די מאראלישע און לעגאלע אומרעכט אין מדינת ישראל'ס אקופאציע

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1547 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

די מאראלישע און לעגאלע אומרעכט אין מדינת ישראל'ס אקופאציע

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אזויווי קאווע שטיבל ליינער האבן זייער א שטארקע ליבשאפט צו נאלעדזש, אמת, און גערעכטיגקייט,
און אזויווי עס איז גאנץ קלאר אז די עולם דא אויף קאווע שטיבל איז נעבעכדיג אומבאקאנט אין די היסטאריע, פאליסיס, און צילן פון מדינת ישראל אין איר באציאונגען מיט די פאלעסטינער, האב איך געקלערט אז עס וואלט געווען נוצבאר ארויפצושטעלן עטליכע ווידיאו'ס איבער די היסטאריע פונעם קאנפליקט און טאגטעגליכן מציאות פון די אקופאציע.

אזויווי רוב ארטיקלען, שמועסן און דעבאטעס וואס באהאנדלען די מ.י.-פאלעסטינע אישו (פון ביידע זייטן) גייען גלייך ארויף צו הויעכע טענער, דעמאגאגיע, פערזענליכע אטאקעס און פיינטשאפט, האב איך אפירגעזוכט צוויי אינטערעסאנטע רואיגע ווידיאו'ס איבער די מדינת ישראל-פאלעסטינער קאנפליקט וואס קענען געבן א טיילווייזע בליק אויף די קאנפליקט פון די פאלעסטינער זייט.

ביידע נערעיטארס זענען אידן, פארשטענדליכע טאלאנטפולע נערעיטערס וואס זענען אינטערעסאנט אויסצוהערן, איינער א מאן און דער צווייטע א פרוי, איינער אן איזראעלי, דאס צווייטע אן אמעריקאנע.

(איך גלייב אז רוב ליינער פון דעם פארום זענען גענוג קלוג צו פארנעמען די צוויי ווידיאו'ס, די ערוואקסענע עניוועי).

מיקאָ פעלעד איז א מדינת ישראל בירגער, דער זון פון א הויכראנגיגע גענעראל אין די מדינת ישראל מיליטער וואס האט געדינט בשעת די זעקס טאגיגע קריג, פון זיין מאמע'ס זייט איז ער לאנגע דורות אן ארץ ישראל'יגער,
ער רעדט וועגן די היסטאריע פון די מדינת ישראל מלחמות מיט די פאלעסטינער און די ציל פון די פופציג יעריגער מ.י. אקופאציע פון די פאלעסטינער געביטן.

Miko Peled, Seattle, October 2012
1:08 שעה.

אַננאַ באלצער איז אן אמעריקאנע אידישע פרוי וואס האט געוויילט עטליכע חדשים אין די מערב ברעג, אין פאלעסטינער שטעטלעך און דערפער, און מיטגעהאלטן זייער טאגטעגליכן לעבן.

Anna Baltzer IWPS
59:28 מינוט.

פון די ערשטע וועבזייטלעך וואס האבן געעפנט מיינע אויגן צו די 'אנדערע' זייט, אנגעפירט דורך אן איזראעלי מיטן נאמען יניב רייך.

Hybrid States מורכב לענדער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 82 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר