איך בין גאט'ס גלייכן

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4249
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3628 מאל

איך בין גאט'ס גלייכן

שליחה דורך טאמבל סאס »

אין א ווארעמע זומער טאג הער איך א קלאפ אין טיר. ווען איך בין צוגעגאנגען צו קוקן ווער עס קלאפט ביים טיר האט זיך מיר דורכן טיר קוק-לעכל באוויזן צוויי שיינע הדרת פענימער, פאטריאכאלישער געשטאלטן, איך באמערק אבער עפעס מאדנע מיט די קליידונג וואס זיי טראגן, עס איז נישט די געווענליכע קאליר. פארוואס גייען זיי באקליידעט מיט לאנגע שווארצע בגדים? און די היטן, זענען אויך גאר מאדנע, אנדערש ווי געווענליך. שפיציג און הויעך. אהה, כאפ איך מיר ביים קאפ. די זענען גלחים... אבער רבש"ע, וואס זוכן גלחים ביי מיר אינדערהיים? נו, לאמיך נישט מאכן קיין חילול השם. מ'קען דאך זען א מזוזה אויף מיין טיר.

"שלום עליכם א איד...א גוי..," כאפ איך מיר שנעל ביים צונג. איך עפן איך אויף דעם טויער מיט א געמאכטע ברייטהארציגקייט, "ביטע קומט אריין און מאכט אייך היימיש."

איך פיר זיין אריין אין סאלאן און ווייז זיי אן דעם טיש וואו זיך באקוועם צו מאכן. זיי באדאנקען זיך הערצליך און פלאצירן זייערע גרויסע רעליגעיזע ביכער אויפ'ן טיש, בשעת איך גיי אריין אין קיך אנגרייטן א ווארעמע טיי מיט מזונות צו מכבד זיין די געסט.

אריינברענגענדיג די קוכן, הויב איך אן דעם שמועס, ווענדענדיג זיך צום עלטערן, "וואס מאכט איר עפעס? צו וואס האב איך די זכיה אז איר קומט וויזיטן צו מיר אין שטוב?" פרעג איך זיי אויף א דירעקטן אופן. עס איז מיר אינגאנצן נישט באקוועם געווען צו דארפן זיצן אנטקעגן דעם גרויסן קרייץ אויף זייערע העלדזער.

"געלויבט איז גאט," ענטפערן די צוויי, "גאט זאל העלפן אויף ווייטער."

וועלכער גאט רעדן זיי פון, לאך איך צו מיר אין הארץ. ביי מיר איז יאשקעלע נישט קיין גאט און נישט גאט'ס א זוהן.

דער עלטערער זעצט פאר, "די סיבה פארוואס מיר האבן היינט צו אייך אריינגעקלאפט איז ווייל איר זענט אויסגעקליבן געווארן מיט גאט'ס הילף, בסייעתא ד'יאשקעלע, צו הערן פון אונז דעם דבר השם און נאכדעם איבערצייגט ווערן אויף די אמת'דיגקייט פון אונזער רעליגיע און קומען צום הכרה צו אנערקענען אין דזשיזעס קרייסט אלס דיין גאט און סעוויער."

די בלוט איז מיר תיכף ארויף אין קאפ. א מין חוצפה.

קומען צו מיר, עמי בבית, צוויי גלחים און פרובירן מיך איינצורעדן איך זאל גלויבן אין זייערע באבקעס אז דער אותו האיש איז גאט, אז ער איז דער מעכטיגסטער און שטארקסטער פון אלע קעניגן, אלצדינג באשאפן און לעבט אויף אייביג? פוי פוי. איך וועל אייביג גלייבן אין דעם איין איינציגסטן גאט, השם יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.

דער עלטערער האט ווייטער גערעדט מיט פלאם, זיינע פעשע באקן האבן פלייסיג געדבר'ט, באוועגענדיג זיין טאנצעדיגע בארד אין אלע ריכטונגען ווען צו די זעלבע צייט מערקט ער גארנישט די אויפברויז וואס זידט אין מיר וועלכער ווערט וואס א מינוט אלץ הייסער און רוישיגער. זיין אנגעפאשעטע געזיכט האט אזוי געלויכטן און געגלאנצט אז מיינע האנט פלאכן זענען שוין אויפ'ן וועג געווען אריינצושיקן אהין א קלונגעדיגע פרצופ'דיגע פראסק וואס זאל דעם גלח'ס פעטע קערפער שיקן א שאק כוואליע און אים ארויסטרייבן פון פענצטער, גראד אריין אינעם גארביטש קאנע אינדרויסן פון מיין הויז. אין די לעצטע רגע האב איך מיר פארהאלטן און אנשטאט איינגעזען אז אויב שפיהל איך עס קלוג, לוינט זיך איידער מיט שיינעם זיי מסדר צו זיין, אזוי וועלן זיי וויסן מהיום והלאה מער אפילו נישט צו פרובן מיט אידישע הויז.

דער גלח איז ממשיך צו רעדן איבער די מעכטיגקייט פון זיין גאט און פארוואס איך זאל אנהויבן גלויבן אין אים. אונזער קריסטליכע גאט האט אלעס אין די וועלט באשאפן, ער איז אלמעכטיג, דער שטארקסטער פון אלע קעניגן און הערשאפטן. גארנישט איז פאר אים נישט פארהוילן און ער איז אומשטאנד אלצדינג צו טאן. און נישט ווי דער אידישער גאט האט ער יעדעם ליב און איז אלעמאל מוחל אזוי לאנג ווי מען אנערקענט אין אים בעפאר עס איז שוין צו שפעט.

איך ערלויב אים צו פארענדיגן זיין פייערדיגע רעדע און מיט א רוהיגן געמיט הויב איך אן ריידן:

הער מיך אויס טייערע גלח. ווי דו קענסט אוודאי זען בין איך א איד וואס גלייבט אינעם איין איינציקן גאט פון אברהם און קיינער מער. אלזא, במשכל ראשון וואלט איך געזאגט אז דו האסט געמאכט א ביטער מיסטעיק מיט'ן אריינקומען דא און טראכטן אז עס וועט דיר געלונגען מיר איבערצייגן צו גלייבן אז דיין יאשקעלע איז גאט וואס האט זיך מתלבש געווען אין א קערפער נאר כדי באשאפן צו ווערן אין אראפקומען אויף דער וועלט אפקומען אויף אונזערע זינד. נאר וואס דען, עטס ביידע זענט איר זייער מזל'דיג היינט געווען אז ס'איז פאר אייך באשערט אז גאט זאל זיך מגלה זיין פאר ענק.

די צוויי עפענען פארוואנדערטע אויגן... וואס מיינט איר דא צוזאגן?, הויבן זיי נישט אן צופארשטיין.

קוקט אהער הויב איך אן ערקלערן. איר טענה'ט אז ענקער גאט איז דער אלמעכטיגער וואס קען אלץ מאכן, גארנישט איז פאר אים אוממעגליך צו באווייזן און ס'נישטא שטארקער ווי אים אדער זיינס גלייכן. וואס וועט איר זאגן אויב איך וועל אייך מגלה זיין אז איך בין אויך א גאט. אין פאקט, איך בין אין גלייכונג צו ענקער גאט. אלזא זאגזשע מיר היינט, פארוואס זאל איך גלייבן און דינען ענקער גאט ווען איך בין דער זעלבער מדריגה ווי אים? אלעס וואס אייער גאט קען טאן, קען איך אויך. איר ווילט זען? איך וועל אייך איבערצייגן. אדרבה, אז איר ווילט מיר טעסטן קען איך אייך דאס אויך צוליב טוהן. קלויבט אייך אויס דריי זאכן, סיי וואספארא זאכן, דריי מופתים, וואס איז אוממעגליך פאר א מענטש פון בלוט און פלייש צו עקסעקיוטן און וועלן מיר זען אויב איך קען זיי אדורכפירן. פונקט ווי די פראוו וואס די אידן האבן געשטעלט פאר משה'ן בימים ההם, אזוי וועט איר, געעהרטע כומרים, אויך פאר מיר א נסיון שטעלן און איר וועט זיך איבערצייגן אז ס'נישטא עפעס וואס אייער גאט קען טוהן און איך קען נישט. אבער איר מוזט פארשפרעכן אז אויב שטעלט זיך ארויס דאס איך בין אייער גאט'ס גלייכן וועט איר ביידע אויפהערן גלויבן אז אייער גאט איז עפעס ספעציעל. אויב אבער וועט ארויסקומען אז איך בין שוואכער ווי גאט דאן וועל איך מודה זיין אז אייער גאט איז פילייכט אלמעכטיג.

די צוויי האבן זיך צוגעהערט מיט שאק און ערשטוינונג. צוערשט האבן זיי אנטזאגט זיך פון מיין פארשלאג איינס, נישט קענענדיג בשום אופן איינגיין אויף אזא געשעפט און צוויי, נישט גלויבענדיג אין אזא פאנטאסטישע קלאגע. זיי זענען זיכער געווען אז איך זאג ליגן.

"עס איז נישט במציאות אז דו ביזט א גאט האבן זיי אינסיסטעד מיט אן אייפער."

"איך בין נישט גאט," האב איך פארגעזעצט מיט א רוהיגקייט, "אבער איך בין גאט'ס גלייכונג! אייניג און איקוואל אויף דער זעלביגער לעוול."

נאך א לענגערע וויילע עקשנ'ען זיך אויף מיין שטעלונג האבן די גלחים אנגעהויבן זיך ברעכן צו מיין הצעה און נאך א קורצער שטילער פארהאנדלונג צווישן די צוויי האט דער עלטערער גרויער גלח ארויפלייגט זיין רעכטע האנט אויף דער בייבל און געזאגט מיט א פארציטערטע שטימע:

"די וועטער אינדרויסן איז אצינד טרוקן. די הימלען זענען ציכטיג ריין, עס זעהט זיך נישט אן קיין זכר פון א רעגן. אויב וועסטו יעצט, דא פארנט פון אונז אלע, באווייזן צו ברענגען רעגן, וועסטו ווירקליך איבערצייגן אז דו קענסט טאקע באווייזן ניסים. דאס וועט זיין אונזער ערשטער תנאי"

"אזוי", זאג איך. הממ. איך מוז זאגן איר האט אויסגעקליבן א נישקשה'דיגן תנאי אבער במטותא, טראכט'זשע א מינוט אריין. אמת אויב ברענג איך אצינד רעגן וואלט עס געווען א גוטער צופאל אבער נאכאלץ נישט גענוג איבערצייגנד. מהיכי תיתי, מ'האט שוין געהערט אז פון איין מינוט אויף דאס אנדערס זאל דער הימל פארשוארצט ווערן און א רעגן זאל אנהויבן. עס איז נישט ווייסעך וואס, די מעשי בראשית איבערקערן. איך שלאג פאר א בעסערן תנאי. איך וועל ברענגען א רעגן, אבער נישט סתם א רעגן. א ראזע רעגן. אנשטאט דורכזיכטיג, וועלן די טראפן זיין פינק קאלירט.

דאס האט נאך די גלחים מער ארויסגענומען פון גלייכוויכט. מיט אומגלויבליכע אויגן זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיין אנטזאגונג פון קענען באווייזן אזא אומנאטירליכע פענאמענאן וואס זיכער נאר דער אמת'ער גאט איז אומשטאנד צו טאן.

'נעקסט' זאג איך זיי, וואס וועט זיין אייער צווייטער תנאי אויסצוקלייבן פאר מיר אדורכצופירן כדי אז איר זאלט אייך איבערצייגן אז איך בין פונקט אזוי גלייך ווי אייער גאט און ער איז קיין פינטל נישט שטארקער אדער מאכטיגער פון מיר?

די צוויי האבן זיך ווידעראמאל איבערגעבליקט און אריינגעשושקעט אין אויער איינער צום אנדערן.

נעשה אדם האט דער אינגערער ארויסגעמורמלט מיט א שוואכקייט. קענטליך פלאגט ער זיך מיט שולד געפיהלן אויף זיין וואַגן זיך אפילו צו ספיקה'נען אין דער קריסטליכער אלקות פון די טאטע, די זוהן און די הייליגע גייסט.

"לאמיר זעהן דו זאלסט באשאפן א מענטש. דאס וועסטו שוין זיכער נישט קענען באווייזן. עס איז קיין פראגע אז די שליסל פון לעבן ליגט נאר ביי גאט אליינס. אויב קענסטו דאס אויספירן דאן ביסטו פילייכט טאקע גאט'ס גלייכן און פולשטענדיג איקוואל צו אים."

גוט זאג איך. ארלעדיגט! איך וועל דאס אויך מאכן. "איך וועל אייך ווייזן אז באשאפן א מענטש, יש מאין, איז נישט עפעס וואס געהערט בלויז צו אייער גאט. עס איז אין מיינע כוחות אויכעט. ווייסט איר וואס. נישט נאר וועל איך באשאפן איין מענטש, נאר אפילו צוויי. א מאן און פרוי אינאיינעם. אז איר ווילט וועל איך זיי ביידע קריעיטן צוזאמען מיט א שירעם שוין. אזוי זאלן זיי כאטש נישט אנגעפארבט ווערן מיט די נאסע רעגן."

וואס איז די דריטע תנאי פרעג איך דאן די צוויי מיט א הויכע שטימע. מער האבן די צוויי שוין נישט געקענט אריבערטראגן און דער אינגער האט געצויגן דעם עלטערן'ס פאלעס, פרובנדיג אים צו שלעפן צום טיהר. קוקט אויס ווי דאס געוויסן האט אים שוין געפייניגט איבער די מאס און ער פיהלט אז נאך א מינוט לענגער ביי מיר אין הויז וועט ער אויף שטענדיג פארווארפן ווערן פון ביידע עלמות.

דער עלטערער אבער בלייבט זיצן פארטראכט. פלוצלונג גיבט ער זיך ווי א וועק אויף פון זיינע טיפע מחשבות און רוימט עפעס אריין שטיל צום אינגן אין אויער. א טרערעלע גליטשט זיך אראפ ביים עלטערן אויף די באקן. קלאר אז דער אינגער איז גערירט געווארן.

"מיין פריינד דא," הויבט דער אינגער אן ריידן צו מיר, "איז זייער שטארק צוגעבונדן געווען צו זיין מוטער וואס איז אים לעצטנס אוועק פון דער ביטערער מחלה. די בענקעניש וואס ער פיהלט צו איר איז אין לשער. יעדן טאג וואס ער גייט אריבער אן איר איז אן אומבאשרייבליכער עגמת נפש. אויב וועסטו באווייזן איר צוריק לעבעדיג צו מאכן און איר צוריקברענגען בין החיים געזונט און שטארק דאן וועט קיין אנדער ברירה נישט איבערבלייבן פאר אונז ווי פולקאם מודה צו זיין אז דו ביסט אויך א גאט. אייניג און גלייך צו אונזער גאט."

אנטשולדיגט פאר דיין פארלוסט, האב איך געזאגט מיט א ווייכער טאן עס מיינענדיג ערנסט. "איך פיהל אמת'דיג סארי פאר דיר. אבער אז דו ווילסט קען איך איר צוריקברענגען פאר דיר. איך קען דאס באווייזן. די אלע דריי זאכן קען איך אייך צוליב טוהן."

די צוויי קוקן אויף מיר מיט אויפגעריסענע אויגן קוים ווארטענדיג צוזען וואס עס וועט זיך אפשפיהלן אצינד.

איך קען אלע פון זיי טוהן, האב איך פארגעזעצט מיט א רוהיגן טאן, איך קען ברענגען רעגן, באשאפן לעבן און צוריקברענגען די טויטע אבער....איך האב זיך אפגעשטעלט פאר א שווייגענדע וויילע און ווייטער פארגעזעצט.... איך קלויב אויס זיי נישט צו טאן!

די צוויי זענען אויפגעשפרונגען מיט א ווילדע כעס און אויפברויז.

"דו זעהסט, דו קענסט נישט! נאר אונזער גאט קען באווייזן אזעלכע וואונדער. וואספארא ביליגער ליגענער דו ביסט! א שקרן, א אויסוואורף, א כופר."

מיט א גראדע מינע אויף מיין געזיכט האב איך ווייטער ממשיך געווען און געזאגט.

"איך קען אראפברענגען גשם, איך קען באשאפן ברואים, איך קען מחיה מתים זיין, אבער איך בין בוחר דאס נישט צוטוהן. קען ענקער גאט טוהן די אלע זאכן, ווייז איך מיט מיין פינגער אויף זייער בייבל?

"אוודאי קען ער!" האבן די צוויי אויסגעשריגן אויפאמאל.

נו, לאמיר זען, זאל ער מיר ווייזן, האב איך געזאגט. איך ווארט! זאל ער יעצט, דא ווייזן.

די צוויי זענען געבליבן שטייענדיג מיט ארויסגעשטרעקטע צינגער אהנע לשון.

"איך האב אייך געגיבן די ברירה, איך האב אייך געזאגט אז איך בין גאט'ס גלייכן," האב איך ווייטער רוהיגערהייט מסביר געווען. "איר האט מיר געגיבן דריי תנאים, איך האב צו אייך געטענה'ט אז איך קען דאס אויספירן, איר האט געטענה'ט אז אייער גאט קען דאס אויך אויספירן. עס איז מיין פארשטענדעניש אז אויב ביידע צדדים מאכן אידענטישע טענות, מיינט דאס אז ביידע זענען גלייך."

"אבער איר האט קיין איינס פון זיי נישט געמאכט. דאס איז נישט קיין באווייז אז איר זענט גאט'ס גלייכונג. וואו איז די רעגן? וואו איז די נייע לעבן באשאפן פון גארנישט? וואו איז די אויפגעלעבטע טויטע? דו האסט נאר געזאגט אז דו קענסט די זאכן מאכן אבער אין פאקט האסטו גארנישט פון זיי עקשולי באוויזן."

אה, דאס פעלט נישט אויס, האב איך זיי געענטפערט. "עס איז פאר מיר קלאר אז אייער גאט איז אויך נישט וויליג די זאכן צו באווייזן פאר אייך, און די זעלבע נישט איך. דאס איז גענוג צו איבערווייזן אז איך בין אייער גאט'ס גלייכונג, נישט אזוי?”

"ענקער גאט און איך זענען ביידע גלייך אין אונזער מעגליכקייט אהערצושטעלן באווייז וואס זאלן באפרידיגן אייערע סטאנדארטן. מיר ביידע מאכן אנטשפרעכונגען, מיר ביידע מאכן צוזאגעכצער און מיר ביידע זענען אומוויליג אויסצופירן סיי וועלכע פון זיי."

איך בין בלי ספק, אין אלע רעספעקטן, גאט'ס גלייכונג!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר