חנוכה - צוריק צו א נארמאל לעבן

מחשבה, השקפה ועיון

חנוכה - צוריק צו א נארמאל לעבן

הודעהדורך זורח » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 5:19 pm

ב"ה

חנוכה אה די אורות די ליכטיקייטן, א שיין אין די לאנגע טונקעלע ווינטער נעכט, לאמיר מיט אפאר קורצע ווערטער זעהן וואס איז די מוסר וואס חנוכה געבט אונז איבער אזוי צווישן די שורות, די מחשבה און חיזוק וואס וועט בעז"ה בלייבן איינגעקריצט און אונזערע נשמות, לאנג דערנאך וואס די פלאמען זענען שוין פארלאשן, דערנאך וואס די דונאטס מיט לאטקעס זענען שוין פארדייעט געווארן, ווען די חנוכה מסיבות מיט די הערליכע זמירות שירות ותשבחות זענען שוין אפגעזינגען, וואס איז דאס די געדאנק וואס מיר נעמען מיט אויף ווייטער? פארן עתיד? אז מיר וועלן קוקען יעצט ווען די יו"ט קומט אריין וועלן מיר קענען ארויסנעמען אסאך מער.

חנוכה קומט אונז לערנען אז א איד'ס לעבן קומט מיט א געוויסע מדריגה פון "נארמאלקייט", א נארמאלקייט וואס ארבעט אויף א געוויסע וועג, וואס מיר וועלן שוין אויסשמועסן, און ווען דאס פעלט, פעלט פון אונזער נארמאלקייט, די סכנה איז ווען דער איד פאלט פון אט די מדריגה און ווערט באקוועם מיטן נייעם נישט-נארמאלן לעבן, ביז דאס ווערט די "נייע נארמאל", דערפאר קומט די ליכטיקייט פון חנוכה פארטרייבן די נייע-נארמאלקייט, מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך, אביסל ליכטיקייט שטופט אוועק גאר אסאך פון די טונקעלקייט, ווען א מענטש לעבט אין א אויפגעווארפענע צימער וואס איז טונקל און ער זעהט נישט וואס ס'גייט פאר ארום אים, מיינט ער אז דאס איז נארמאל, קוים צינדט מען אן די לעקטער כאפט אים אן א שרעק, אין אזא מין נארמאלקייט האב איך געלעבט ביז יעצט? שנעל שארצט ער זיך ארויף די ארבל און נעמט זיך רייניגן און מסדר זיין ביז ס'ווערט טאקע צוריק עכט נארמאל.

וועסטו דאך אוודאי פרעגן פון וואס רעדסטו דא??? הערט און שטוינט

פאר לערך 2200 יאר האט די גריכישע קעניגרייך זיך ארויסגעלאזט אויף א געיעג אריינצונעמען די באוואוינטע וועלט אונטער איר אימפעריע, מיט איר שטארקע ארמיי איז איר געלונגען איינצונעמען איין לאנד נאך די צווייטע, ווי נאר זי איז אנגעקומען אין א פרישע פלאץ, האט זי מיטגעברענגט איר נייע בארימטע גריכישע קולטור פון פילאזאפיע, אלימפוקס צו דערהייבן די פיזישע שיינקייט פונעם מענטש, פרישע טעכנאלאגיע פאר פעלד ארבייט און פאר געשעפטן, צוזאמען מיט צענדליגער אפ-געטער צו דינען, די וועלט נישט זייענדיג צו פארגעשריטן, איז געווען רייף פאר נייע אידעאלן, בליץ שנעל האבן זיי זיך אנגעקלעפט און פארשפרייט פון דארף צו דארף און פון שטאט צו שטאט, ביז אט האט די רעוואלוציע דערגרייכט ארץ יהודה די לאנד פון די אידען וואס זענען געווען פארבינדן מיט גריכלאנד נאך פון די צייטן פון אלכסנדר מוקדון, און אזוי ווי אין איעדע אנדערע לאנד, האט צוביסלעך די נייע קולטור אנגעהויבן זיך אריינכאפן ביי די יודן, ביז עס האט אפילו דערגרייכט די סאמע סמעטענע פון עם ישראל די כהנים די דערהויבענע פון פאלק, אזוי איז עס געגאנגן ווייטער און ווייטער אזש די גאנצע בית המקדש מיט די עבודה איז אנגעקומען צו א שטאפל ווי עס איז ליידער געווארן א טפל צי די גימנאזיע, אבער... די יודן זענען דאך דאך א הייליג פאלק מיט א באשעפער און א תורה, איז אזוי צוביסלעכווייז האט זיך אנגעהויבן פארמירן א קאונטער- רעוואלוציע אנטקעגן די גריכן, עס האט זיך אנגעהויבן א שטיקל ווידערשטאנד פון די יודן וואס האבן זיך געהאלטן שטארק, יון האט דאס דערשמעקט און תיכף צוריקגענטפערט מיט א גאנצע רייע גזירות רעות, כשעמדו מלכות יון הרשעה על עמך ישראל להשכיחם תורתיך וכו', ביז די הייפעלע חשמונאים האט אנגעהויבן א דרייסטע רעוואלט מיט הייסע תפלה און געווער, מסירות נפש און שטאלץ, אן א פחד און מורא, ארויס קעמפן העלדיש, און נאך מלחמה און מלחמה האבן זיי ענדליך באזיגט די סטאטוס-קווא און צוריק באנייעט די עבודת בית המקדש מיט גרויס פרייד און שטאלץ.

אוודאי פארשטייט דאך איעדער אז ווען די גזירות זענען פארגעקומען איז געווען א גרויסע פראבלעם, ס'איז פארגעקומען גזירות שמד, מען האט נישט געלאזט האלטן שבת, ראש חודש, ברית מילה, טהרת המשפחה, וכו' אבער לאמיר פארשטיין וואס איז געווען די עיקר פראבלעם נאך פאר די גזירות, פאר די ערליכע יודן, פאר די חשמונאים זענען געקומען מיט א מלחמה פאר זעלבסשטענדיגקייט? וועם האט געשטערט אז מען איז זיך מתיוון? אז מ'ווערט אביסל פארגריכישט? הלמאי מ'איז דען עובר אויף איסורי דאורייתא? ווערט מען אביסל מאדערן איז וואס? פאר דעם דארף מען זיך מיט גאנץ עם ישראל אריינלייגן אין א זיכערע סכנה, אנרייצן די יונים? מען זעהט דאך טאקע אז צום אנפאנג איז עס גאר ערגער געווארן? איז אויב אזוי מאי כל הרעש?

די צרה איז געווען איין זאך, די יודן האבן אנגענומען אויף זיך א נייע נארמאלקייט! אוודאי און אנפאנג האט עס וויי געטוען און אנפאנג ס'האט געבאדערט און געריסן ביים הארץ, אבער צוביסלעך דורכאויס די טעג איז עס געווארן נארמאל אז כהנים טוען צופרי די עבודה, און נאכמיטאג גייט מען זינגען פאר איינע פון די הונדערטער גריכישע אפ-געטער, ס'איז געווארן נארמאל אז מען איז נישט מקריב די תמיד, ס'איז געווארן נארמאל אז מען האט אויפגעשטעלט געטשקעס אינעם היכל, ס'איז געווארן נארמאל אז דער עם הנבחר האט אויפגעהערט צו שטרעבן פאר העכערס נאר אנגעהויבן שטרעבן פאר נידריגע גופניותדיגע הנאות, ס'איז געווארן נארמאל אז דער הייליגער כהן גדול איז געווארן זייערס א מענטש וואס פרעדיגט די נייע קולטור, ס'איז געווארן נארמאל אז עם ישראל איז נישט זעלבסשטענדיג מיט איר אייגענע לאנד און מיליטער נאר אז מ'צאלט שטייערן פאר די הויפטשטאט אתונא, ס'איז געווארן נארמאל אז עם ישראל האט פארלוירן איר כבוד פראכט און שטאלץ, נאר געווארן א חלק פון א פאלק וואס ליגט מיט די גאנצע האב און מוח אין מאטיריאליזם, ס'איז געווארן נארמאל אז אנשטאטס דעם וואס די שאיפה די ציעונג און די ווילן פון א יוד'ס לעבן זאל זיין און רוחניות צו שטרעבן פאר העכערס פאר א קשר מיטן בורא עולם , צו פילן שטענדיג זיין שכינה, צו זיין ארומגענומען מיט זיין ליכטיקייט צו שטרעבן פאר נבואה, האט מען אנשטאט אנגעהויבן טראכטן אגאנצן טאג וויאזוי קען מען בעסער מאכן טעכנאלאגיע, וויאזוי קען מען פארדינען מער געלט, וויאזוי קען מען בויען א שענערע הויז, וויאזוי קען מען האבן איעדע לעצטע מאדע, איעדע מין סטייל פון מוזיק, מאלעריי, די בעסטע וויין און די בעסטע שניט פון סטעיק, ס'איז געווארן נארמאל אז מען לעבט סתם אזוי מיט אזא כלומרשטע ברוך ה' יום יום, א מין געמאכט יודישקייט, ווען אבער טיף אינעם הארץ איז ליידיג אן קיין שום פלאן פון שטייגן העכער און העכער, ס'איז געווארן נארמאל צו לערנען פיליזאפיע אזא מין סטייל לערנען וואס ס'ברענגט נישט דעם מענטש און ערגעץ, מער איידלט נישט דאס לערנען אויס דעם מענטש מער ברענגט דאס אים נישט צו מידות טובות און צו טראכטן וויאזוי צו העלפן א צווייטן, ס'איז געווארן נארמאל אז דאס יודישע פאלק איז צוטיילט אויף הונדערטער טויזענטער גרופעס איעדער מיט זיינע אייגענע מוסדות זיינע אייגענע גדולים, מיט קנאה און שנאה ווערט עס טרעט אויף מיינע הינער אויגן אוי אוי וועל איך אים ווייזן, פלוצלינג גייט מען שוין מער נישט ארויף אלע צוזאמען קיין ירושלים עולה רגל זיין, נאר איעדער ארבייט מיט גרויס פלייס אז זיינע מוסדות און נאר זיינע, זאלן זיין די נייע שטאלץ פון כלל ישראל, ס'איז געווארן נארמאל אז מ'וואוינט נישט אלע יודן צוזאמען אין ארץ ישראל מיט א סנהדרין מיט א בית המקדש, מיט א השראת השכינה ווי ס'קומט פאר א עם הנבחר, מיר האבן פארגעסן אז מיר דארפן געבן פאר די וועלט, אין נישט ווערן נעמערס, די נייע נארמאלקייט איז געווען אלעס אבער נארמאל נישט, ביז די חשמונאים האבן אויפגעהויבן זייער געווער מיטן הייליגן פאן שרייענדיג מי לה' אלי מי כמוכה באלים ה' און אויסגערופן בחוצות ירושלים און צווישן די בערג פון מודיעין און גליל, אז ניין דאס יעצטיגע סטייל לעבן איז נישט נארמאל, ס'איז חושך יון א טונקעלקייט פון יון, מיט גרויס איבערגעגעבענקייט האבן זיי מקריב געווען זייער לעבן און די לעבן פון זייערע משפחות כדי צוריקצוברענגען די ארגעניאלע נארמאלקייט פון א יודיש לעבן, א לעבן פון העכערקייט פון זעלבסשטענדיקייט פון עבודת ה' פון ליבשאפט פון תורה און אמת'ע חכמה, פון דערהויבענע תפלה און עבודה און בית המקדש סיי אין דערהיים און סיי אין פעלד.

דאס קומט די חנוכה לעכט אונז פארציילן שטילערהייט, אן א ווערטער שרייט עס ארויס אויף די גאסן, צושפרייט עס אירע שטראלן פון אלט-נייע נארמאלקייט, ס'רופט אונז צוריק אהיים קיין ארץ ישראל, צוריק צו ווערן שטאלצע יודן, וואס פירן זיך על פי דרך התורה והמסורה, צוריק אנצינדן אונזערע דעסטאנאציע פון זיין אן עם הנבחר, א פאלק מיט א שליחות, צו זיין א ממלכת כהנים וגוי קדוש, א הייליג פאלק, אן אור לגוים, א לייכט-טורעם פאר די גאנצע וועלט, צוריק אויפבויען די בית המקדש, צוריק גיין צו אונזער דרך החיים, צוריק מקיים זיין אלע תרי"ג מצות, צוריק ברענגן נבואה, טהרה, מיט העכערע צילן, מיט העכערע אידעאלן, מער נישט זיין צוטיילט און צוביילט מיט קליין קעפיגע שנאת חנם, מער נישט זוכן צו בויען נאך עפעס א קליין שולכל אדער האבן נאך אביסל כבוד, נאך אביסל געלט, נאך אביסל לוקסוס, ניין נאר העכערס, נאר מוחין דגדלות, צו ברענגן און פארשפרייטן השי"ת שכינה אויף איעדען ווינקל פון דעם פלאנעט, אזוי ווי השי"ת האט ארגעניאל געוואלט און וויל מיר זאלן טוען, מער נישט דערנידערט מיט א פאלשע גלות'דיגע נייע נארמאלקייט.

לאמיר אריינטראכטן און אונזער לעבן סיי און אונזער פריוואטען לעבן סיי אינעם כלליותדיגן לעבן פון עם ישראל, צו טוען וואס מיר קענען צוריקצוגיין צו א נארמאלען לעבן, א פרייליכע לעבן מיט העכערקייט, ווען מיר וועלן דאס טוען וועלן מיר קענען זינגען מיט פרייד הלל השלם די גאנצע הלל פאר אכט טעג און דערנאך אויף ווייטער און אויפהער, די ענד רעזולטאט וועט זיין ולך עשית שם גדול וקדוש בעולמך ולעמך ישראל עשית תשועה גדולה ופורקן כהיום הזה דעם באשעפער'ס נאמען וועט צוריק גרויס ווערן אויף דער וועלט, עם ישראל וועט צוזאמען מיט גרויס פרייד צוקוקען ווי דער כהן גדול ציענדט אן די מנורה אויפן הר הבית אינעם נייעם הערליכן היכל, מיט די פול ארקעסטרא פון די לוים ווען אלע הייליגע כהנים און נביאים זינגען מיט א זיסקייט אז אפילו א קליין פיצל קינד וועט שפירן די שכינה, די פלאם וועט ברענען נישט נאר פאר אכט טעג נאר פאר אלע דורות לעולמי עד.
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: 1111 און איין גאסט