איזהו חכם?

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך נהורא נפישא » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:51 pm

ד.מ. און אנדערע ווערטער, האלסט אז ע"פ שכל (מאראל, ווירדע) איז דא אן התחייבות מכבד צוזיין אין הארצן חכמה, און דאס איז נאך ביפאר וואס דו ווייסט וויאזוי מגדיר צוזיין חכמה, יעצט היות דו האלסט אז מ'דארף מכבד זיין חכמה, ווילסטו דערגיין די הגדרה דערפון, ריכטיג ?
אפשר איז דא א וועג דאס פושט צוזיין מיטן מברר זיין די מקור ההתחייבות און זען וויפיל די התחייבות דעקט ?
כשלעצמי בין איך אויך מכבד חכמה ע"פ מיין התפעלות נישט מצד איזה התחייבות, ממילא איז די הגדרה פון חכמה ביי מיר נישט משנה, מ'קען עס רופן מיט אנדערע נעמען.
(דרך אגב אין הלכה איז דא ברכות וואס מ'מאכט אויף א חכם מופלג, א באזונדער ברכה פאר א אידישן חכם און א גויאישן חכם, זאגן די פוסקים אז דוקא א גוי וואס איז מופלג בשבע חכמות, אבער א חכם בדתם מאכט מען נישט, קען זיין וויל די אידישע הלכה טוט נישט אנערקענען חכמה אין דתות אחרות, אדער קען זיין אז את"ל ער ווערט פאררעכענט פאר א חכם איז נישט אבער פאסיג צו לויבן אויף דעם)
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 11:47 pm

איך זע אז לעיקוואוד באפאסט זיך שטארק מיט וואס מענטשן מיינען ווען זיי זאגן חכמה. לדעתי איז דאס נישט אזא גוטע הגדרה, ווייל מענטשן זאגן אסאך זאכן וואס זיי מיינען נישט. פארהאן מענטשן וואס זאגן אז ס'איז א חשוב'ער צו זיין א נאר און גלייבן ווי צו זיין א חכם, אבער למעשה שעצן זיי אויך חכמה. מען דארף האבן א טיפערע הגדרה דערויף, און נישט סתם ווייל מענטשן מיינען געוויסע זאכן ווען זיי רעדן פון חכמה מיינט שוין אז דאס איז א ריכטיגע הגדרה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7966 מאל

הודעהדורך הערשי » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:27 am

לעיקוואד האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:הלומד מכל אדם
שנאמר מכל מלמדי השכלתי כי עדותיך שיחה לי
(אבות פ"ד משנה א)

שכויעח פארן מעתיק זיין א משנה, האסט נאך עפעס וואס צוצולייגען? דאס איז נישט קיין חכמה..



איך האב וואס צוצולייגן.
אפילו א טעאריע וואס מען האט שוין מאמת געווען מיט ריאות ברורות איז שייך אפצופרעגן ווען שפעטערע ידיעות קומען ארויס. אזוי איז געווען מיט ניוטאנ'ס טעאריעס וועלכע רעלאטיוויטעט האט אפגעוואנדן. קומט אויס אז אמת ושקר זענען אלס רעלאטיוו צו היינטיגע ידיעות און קיינמאל נישט בהחלט. אויב חכמה און סכלות זענען תלוי אין אמת ושקר, קומט אויס, אז א חכמה וסכלות זענען אויך קיינמאל נישט בהחלט.
די משנה איז מדדיר חכם אלס איינער וועלכער באגענוגט זיך נישט מיט די שיטה וואס שטימט דאס בעסטע, נאר זוכט אויס קאנקורירנדע טעאריעס. דאס הייסט א לומד מכל אדם. וויבאלד אזא איינער איז קונה די מערסטע שיטות אין אן ענין, איז ער דער גרעסטער חכם, ווייל וויאזוי דער אמת אין סוף זאל זיין איז ער יותר קרוב אליה.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 965 מאל

הודעהדורך הערשי » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:41 am

לגופו של ענין נ"ל פשוט, א חכם איז מי שמכין לבו להשכיל בדברים. ער פרעגט פארוואס, נישט נאר וואס. צו ער קומט אליינס אויף מיט ענטפערס, אדער שומע מפי חכם אחר, צו די ענטפערס זענען אמת אדער נישט. לעומת זה, א סכל פאראינטערסירט אים נאר דאס וואס איז נוגע למעשה.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 965 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:40 am

די פארוואס פונעם חכם איז דען נישט אויף למעשה?
דער סכל פאראינטערסירט זוך אויף די מיניטגע למעשה, משא"כ דער חכם וועט פרעגען פארוואס, אפי' יעצט איז דאס נישט נוגע, אבער ער האלט עס וועט מאכן א נפק"מ ערגעץ ווען.
ריכטיג,?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3776
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1857 מאל

הודעהדורך chusid » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 3:03 am

נולד מאוחר האט געשריבן:די פארוואס פונעם חכם איז דען נישט אויף למעשה?
דער סכל פאראינטערסירט זוך אויף די מיניטגע למעשה, משא"כ דער חכם וועט פרעגען פארוואס, אפי' יעצט איז דאס נישט נוגע, אבער ער האלט עס וועט מאכן א נפק"מ ערגעץ ווען.
ריכטיג,?

איז חכמה א "נאטור" אדער א טאלאנט? אשכנזישע יודן פרעגן מער "פארוואס"? ס'איז כשרון וואס איז דא אפילו ווען מען נוצט עס נישט

וויסנשאפט איז צו קלוגשאפט וואס נומערן זענען צו מאטעמאטיק. (מתוך משלי יאיר)
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 3:18 am

@יאיר, נהורא נפישא

כ'אהאב פראבירט מסביר זיין פארוואס איך הייב אן פון וואס מענטשען מיינען. נישט ווייל עס איז דא אנצוקומען וואס מענטשען מיינען טאקע קלארער, וויבאלד זיי מיינען נישט קלארער, ווי אלע זענען דא מודה, זיי ווייסען אליינס נישט. און איז הפנים זייער שווער אנצצוקומען וואס מענטשען מיינען טאקע, אויב מיינען זיי עפעס בכלל. אבער די בירור רעדט נאר צו דער וואס מיינט טאקע, און הערט, זאל ער קלערער מאכען פאר זיך און פאר די שומעים נימוקו זאלן זיי טאקע אנהייבען מיינען קלארער. דער וועג וועס מען טוהט דאס איז צומאל דורך סתם מעלה זיין הגדרות מדויקות, ביז אויף איינס וועסטו זאגען יא טאקע דאס הערט זיך ווי די ריכטיגע חכמה, און דורך קלארער מאכען שכל'דיג מיט פארשידענע סברות.

די סיבה פארוואס איך הייב אן פון דעם איז ווייל איך ווייס נישט פון וואו אנדערש קען מען אנפאנגען. ווען מען רעדט פון ווירדען אדער סיי וועלכער נישט פיזישער דיון האב איך נישט קיין data פון וואו אנצוהייבען מיינע חקירות נאר פון די הנחות וואס איך האב שוין. די חקירה וועט נישט אויפדעקן נייע דאטא עס קען נאר קלאר מאכען וואס איך האב שוין. אבער כאמור, נישט אויפדעקן עפעס וואס איך האב שוין געמיינט פון פריער, נאר מיר ווייזען פון דאס וואס איך מיין שוין

א שכלדיגע/מאראלישע התחייבות איני יודע מה זה. איך ווייס טאקע נאר די הנחות וואס איך האב שוין, און טאקע דארט גיי איך מברר זיין און לערנען וואס איז דער תוקף פון דער הנחה און הערכה. טאמער וואלט געווען עפעס א ספר וואס דארט איז דער מקור פון אלע מוסרים, וואלט מען געקענט זאגען גיי קוק נאך דער ספר ביי דער פסוק וואס איז משבח חכמה און זיי מברר טעקסטואליש וואס פונקט מיינט ער. (ווען עס איז דא אזא ספר העלפט עס מיר גראדע נישט ואכ"מ), וויבאלד דער ספר איז נאר וואס איך מיין, קוק איך טאקע דארט.

אז דו זאגסט דיין התפעלות איז סתם התפעלות און עס איז נישט קיין חילוק וועלכער נאמען מען רופט עס דרייסטו זיך בכלל נישט ארויס פון דער צורך קלאר צו מאכען פאר זיך און פאר אנדערע וואס איז דאס פונקט פון וואס דו ווערסט נתפעל און די מסקנה פון דעם. דו באהאלטסט זיך אונטער דער פראז אז דו זאלסט נישט דארפן קלארער מאכען וואס דו טראכסט בשעת איך זעה נישט וואס דאס העלפט בכלל. דער התפעלות איז דאך נישט דומה צו סתם משנה הבריות, (אויב ביסטו מסכים דערצו, מ'קען דאס אויפווייזען), נאר טראגט טאקע אין זיך א משיכה צו גיין און זיין קלוג, און א זלזול אין דער וואס איז להיפך א טיפש, נו אויב וויל איך גיין טאקע מיט די התפעלות דארף איך טאקע קלאר זיין פון וואס איך בין נתפעל, טאמער זאל איך דאס מפרש זיין נישט ריכטיג למשל און מכוח דעם וועל איך נאכלויפען עפעס וואס נישט דאס האב איך געמיינט, נישט קיין חילוק וויאזוי עס הייסט אין דיקשינערי, וועל איך שפעטער זיין דיסעפוינטעד שלא הגעתי למטרתי.

עס איז אביסעל מטעה דער סארט בירור וואס איך פראביר דא צו טוהן, דאס וואס איך הייב אן פון די הנחות וואס איך האב מאכט עס אויסקוקען ווי עס איז א בירור עובדתי וואס איך מיין, בשעת עס איז לגמרי א בירור שכלי וואס זענען פונקט די מסקנות וואס קומען ארויס פון די הנחות און ווייזען אז טאמער קומט ארויס נישט א ריכטיגע זאך אדער א סתירה דארף מען חוזר זיין פון די הנחה. לפי הבנתי איז דאס די איינציגסטע וועג וויאזוי מען איז דן אין א שום פילאזאפישע זאך. אדרבה טאמער ווייסט איר א צווייטער וועג פארציילט מיר.

@נולד מאוחר
ניין. דער חכם זוכט נישט אויפטוהן אויף למעשה, נישט היינט און נישט לאחר זמן, ער זוכט צו פארשטיין. דו קענסט זאגען אז דאס איז ביטול זמן או דאס נישט רעספעקטירען, אבער די חכמים אויף וואס רוב הסברים וואס מיר ווייסען וועגן די וועלט היינט, פון אריסטו ביז איינשטיין, האבען מתאר געווען זייער דראנג אויף צו פארשטיין פארוואס, און נישט סתם מאכען עפעס געשמאקער למעשה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 3:43 am

(די ברכת הראיה וואס מ'מאכט שחלק מחכמתו איז לכאורה ענליך צו משנה הבריות און אנדערע ברכות הראיה וואס דאס מאכט מען טאקע משבח זיין את הבורא אויף א התפעלות פון א חכם יוצא מגדר הרגיל, און האט נישט מיט די ערך פון חכמה וואס איז אפשר נאר הלומד מכל אדם און האט נישט מיט'ן זיין קלוגער פון א צווייטען, אדער אויב אלע וואלטען געווען די זעלבע חכמים וואלט מען נישט אגאנצע טאג געמאכט די ברכה און דאך וואלט די חכמה געבליבען א גוטע זאך. ויש לעיין בזה).
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 5:13 am

דער דוגמא פון קאך לעפל שהתחלנו בה איז גענוג א משל צו ווייזען אז עס האט יא א מקום מסביר זיין פאר א מענטש וואס ער מיינט בעסער און ממילא איז ער זיך טועה, און עס איז נישט אלץ א שאלה פון סעמאנטיקס אדער פסיכאלאגיע.

קאך לעפל זאגט "קריסטען זענען טיפשים וויבאלד זיי גלייבען אין א זאך וואס איז שקר". איך זאג, "יא, אבער אפילו אז עס איז שקר מאכט עס זיי נישט פאר קיין טיפשים". רוב ליינער פארשטיין אז דאס איז א פארשטענדליכע דעבאטע. און מען קען ווען משכנע זיין קאך לעפל אז טיפשים איז טאקע נישט די ריכטיגע תואר פאר קריסטען. לויט נהורא נפישא אבער, האט דאס וויכוח נישט קיין מקום. בסך הכל דארף איך ציען א מסקנה אז די דעפינישין פון חכמה לויט מיסטער ק"ל איז אז מען דארף האלטען א אמתע זאך, בשעת וואס איך מיין אן אנדערע דעפיניציע. אדער אז זיין פסיכאלאגיע מאכט עם מעריך זיין נאר א אידישער חכם און קלערן א קריסטליכער אלץ א טיפש. די פאקט איז אבער אלע פארשטיין אז מען קען גאנץ גוט זאגען פאר מיסטער ק"ל לאמיר צונעמען וואס דו זאגסט, דו ביזט מזלזל אין נוצרים אז זיי זענען טיפשים, נו וואס מיינסטו מיט דעם וואס דו טראכטסט אז טיפשות איז נישט גוט, דו מיינסט דאך בהכרח אזוי און אזוי, נו לויט דעם האסטו א טעות געהאט ווען דו רופסט נוצרים טיפשים וויבאלד זיי שטימען נישט מיט די דעפיניציע פון טפשות וואס דו אליינס האלטסט. יעצט אוודאי פריער איז עם נישט קלאר געווען וואס ער רופט טיפשים, והא ראיה ער האט גערופען נוצרים טיפשים. אבער יעצט דורך מיינע הוכחות איז עם קלאר געווארען און ער פארשטייט טאקע אז זיי זענען נישט טיפשים והרווחנו גם שנתברר וואס איז ביי עם חכמה מיט טיפשות מה שלא ידע מקודם.

(כל זה בהנחה אז דאס איז טאקע קאך לעפל'ס פאזיציע, איך נוץ עס נאר אלץ א משל נישט משנה וואס ער האט אפשר אנדערש געמיינט)
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 9:18 am

או יאמר א חכם איז דער וואס האט א thrive פאר חכמה, (בחז"ל רופט מען אים א 'תלמיד' חכם ווייל זיין עיקר חשיבות איז זיין תלמיד סטאטוס) און ווי דניאל זאגט יהיב חכמה לחכימין חכמה גייט נאר פאר'ן חכם פאר דער וואס איז מעריך חכמה און גליסט חכמה און ווי דער חזון איש שרייבט אויף א פלאץ אז אן קיין כמיהה און צמאון איז נישט שייך דער זיווג פונעם חכם מיט חכמה, והכל לפי גודל התשוקה. ובזה ניחא האהלומד מכל אדם בפשטות.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6793 מאל

הודעהדורך chusid » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:55 pm

לויט ענקערע טערמינען קומט לכאורה אויס אז עס קען זיין גאר א שוואכע קאפ א חכם, און גאר א שטארקע קאפ א נער, קארעקט?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:58 pm

@כוכב, מ'דארף אבער מסביר זיין וואס דאס איז דער חכמה וואס ער גליסט נאך. ממילא קומט מען לכאורה צוריק צו הערשי'ס הגדרה (שיסודותו בהררי קודש ואכ"מ) אז א חכם איז דער וואס זוכט פארשטיין פארוואס. דהיינו דער ביקוש החכמה שבהגדרתך און דער זוכען פארוואס איז די זעלבע זאך. ער פרעגט פארוואס דהיינו ער וויל וויסען און פארשטיין.
קען אויך זיין דער וואס גליסט בכלל צו פארשטיין און קענען מער זאכען, נייגעריגקייט?

יא @חסיד, א גוטע קאפ איז אוודאי א כלי וואס העלפט צו איינער זאל קונה זיין חכמה, אבער עס איז נישט די הגדרה פון חכמה וואס מיר רעדן. (אחוץ ערגעץ אין נהורא'ס דיקשינערי..)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לעיקוואד אום מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:59 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:58 pm

לעיקוואד, איך ווייס נישט וויפיל איך קריג זיך מיט דיר אין געדאנק, איך מיין ס'איז הא גופא על פי רוב סעמענטיקס, אבער לגבי קאכלעפל וואלט איך געזאגט אז ער איז ראנג וויבאלד זיין דעפעניציע פון חכמה און טפשות וואס אימער ס'זאל זיין איז בהכרח ראנג, וויבאלד עס איז איינזייטיג און סתירות'דיג, ער איז מייחס חכמה צו יהדות און טפשות צו נצרות באזירט אויף הנחות קדומות און נגיעות, ד.מ. גענוי די זעלבע זאך טאמער זעהט ער עס אין תנ"ך איז עס חכמה אין ברית החדשה טפשות, איז ווען ער זאגט נישט אויס דעם טעם פארוואס ער איז מייחס טפשות צו נצרות וואלט איך געקענט שפעקולירן וואס זיינע סברות זענען, אבער יעצט אז ער זאגט למשל אז די ברית החדשה לדוגמא איז פול מיט סתירות, ווען מ'קען מאכן די זעלבע קעיס לגבי תנ"ך, נאר ביי תנ"ך האט ער אפגעמאכט אז ס'איז נישט קיין סתירות נישט בזכות עצמם נאר וויבאלד ער זעט אז ס'שטייט אויפן בלאט תנ"ך, מאך אים נאר א בלינדע פארהער וועט ער ביג טיים דורכפאלן, און פארדעם איז ביי מיר די גאנצע שמועס א פסיכלאגישע, ווייל וויפיל מאל באטראכטן מענטשן חכמה פארקערט פון זייער אייגן אויבנאויפעדיגע דעפעניציעס, צום ביישפיל זיי וועלן נישט מחשיב יענעם פאר א חכם ווייל ס'געפעלט אים נישט זיין לעצטע נאמען, ווייל ס'געפעלט אים נישט זיין אויסזעהן, זיין חיתוך הדיבור, צוקריגט מיט זיין משפחה, צו קנאה, וכדומה אזוי פול נגיעות'ן וואס זענען אלס דא, אט די סתירות'ן איז כדאי קלארצושטעלן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:01 pm

דער חלק האט מיט וואס כהאב געשריבען צו'ם סוף אז קאכלעפל מיינט נישט פונקט דאס וואס איך האב מייחס געווען צו עם. איך האב אריינגעלייגט אין עם אז ביי עם איז די מושג חכמה מחייב עס זאל זיין אן אמת'ער חכמה, און לויט דעם געמאכט דער גאנצער חקירה. קען טאקע זיין לכתחילה לא זו כוונתו און עס זענען דא אנדערע פראבלעמן מיט וואס ער זאגט, איז דאס נאר א משל מדגים זיין מיין נקודה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:04 pm

chusid האט געשריבן:לויט ענקערע טערמינען קומט לכאורה אויס אז עס קען זיין גאר א שוואכע קאפ א חכם, און גאר א שטארקע קאפ א נער, קארעקט?

וויי פאר איינער וואס איז א טיפש און האט אן אייזערנעם קאפ אזא איינער איז א רעכטער צודרייטער
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:06 pm

איך מיין אז על פי רוב זענען מענטשען אומקלאר אסאך מער אין דער עצם מושג וואס זיי זאגען ווי אין די פארשידענע נגיעות וואס זענען זיי מטה. און ווען זיי וואלטן קלאר געמאכט מער וואס זיי זאגען בעצם וואלטן די נגיעות זיי פיל קלארער געווען. די סיבה פארוואס עס איז אזוי גרינג זיך צו פארדרייען מיט נגיעות איז ווייל עס איז אומקלאר לכתחילה וואס ער זאגט. איינער וואס חכם מיינט ביי עם עפעס אזא פאזי שבח וועט אסאך גרינגער פאלן צו קאטאגאראזירען איינער אלץ חכם וויבאלד ער האט שיינע האר ווי דער וואס איז קלאר וואס דער מעלת החכמה איז ביי עם.

כ'בין נישט זיכער וואס הייסט ביי דיר סעמאנטיש, כ'מיין אז דאס גופט איז סתם א סעמאנטיש וויכוח..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך chusid » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:08 pm

איך פארשטיי אז די חכמה פון וואס דו רעדסט מיינט נישט א גוטע קאפ, אבער לויט ווי עטץ לייגטס עס אראפ האט עס גארנישט מיט דעם. אזוי ווי די מגיד שיעורים פלעגן זאגן "מ'דארף נאר וועלן"....
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:10 pm

מ'דארף טאקע וועלן, עס מיינט אבער נישט אז עס איז גענוג צו וועלן.. איינער מיט נישט גענוג א גוטע קאפ וועט למעשה זיין מוגבל אין ווי קלוג ער וועט קענען זיין. פונקט ווי מקען וועלען לויפען ווי גוט מוויל און מדארף ווייטער געזונטע פיס..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:12 pm

ס'איז א האן און איי פראגע, איך מיין אבער אז די גאנצע אומקלארקייט וואס הערשט ביי מענטשן שטאמט גאר פון פרעזענליכע נגיעות'ר אויף טריט און שריט פון וואס למשל זיי כאפן התפעלות וכדומה, ממילא אז ס'נישט דא קיין קלארקייט אין געדאנק כ"ש שפראך.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

הודעהדורך chusid » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:14 pm

in english their are 3 different words for it with different definitions, smart-intelligent-bright' you mean intelligent , correct? i
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:14 pm

נהורא,
האלטסט אז בעצם זענען אלע מענטשען לכתחילה געבוירען אזוי קלוג און קלאר וואס זיי טראכטען ווי שלמה המלך נאר דער שוחד וכו' פארדרייט זיי? מיר זעהט אויס אז רוב מענטשען האבען אסאך צו לערנען אויף אנצוקומען לכתחילה צו עפעס א קלארקייט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:19 pm

ניין, נאר די אנכיות איז איינגעווארצלט אין די מדע קומט דערויף פון דרויסן ממילא וויפיל די לערנסט האסטו א בלאקעדזש ווייל ס'דארף דורכגיין דיין אנכיות, ביז דו קומסט אן צולערנען איבער נגיעות זעלבסט וואס דעמאלטס הויבסטו אן מאכן סדר, אבער איך גלויב נישט אין די מעגליכקייט פון זיך אינגאנצן משחרר זיין.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:23 pm

די נפקא מינה קומט אויס אז לויט וואס איך האב געטענה'ט איז צו לערנען קלאר מאכען טענות א גוטע וועג אויף קלאר צו ווערן און מאכען ווייניגער מקום פאר נגיעות, בשעת לדידך ווילאנג א מענטש וועט נישט זיין די שכל אליינס וועט אלעס זיין מיט נגיעות. דאס קומט אבער אן כדבריך אין סתם א לאפ אז אלעס איז נגיעות און ממילא איז נישט משנה.

לכאורה קען מען ווייזען אז ווען ממוז קלארער מגדיר זיין וואס מזאגט פאלט ממילא אראפ אסאך נגיעות אפילו אן דער מענטש זאל ווערן אויס מענטש. למשל אין מאטעמאטיק איז דא ווייניגער טעותים מחמת נגיעות ווי אין ארט-קריטיק, און אין געזעץ ווייניגער ווי אין הערכת הנגינה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:26 pm

chusid האט געשריבן:in english their are 3 different words for it with different definitions, smart-intelligent-bright' you mean intelligent , correct? i

כ'ווייס נישט פונקט וויאזוי דו דעפינירסט די ענגלישע ווערטער. אבער יא לכאורה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:28 pm

אוודאי איז דא אסאך וועגן וויאזוי מסלק צוזיין נגיעות, און אוודאי איז נגיעות משנה ווייל נגיעות שטערן מיר.
נגיעות וואס איך בין נישט מודע צו איר קען דאך מיר נישט שטערן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron