שיעורים אקעגן עוואלושן פון החכם הרב אביגדור מיללער ז"ל

מחשבה, השקפה ועיון

Re: שיעורים אקעגן עוואלושן פון החכם הרב אביגדור מיללער ז"ל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג מאי 06, 2018 8:50 pm

די פראבלעם איז, אז אסאך אידן, וואס מוטשען זיך מיט געוויסע קשיות און ווילן וויסן וואס דער אמת איז, זענען זיך סומך אויף ר' אביגדור אז ער האט דורך געטון די נושא פון אלע צדדים און געקומען צו א מסקנא. אויב באמת זאגט ער בלויז נאך וואס דער קריסטלעכער חכם האט געשריבן איז דאס אפשר נישט גענוג פאר זיי.
אין דעם זין קען דאס ווערן פאררעכנט ווי ער איז נישט געווען אויפריכטיג מיט זיינע נאכפאלגער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1779
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2253 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג מאי 07, 2018 12:22 pm

גראדעמעכעלע: איך זעה נישט קיין שום פעהלער מיט דעם וואס ר' אביגדור מיללער ז"ל האט גענימען די תירוצים אפצושלאגן די עוואלוציאנערן, פון די גלחים. אן זאגן דבר בשם אומרו, פארשטייצעך. ווייל, וואו זייערע ווערטער זענען נישט סותר אונזער אמונה בה', מעג מען זיך באנוצן מיט זייערע סברות און ויכוחים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

Re: שיעורים אקעגן עוואלושן פון החכם הרב אביגדור מיללער ז"ל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:30 pm

ראובן האט געשריבן:זוכער, א דאנק פאר'ן ארויפשטעלן דעם שיעור פון הרב מילער ז"ל.

עס איז כדאי אנצואווייזן אז כדרכו בקודש איז זיין שיעור פלאגיאירט כמעט ווארט-ביי-ווארט פון גלחים און פרעדיגער אן אנגעבן דעם מקור. ער האט ליבערשט געוואלט מאכן דעם איינדרוק ווי ער האט אליין "דורכגעטון" די ביכער פון וויסנשאפטלער, און מ'זאל נישט כאפן אז ער האט בסך הכל נאכגעקייט קריסטליכע פראפאגאנדע פאמפלעטן.

דער דאזיגער שיעור פון הרב מילער קענט איר מיטהאלטן כמעט ווארט-ביי-ווארט אין דעם ביכל "Some Fishy Stories", געדרוקט אין 1966 דורך דעם קריסטליכן עוואנגעליסט גארנער טעד ארמסטראנג, אנגעפאנגען פון סוף זייט 30.

זעט דעם ביכל דא: http://www.cogneo.org/literature/brochu ... tories.pdf


עס איז מערקווירדיג (אפשר גאר איראניש) אז דר. בעהע אליינס, אין זיין לעצטיגן ביך Darwin Devolves רעדט זיך אפ בנוגע די פסק קעגן לערנען Intelligent Design אין public schools, אז ריכטער Jones אויף דעם case מיט זיין פסק, האט פליאגיזירט די plaintiff’s טענות (כמעט) ווארט פאר ווארט.

ולגופו של ענין, מיין מיינונג איז אז הגם ס׳זענען דא שטארקע קשיות אויף macro-evolution (אדער ווי דר. בעהע טענה׳ט, און ברענגט ראיות, אז Evolution קען נאר פועל׳ן צו טוישן species אדער genera [genus בלשון רבים], און נישט העכער family, order וכו׳) איז דאס בכלל נישט מכריח Intelligent Design, סיי theistic און סיי נישט (ווי ערווענט אין אנדערע תגובות/אשכולות דא אין שטיבל). דאס איז על אף זיינע טענות פאר Idealism vs. Materialism (אגב, עס קען טאקע זיין אז Intelligent Design איז מכריח Idealism אבער נישט להיפך, כמובן).

אין די Biology textbook איך האב געניצט, Inquiry into Life, האט די מחברת Dr. Sylvia Mader געשריבן אז די טיאריע פון Evolution איז א law פאר Biology אזויווי די טעאריע פון Gravity פאר Physics ע״כ. דאס איז, לדעתי, זייער א גוטע צושטעל מטעם אחר. דהיינו, פונקט אזויווי אין Physics האט מען געדארפט משפר זיין די [Newton’s] טעאריע פון Gravity דורך איינשטיין׳ס טעאריע פון Relativity (וואס דאס אליין דארף מען אויך משפר זיין, וויבאלד דאס גייט נישט גוט צוזאם מיט די Standard Model כידוע), אזוי אויך אין Biology בנוגע די שוועריקייטן וואס די טעאריע פון Evolution האט פאר Macro-Evolution ווי אויך די אנדערע שוועריקייטן וואס די אנטי-עוואלושען צד צייגן, דאס טוט צייגן אז מ׳דארף א ״נאטורליכע״ טעאריע וואס גייט דאס סופערסידען/משפר זיין. (אגב, Jones האט מודה געווען און געשריבן אינ׳ם פסק אז די טעאריע האט gaps.)

(אגב, מ׳קען גאר אפשר טענה׳ן אז Intelligent Design אין Biology איז נישט אויסגעהאלטן פון ״א טעאלאגישן שטאנדפונקט״. דאס איז ווייל דאס טוט, ווי נישט, אנטראפאמארפאזירן ג-ט; יידל האט געזאגט ענליכס.)
IMG_4278.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron