אז ס׳פעהלט אויס אז מ׳זאל דאס באטראכטן ראציאנאל ולא רק ע״י ״קאנסענסאס״ סתם. אבער אין יענע צייטן איז די הסבר וכו׳ פון דעיטיס, אבערגלויבן וכו׳ טאקע געווען די דור׳ס ראציאנאלע אפטייטש פון נאטורליכע געשעענישן אד״ג; ווי למשל רב סליפקין ברענגט ארויס לגבי שדים). איז דאך אין יענע צייט דאס באמת געווען דעפינירט אלס גוט און נאבעל בסתם טאמער טוהט מען דאס פאר א דעיטי. איך גלייב אז דאס האט פלאוויוס געמיינט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום פרייטאג אוגוסט 30, 2019 1:50 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

Re: כ'וואלט נישט געשאכטן מיין קינד אפילו אויב גאט באפעלט

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:37 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:פון פריערדיגע רבי'ס זאגט מען נאך אז די נסיון העקידה איז געווען פונקט פארקערט, דער באשעפער האט געוואלט אז די רחמי האב על הבן זאלן גובר זיין איבערן ציווי השם, און אברהם איז דורכגעפאלן דעם נסיון, און פארדעם איז עס טאקע געווען די לעצטע נסיון, און דער באשעפער האט עם מער נישט אויסגעפראווט.

לויט דעם קען מען זאגן אז עס זענען דא דיעות אז די עקידה איז געווען אויף ר״ה אדער יוה״כ (זעהטס דא http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f= ... 45#p180575).

אונז טרעפן מיר אין די צייט אן ענין פון דעם אז חטאים בין אדם לחבירו, וואס דאס קען פאררעכענט ווערן ווי עבירות אויף נארמאטיוו מאראליטי/עטיקס, איז הארבער (אין א וועג) ווי חטאים בין אדם למקום, דעסקריפטיוו מאראליטי/עטיקס (יומא פה ע״ב). וועגן דעם איז די רמז פון עקידת יצחק אין יענע צייט, וואס ווייזט אויף די התקדמות פון נארמאטיוו מאראליטי/עטיקס איבער דעסקריפטיוו מאראליטי/עטיקס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום פרייטאג אוגוסט 30, 2019 1:57 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

הודעהדורך הדסים » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 12:52 am

איך ווייס נישט פארוואס יעדער שרייבט דא אז זיי וואלטן נישט געשאכטן. איך פראביר זיך פארצושטעלן די מורא'דיגע מעמד, די באשעפער פון די וועלט זאגט מיר אליינס צו שעכטען?

ער האט באשאפן מיר מיט א גאנצע וועלט, מיט אזא חכמה וואס איך קען נישט אנהייבן צו משיג זיין. ווי אזוי זאל איך טראכטן אנדערש?

קען זיין א"א'ס נסיון איז געווען, אז יעדן טאג האט ער געהערט א מעשה פון א 2'טע גאט וואס האט געהייסן טון זאכן. האט ער געקענט טראכטן, ווער זאגט אז מען דארף פאלגן דווקא די גאט וואס רעדט צו מיר. דאס איז שוין א נסיון.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט