לא נפלאת הוא ממך

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

לא נפלאת הוא ממך

שליחה דורך איחוד פעלד »

כמה פעמים הערט מען פין אונזערע משפיעים און מחנכים און גדולי התורה פין פריעדיגע דורות אז אונז זענען מיר גאר קליין, און אונז קענען מיר באמת נישט טוהן קיין שום מצוה בשלימות, נאר עפעס א דקה מן הדקה.

לאורך השנים האבן כמה וכמה משפיעים איינגעזעהן אז די סארט שמועסען ברענגען נישט קיין רעזולטאטען, און אנגעהויבען מיט א מהלך פין אפילו הכי, כלומר אפילו אונז זענען מיר קליין און גארנישט מיט נישט, מלא גשמיות, איז נאכאלץ אונזער מצוה חשוב, אונז קענען מיר נאכאלץ אויפטוהן גדולות ונצורות וכו'.

מיין שאלה איז, וואס איז באמת די תכלית פין די סארט דרשות אז אונז זענען מיר קליין, אונז פארשטייען מיר גארנישט, אונז האבען מיר נישט קיין השגה, און די אלע סארט ביטויים וואס וואקסען ווי די שוואמען, ווען די אמת איז אז אונז אלע זענען מיר בשר ודם, און די זעלבע פאקטישע מעשיות חזר'ן זיך איבער די לעצטע ?טויזענט יאר, די זעלבע תאוות, די זעלבע עבירות, די זעלבע מצות.

פארוואס מיינט מען עס איז א מצוה צו פארהייליגען יעדעס מעשה וואס איינער האט געטוהן מיט תירוצים אז עס איז למעלה מהשגתינו, און לאידך גיסא מאכט מען אוועק אונזערע מעשים אז אונז זענען מלא גארנישט מיט נישט? (כמו די באקאנטער סאטמערע ווערטעל, ביסט אזוי קליין ביסט אפילו נישט קיין עניו).

איז עס ווייל אהן דעם פאלט אוועק דער הנהגה? מען הערט אויף גלייבען די מנהיגים אויף יעדעס שטות?

איז עס פאר אנדערע סיבות?

העלפט מיר ארויס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר