איבער דער אידן פראגע: אמאל און היינט

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך פלאוויוס » דינסטאג יאנואר 27, 2015 7:29 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך מוז מודה זיין אז דער.אשכול איז טיפע סחורה אין אנכי בער ולא איש האב נישט פארשטאנען יעדעס ווארט ממש, אבער דאך וועל איך ליפטערען מיינע געדאנקען בענין,

א, אין דער פתיחה פונעם אשכול פרובירט @פלאוויוס אויפציווייזן אז אין די היינטיגע מאדערנע טענות אנטקעגן כלל ישראל ליגט פארשטעקט שפירן פין די אלע אלטע אנטיסעמיטישע טענות לאורך הדורות, אין ער דעפענירט דאס אלץ 'אנטי קולטוריזים', לויט ווי איך פארשטיי באציט ער זיך צו די טענות בנוגע די מדנ''י קאנפליקט, איך כאפ נאר נישט צו וועלכע טענות מען קען זיך באציען מיט א הגדרה פין אנטי קולטוריזים


איך באצי מיך צו דעם נאציאנאלן גייסט פונעם אידישן פאלק, דער רוקנביין פונעם אידישן לאנד, וואס די מערב-וועלט קוקט אן זייער פארדעכטיגט. מ'קען היינט רעדן וועגן נאציאנאליזם אין פארעם פון בירגערשאפט, אבער נישט אין עטנישע טערמינען (ד.ה. איך קען זיין שטאלץ פאר'ן באזיצן אן אמעריקאנער פאספארט, אבער נישט פאר'ן געבוירן ווערן א פראנצויז/דייטש/רוס). נישט נאר וואס שטאלצקייט איז א פראבלעם, נאר דער עצם אפגעזונדערטקייט פון אן עטנישן קאלעקטיוו איז נישט אקצעפטירט אין דער היינטיגער מערב-וועלט. אין דעם זין איז מדינת ישראל שטארק אנטי-קולטורעל, אין גאנץ אן ענליכן אופן ווי אידן זענען געווען אנטי-קולטורעל אין פריערדיגע יארן.

דער חידוש איז נאר ווי פאלגנד: ביז זיבעציג יאר צוריק איז עס נישט געווען קיין פראבלעם פאר א לאנד זיך צו דערקלערן ווי אן עטנישער קאלעקטיוו, נאר די סיבה פארוואס מ'האט זיך קעגנשטעלט צו אידישער אפגעזונדערטקייט איז געווען צוליב'ן נישט אויסמישן זיך מיטן לאקאלן פאלק (ד.ה. די טענה איז געווען פארוואס א דייטשער איד ווערט נישט קיין דייטש דורך אסימילאציע). היינט, ווען אידן האבן שוין געמאכט שבת פאר זיך, מיטן גרינדן א שטח וואו זיי קענען זיין דער רוב, איז צו זייער ביטערן מזל אויפגעקומען א נייער טרענד אין דער וועלט - אז פעלקער זאלן זיך נישט טארן דעפינירן אפילו אין די אייגענע גרעניצן פון זייער לאנד (חוץ ווען ס'קומט צו נישט-ווייסע פעלקער), ווייל יעדע דעפינירונג פון א קאלעקטיוו וואס איז באזירט אויף ביאלאגישער ברודערשאפט ווערט פארשריגן - נישט מיט רעכט - ווי ראסיזם.

ג, לגבי דער אמת'ע שורש פונעם אנטיסעמיטיזים האלט איך אז עכ''פ א גרויס חלק קען מען זייער פשוט פארשטיין, עס איז גאר א אפטע ערשיינונג אז ווען א מינאריטעט זיצט בתוך א אנדערע מאאריטעט באפעלקערונג וועט זיך אנטוויקלען שנאה געפילן פינעם מאאריטעט צום מינארעטי דער גורם דערצו איז עטליכע סיבות, ווען עס גייט גוט פאר'ן מעדזארעטי אין די מינארעטי וויל אויך הנאה האבן וואקסט אימפארגינירישקייט געפילן, ווען עס גייט שלעכט איז דער מינארעטי זייער א גיטע ציל אנציהענגען די שולד, (אין נאכדערצו ווי דער מעדזארעטי קען באמת אנהענגען זיינע ליידן אינעם מינארעטי אזויווי עס האט פאסירט מיט די אידן אין די פויערען איז עס זיכער א געלונגענע רעצעפט פאר שנאה,) אין אוודאי ווען עס גייט גיט פאר די מינארעטי ער איז מצליח בממון ובחכמה וועט דאס אוודאי אויסשטעכען די אויגן אין אימפאמיידבאר ברענגען מחשבות אז אלע זיערע גוטס שלעפען זיי ארויס פון אונז,
ובכן דער איד איז פאר די לעצטע 2000 יאר געווען א מינארעטי צווישן אנדערע איז לכאורה גאנץ מובן ווי ער האט באוויזן ארויף ציציען אויף.זיך אזא שנאה


אמת, דאס אז אידן זענען געווען א מינאריטעט אזוי לאנג און אין אזויפיל פלעצער איז זיכער איינע פון די סיבות צו פארשידענע פארמען פון אנטיסעמיטיזם, אבער איך גלייב אז דאס שעפט נישט אויס אלעס. אידן זענען נישט געווען די איינציגע מינאריטעטן אין דער היסטאריע, און מ'קען נישט פארגלייכן דעם קלאסישן אנטיסעמיטיזם צו סתם קסענאפאביע (אידן-האס קען זיך ציען אויך הונדערטער יארן נאכדעם וואס אידן האבן פארלאזט א געוויסע פלאץ). למעשה קוקט אויס אז ס'זענען דא היבשע כאראקטער-שטריכן פון אנטיסעמיטיזם וואס קענען טרעפן זייערע ווארצלען אינעם קולטורעלן קריג צווישן די גריכן און די אידן בימי הבית, ווען אידן זענען נאך געזעסן אויף זייער אייגענער ערד.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 27, 2015 8:03 pm

@פלאוויוס

יא #2 און #3 האלט אין ס'זעלבע ווי דיר.

ריכטיג אז ציוניזם איז א נאציאנאליסטישע באוועגונג וואס איז באשאפן געווארן אויף די אייראפעאישע אידעע פון נאציאנאליזם, און די עטניש באזירטע נאציאנאליזם איז געווארן 'טרייף' בערך אין די צייט ווען מדנ"י איז ענטשטאנען, אבער מען דארף אנערקענען אז עס איז געווארן אפגעפרעגט טאקע וועגן די אידישן האלאקאוסט.

דאס דארף טאקע אונז מחייב זיין.

און אינדערצייט וואס דאס עטנישע נאציאנאליזם איז געווארן מער און מער פראבלעמאטיש (ספעציעל אין די מערב וועלט) ווערט עס אין מדנ"י גאר מער און מער איינגעגעסן, וועלכע לאנד האט א אקטיווע עטניש/רעליגיע באזירטע אימיגראציע פראגראם, בשעת די ערשטע און צווייטע דור פליטים אין די דערנעבנדע לענדער קענען נישט אריינטרעטן אפילו צייטווייליג, (אפגעזען צו זיי זענען געווארן פארטריבן אדער זענען בלויז אנטלאפן).

וועלכע (מינימאל דעמאקראטישע) לאנד איבער דער וועלט היינטצוטאגס האט א פופציג יעריגער אנוועזנהייט/אקופאציע אין א טעריטאריע אן געבן שטים רעכט, בירגער רעכט, און עלעמענטארע ציווילע רעכטן פאר פערציג פראצענט פון די (מינאריטעט) איינוואוינער אונטער זייער הערשאפט?

ס"ה כאטש מדנ"י איז במקורו אן אייראפעאיש באזירטע נאציאנאליסטישע ענטיטעט (מיט א קאלאניעלע שניט), שטייט זי היינט אין 2015 דארט וואו קיין שום לאנד וואס איז מינימאל דעמאקראטיש געפונט זיך נישט זינט 1945.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג יאנואר 27, 2015 8:42 pm

וועלכע (מינימאל דעמאקראטישע) לאנד איבער דער וועלט היינטצוטאגס האט א פופציג יעריגער אנוועזנהייט/אקופאציע אין א טעריטאריע אן געבן שטים רעכט, בירגער רעכט, און עלעמענטארע ציווילע רעכטן פאר פערציג פראצענט פון די (מינאריטעט) איינוואוינער אונטער זייער הערשאפט?

טערקיי אין צפון קפריסין אקעגן די גריכן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2991
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג יאנואר 27, 2015 8:44 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:@פלאוויוס
וועלכע (מינימאל דעמאקראטישע) לאנד איבער דער וועלט היינטצוטאגס האט א פופציג יעריגער אנוועזנהייט/אקופאציע אין א טעריטאריע אן געבן שטים רעכט, בירגער רעכט, און עלעמענטארע ציווילע רעכטן פאר פערציג פראצענט פון די (מינאריטעט) איינוואוינער אונטער זייער הערשאפט?

ס"ה כאטש מדנ"י איז במקורו אן אייראפעאיש באזירטע נאציאנאליסטישע ענטיטעט (מיט א קאלאניעלע שניט), שטייט זי היינט אין 2015 דארט וואו קיין שום לאנד וואס איז מינימאל דעמאקראטיש געפונט זיך נישט זינט 1945.

א. מדינת ישראל שטייט אויך ארומגענומען זינט איר גרינדונג מיט מער שונאים ווי סיי וועלכע אנדערע לאנד אין די וועלט. פילייכט האט דאס עפעס א שייכות צום שמועס?
ב. איך בין זיכער אז אזא געאגראפיע עקספערט ווי דיר האט שוין געהערט איבער די אקופאציעס פון סייפרוס, טיבעט, און קאשמיר. דער אלגעמיינער עולם איז אפשר נישט באקאנט דערמיט, ווייל צוליב א מיסטעריעזע סיבה האט די יו ען געפינען פאר וויכטיג צו פארדאמען נאכאנאנד בלויז מדינת ישראל, וואס האט אקופירט דעם ארט וואו עס וואוינען זייערע בלוטיגסטע שונאים, און נישט די לענדער וואס אקופירן שטחים בלויז צוליב טעריטארישע פארדינסטן.
ג. צו פארגלייכן די פאלעסטינער אקופאציע צו אייראפעאישע קאלאניאליזם איז זינלאז. אין דעם ערשטן פאל האט אן אקופאציע נאכגעפאלגט נאכדעם וואס די דערנעבנדיגע לענדער האבן נאכאנאנד פרובירט אומצואווארפן דעם לאנד, בעת אין דעם צווייטן פאל האבן אייראפעאישע לענדער, יא, די זעלבע וועלכע פארדאמען מדינת ישראל טאג איין טאג אויס, זיך געלאזט אין די ווייטע מרחקים און אייגענומען ריזיגע לענדער, אומברענגענדיג מאסן מענטשן און פארוואנדלענדינג מאסן אנדערע אין שקלאפן, בלויז אנצופילן זייערע קאסעס מיט אפאר גרייצער. וועלכע פארדינסטן באקומט מדינת ישראל פון זייער אקופאציע, אויסער פארדאמונגען איבער דער גאנצער וועלט? וועלכע רוחים שעפן זיי פון די פאלעסטינער אראבער וואס וואוינען אויפ'ן מערב ברעג?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7994 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 27, 2015 8:50 pm

כ'בין יעצט צוגעקומען מער מעיין זיין אין דער שמועס, @פלאוויוס, רוב אייערע הערות זענען גוטע הערות, מקען זאגען אזוי און מקען זאגען אזוי, איך וועל נאר צולייגען עטליכע הוספות וואס איך האב מעורר צו זיין.

1) וועגן אנקוקען אנטיסעמיטיזם אלץ א מין תופעה כללית בנוסף צו די פארשידענע לאקאלער וויכוחים. כמדומה לי שכאן באנו למחלוקת בענין היסטאריאגראפי בכלל. דהיינו דער לימוד פון היסטאריע בויט זיך דאך פון פארשידענע פרטים א מעשה דא א מעשה דארט. דאס זענען די פאקטן. שפעטער קומען מענטשען און מאכען פון דעם איין גרויסע מעשה א נאראטיב וואס איז מקשר פארשידענע פרטיות'דיגע מעשיות צו איין גרויסע מעשה. אלעמאל קען מען חוקר זיין ווי ריכטיג די נאראטיב איז און וויפיל עס האט א משמעות און וויפיל עס איז מסביר בעסער די פרטים. ודיברו בזה החכמים הרבה ובפרט חכמי הפוסטמודרניזם.

אין די זעלבע חקירה איז תלוי די מחלקות אויב ציונזים האט מער מיט די אלטע שאיפה פון אידן אויף ארץ ישראל אדער מער מיט די נייע נאציאנאליזם, און אפשר גאר די גאנצע נאציאנאליזם בויט זיך טאקע פון די תנ"ך וכו'. למשל גרשם שלם פראברירט טאקע ציען שטריכען פון שבתאות ביז ציונזים און טענה'ט אז זיי קומען פון די זעלבע שורש. אנדערע וועלן פראבירען טיילען ציוניזם אלץ א נייער סעקולארער ערשיינונג וואס האט נישט קיין שום שייכות. די זעלבע די פרומע קנאים זענען אנטי ציוניזם און זעהן דאס א נייע סעקולארע זאך, לאידך די פרומע ציוניסטען זענען דאס מקשר און זעהן דאס אלץ א דירעקטע המשך צו הבטחות הנביאים און די כללותדיגער ענין פון שיבת ציון וכו'. דאס איז שוין מער א מעטאפיזישער וויכוח פון הסברים ווי א וויכוח איבער די פאקטען.


2) כמה פרטים. די מושג אמעריקאנער פאלק האט כמעט נישט עקזעסטירט ביז די ציווילע מלחמה. די קאלאניס זענען דאך געווען א ליקוט מענטשען פון פארשידענע לענדער און האבען זיך נישט געזעהן כמעט ווי איין אמעריקאנער פאלק. זו היתה כוונתי אבל אין זה מענין שיחתנו. לגבי די סאציאליזם אין נאציאנאל סאציאליזם יש גם אריכות. בקיצור א חלק איז דאס געווען סתם א שקר צו כאפן די מענטשען שנטו לסוציאליזם צו דער פארטיי, און א חלק איז עס טאקע געווען עכ"פ אנהייב א ארבעטער'ס פארטיי. לעולם היטלער האט נישט געהאט קיין גרויס קלארער עקאנאמישער שיטה אבער דאס איז זיכער דער פאקט אז ער האט געהאקט סיי אויף די קומוניזטען און סיי אויף די קאפיטאליסטען. לפי הענין והפוליטיקה.. סאציאליזם איז דווקא א גלאבאלער אידיאלאגיע פונקט ווי קאפיטאליזם ביידע זענען נישט נאציאנאליסטיש וגם בזה יש המון פרטים שהם ענין לשיחה אחרת..

3) איך אגרי נישט ממש צו דיין גאנצע אפשאצונג אויף די לינקע און רעכטע אראבער און מערבישער אבער דאס איז שוין ווייטער נאך א גאנצער שמועס וואס מדארף טראכטען.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3789
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5855 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:32 pm

מאטי האט געשריבן:
וועלכע (מינימאל דעמאקראטישע) לאנד איבער דער וועלט היינטצוטאגס האט א פופציג יעריגער אנוועזנהייט/אקופאציע אין א טעריטאריע אן געבן שטים רעכט, בירגער רעכט, און עלעמענטארע ציווילע רעכטן פאר פערציג פראצענט פון די (מינאריטעט) איינוואוינער אונטער זייער הערשאפט?

טערקיי אין צפון קפריסין אקעגן די גריכן.


פעלער וואו א גרויסמאכט אקופירט פרעמדע לאנד איז נישט אזוי זעלטן, ציפערן (און ווי יאיר ווייזט אן טיבעט און קאשמיר) אויך קרים און חלקים פון געארגיע דורך רוסלאנד, אויך איז דא עטליכע שטיקער לאנד וואס אינדיע פארלאנגט פון פאקיסטאן און כינע, אויך אקופירט דורך אינדיע וואס ווערט געפאדערט דורך כינע, (אויך איז דא פילע אינזלעך וואס זענען דיספיוטירט פון צוויי לענדער), דערנאך איז דא פילע פעלקער וואו אן עטנישע גרופע פארלאנגט זעלבסטשטענדיגקייט (ווי אין קורדיסטאן).

אבער אין אלע פעלער איז די געשלעג איבער לאנד, ד.מ. רוסלאנד, כינע, אינדיע, פאקיסטאן, טערקיי, אדער, געבן גערן שטים, און פולע מענטשן רעכט פאר די פאפולאציע, ווילאנג דו קענסט באשטיין צו זיין א טייל פון מיין אימפעריאלע אספיראציעס/חלומות.

מדנ"י אין קאנטראסט דארף די לאנד, אבער אן די פאפולאציע, וואס דארט איז די פאראלעל נאצי דייטשלאנד אדער די טערקישע-ארמענישע מאסן מארד (אן אריינגיין אין די פראגע אויב עס איז געווען טאקע א דזשענאסייד דארט) איך זאג נישט אז מדנ"י באגייט ממש דזשענאסייד אדער א האלאקאוסט ח"ו, אבער עס איז דא א בעיסיק חילוק צווישן גארן לאנד און אקצעפטירן די פאפולאציע, ביז כאפן לאנד און אונטערדרוקן די פאפולאציע אן געבן דאס מינדעסטע רעכטן.

אגב איך האב פארזען די אפריקאנערס אין דרום אפריקע דורכאויס אפארטהייד, וואס איז יא געווען מינימאל דעמאקראטיש, און נישט געגעבן שטים רעכט פאר די שווארצע באפעלקערונג, כאטש מענטשן רעכט איז נישט געווען אזוי שלעכט ווי אין פאלעסטינע.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:42 pm

יאיר האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:@פלאוויוס
וועלכע (מינימאל דעמאקראטישע) לאנד איבער דער וועלט היינטצוטאגס האט א פופציג יעריגער אנוועזנהייט/אקופאציע אין א טעריטאריע אן געבן שטים רעכט, בירגער רעכט, און עלעמענטארע ציווילע רעכטן פאר פערציג פראצענט פון די (מינאריטעט) איינוואוינער אונטער זייער הערשאפט?

ס"ה כאטש מדנ"י איז במקורו אן אייראפעאיש באזירטע נאציאנאליסטישע ענטיטעט (מיט א קאלאניעלע שניט), שטייט זי היינט אין 2015 דארט וואו קיין שום לאנד וואס איז מינימאל דעמאקראטיש געפונט זיך נישט זינט 1945.

א. מדינת ישראל שטייט אויך ארומגענומען זינט איר גרינדונג מיט מער שונאים ווי סיי וועלכע אנדערע לאנד אין די וועלט. פילייכט האט דאס עפעס א שייכות צום שמועס?
ב. איך בין זיכער אז אזא געאגראפיע עקספערט ווי דיר האט שוין געהערט איבער די אקופאציעס פון סייפרוס, טיבעט, און קאשמיר. דער אלגעמיינער עולם איז אפשר נישט באקאנט דערמיט, ווייל צוליב א מיסטעריעזע סיבה האט די יו ען געפינען פאר וויכטיג צו פארדאמען נאכאנאנד בלויז מדינת ישראל, וואס האט אקופירט דעם ארט וואו עס וואוינען זייערע בלוטיגסטע שונאים, און נישט די לענדער וואס אקופירן שטחים בלויז צוליב טעריטארישע פארדינסטן.


איך וואלט באצייכנט פונקט א און ב אלס פראפאגאנדע און דעמאגאגיע נישט פאקט.
דיין דריטע פונקט איז עטליכע פונקטן, און איך האב נישט יעצט קיין נערוון צו צעטיילן און ענטפערן דערויף (קאלאניאליזם האט געהאט גאר פארשידענע פארמען און צילן), אבער אזויפיל קען איך יעצט זאגן אז איך פארדאם טאקע די היסטאריע פון אייראפעאישע קאלאניאליזם, אבער זיי זענען שוין אלטע היסטאריע אויפן מאמענט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ישראל קאפקע אום דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:47 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:45 pm

טערקיי איז אריין אין סייפרוס בלויז צוליב טערקיש-ציפערישע און גריכיש-ציפערישע שטרייטן. זייער אנוועזנהייט איז נישט צוליב שטחים, בלויז צו האלטן די גריכן אונטערדיקט, פארשטייט זיך מיטן תירוץ אז זיי דארפן באשיצן אויף די טערקישע באפעלקערונג.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2991
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:52 pm

ישראל דיין תירוץ וואס רופט זיך "פראפעגאנדע" איז due פאר נייע פעקעג'ינג.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2991
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 27, 2015 10:13 pm

מאטי האט געשריבן:ישראל דיין תירוץ וואס רופט זיך "פראפעגאנדע" איז due פאר נייע פעקעג'ינג.

אבער עס איז פראפאגאנדע.
די פאלעסטינער זענען בלוטיגע שונאים, אויב נעמען זיי איבער גייען זיי פשוט אויסשחטן די אידישע באפעלקערונג אדער אריינווארפן אין מיטללענדישן ים דאס איז פראפאגאנדע און דעמאגאגיע.

איר ווילט נישט אנערקענען אז אלץ אקופירטע האבן זיי א רעכט צו ריזיסטן די אקופירנדע מאכט, דאס מאכט זיי נישט פאר בלוטיגע שונאים וואס בארעכטיגט דיין אקופאציע, און יא צוליב די ברוטאלע אונטערדרוקונגען זענען דא אזעלכע וואס גייען ליידער דערשטעכן א סעטלער פאמיליע אינמיטן נאכט, אדער שחטן פיר אידן אין א שול ר'"ל.

אבער די שפראך אפווישן פון די מאפע, עקסטערמינעיטן, האט נישט קיין שום באזיס אין מציאות, און די מעלה פון די לאנגיעריגן ציוניסטישן פראפאגאנדע האט טאקע דעם עפעקט אז ראציאנאלע אידן וואס ווייסן געווענליך פאנאנדערצוטיילן פון פאקט ביז פיקציע, ווערן פון איינגעפלאנצטע שרעק אנקעיפעבל פון טראכטן גלייך.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 27, 2015 10:14 pm

מאטי האט געשריבן:טערקיי איז אריין אין סייפרוס בלויז צוליב טערקיש-ציפערישע און גריכיש-ציפערישע שטרייטן. זייער אנוועזנהייט איז נישט צוליב שטחים, בלויז צו האלטן די גריכן אונטערדיקט, פארשטייט זיך מיטן תירוץ אז זיי דארפן באשיצן אויף די טערקישע באפעלקערונג.

טערקיי אקופירט נאר צפון ציפערן, וואס איז באוואוינט מיט טערקן, און יעדנפאל גייט נישט אן די מענטשן רעכט פארלעצונגען וואס איז ענדעמיש אין מדנ"י אקופאציע.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג יאנואר 27, 2015 10:22 pm

ס'באוואוינט מיט גריכן און טערקן (רוב פון די טערקן האט טערקיי טראנספאטירט אהין נאך 1974 אין ווייאלעשן אויף ארטיקל 49) ס'גייט יא אן מענטשן-רעכט פארלעצונגן. טערקיי האט עובר געווען אויף כל מיני ''אינטערנאציאנאלע געזעצן" ס'איז פארהאן דארטן א גרינע זאנע, דוק ותשכח....חוץ אויב ס'איז פראפעגאנדע. אויב ווילסטו א נפק"מ וועל איך דיר געבן, קיין ראקעטס ווארפן זיי נישט, זיי שניידן נישט קיין קעפ, מאנעווירן נישט מיט קיין אוטו'ס איבער מענטשן.

און יא... די גריכן זענען דארט געווען פריער, און די בריטן האבן דארט אויך געוועלטיגט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום מיטוואך יאנואר 28, 2015 2:51 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2991
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » דינסטאג יאנואר 27, 2015 10:50 pm

מ'פארקריכט דא פון דער טעמע. ישראל האט אנגעהויבן מיט א גוטער נקודה וואס געהערט צום שמועס, וויבאלד ס'איז אויפגעברענגט געווארן די פראגע פון נאציאנאליזם ווערסוס ראסיזם (אנדערע האבן אויך פיין געזאגט און איך וועל באלד ארויפלייגן מיין ענטפער בלי"נ). איך זע אבער אז דער שמועס פארקריכט אינצווישן צו מאראלישע/לעגאלע רעכטן פון אקופאציע. ס'איז נישט ממש דער נושא פון דעם אשכול.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג יאנואר 27, 2015 10:52 pm

גערעכט, איך סטאפ שוין.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2991
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » מיטוואך יאנואר 28, 2015 3:27 am

ישראל קאפקע האט געשריבן:ריכטיג אז ציוניזם איז א נאציאנאליסטישע באוועגונג וואס איז באשאפן געווארן אויף די אייראפעאישע אידעע פון נאציאנאליזם, און די עטניש באזירטע נאציאנאליזם איז געווארן 'טרייף' בערך אין די צייט ווען מדנ"י איז ענטשטאנען, אבער מען דארף אנערקענען אז עס איז געווארן אפגעפרעגט טאקע וועגן די אידישן האלאקאוסט.

דאס דארף טאקע אונז מחייב זיין.


איך פארשטיי אז אין דער טענה וואס דו ברענגסט אויף קעגן עטניש-באזירטן נאציאנאליזם ליגט בעצם א צווייפאכיגע טענה. איינס, אז היות עטניש-באזירטער נאציאנאליזם האט געברענגט א האלאקאסט, דארף עס זיין "טרייף" פאר יעדן איינעם, נישט קיין נפקא-מינה צי ער איז א איד אדער א גוי. צווייטנס, אז א איד האט א באזונדערן חיוב צו שטיין ווייט פון דעם סארט נאציאנאליזם, וויבאלד ער איז אליין א געליטענער דערפון. איך וועל מיך באציען צו יעדן פון די צוויי זייטן באזונדער:

1) איך האב שוין אפאר מאל געשריבן אז נאציאנאליזם איז נאר געווען איין באשטאנדטייל אין נאציזם, און דאס איז גאר וויכטיג צו אונזער שמועס. אבער אפילו ווען מיר זאלן יא אנווייזן אויף נאציאנאליזם גופא ווי דער מקור פון פארשידענע צרות, איז עס נאך אויך נישט גענוג צו פסל'ען דערמיט דעם גאנצן נאציאנאליזם, וויבאלד יעדע אידעאלאגיע אין דער וועלט האט מענטשן וואס פירן אויס רשעות אין איר נאמען. אויב זאל נאציזם זיין א ראיה אז נאציאנאליזם איז שלעכט, דעמאלט דארף אייסיס זיין א ראיה אז רעליגיע איז שלעכט, און טייל וועלן אפשר האלטן אז די אמעריקאנער מלחמות אין איראק איז א ראיה אז הומאניזם איז שלעכט. ס'איז טאקע אמת אז אין פאסט-האלאקאסט אייראפע איז געווארן א טאבו קעגן עטניש-באזירטן נאציאנאליזם, אבער דאס איז א תוצאה פונעם קלאפן על-חטא צו שטארק... כאטש איך רעספעקטיר די גוטע זייט אין דער אייראפעישער נשמה, וואלט איך בעסער געוואלט אז זיי זאלן נישט באגיין קיין נאציאנאלן זעלבסטמארד ביים קלאפן על-חטא.

מיין פערזענליכע מיינונג איז אז יעדע אידעאלאגיע האט סכנות, און מ'דארף עס קענען ריכטיג באלאנסירן. דארט וואו ס'איז נישטא קיין עטניש באזירטער נאציאנאליזם איז די יוגנט למעשה פארבליבן אן דער פונדאמענטאלער מענטשליכער אידענטיטעט (צו באזירן דעם קשר אויף א קולטור איז בכלל נישט דאס זעלבע ווי א קשר וואס איז באזירט אויף משפחה'שאפט), און אויסערדעם וואס ס'איז זייער וואקלדיג און אומסטאביל (עיין ערך פראנקרייך/איסלאם), לאזט עס אויך איבער די יוגנט פוסט און ליידיג, און דאס פירט עווענטועל צו ראדיקאליזם פון פארשידענע סארטן. טייל ווייזן אן אויף דעם וואס אייסיס ציט אן אזויפיל פאפולאריטעט צווישן אייראפעאישע יונגען, אז דאס איז צו פארדאנקען דער פוסטקייט אין אידענטיטעט. קענסט אודאי פילאזאפירן אין דעם, אבער איך מיין נאר ארויסצוברענגען אז קיין שום אידעאלאגיע טויג נישט ווען ס'איז עקסטרעם, און אז מ'זאל אוועקנעמען אזא וויכטיגע זאך ווי די פאלקסטימליכע אידענטיטעט וואס מ'האט איבערגענומען פון די פריערדיגע דורות, צוליב א ביטערן קאפיטל אין געשיכטע, איז לדעתי נישט בארעכטיגט.

2) יעצט לאמיר רעדן מער ספעציפיש וועגן אידן: דער האלאקסט וואס אידן האבן געליטן איז נישט געווען בלויז א תוצאה פון קסענאפאביע, נאר פון דעם וואס א געוויסע רעזשים (אייגנטליך מער ווי איין רעזשים) האט אריינגעלייגט "אנטיסעמיטיזם" אינעם צענטער פון איר אידעאלאגיע, אנטשלאסן אויסצוראטן די ספעציפישע אידישע ראסע אין יעדן ארט וואו זיי געפינען זיך, סיי וואו אין דער וועלט. די ציוניסטישע וויזיאנערן האבן אין דעם זין גראדע זייער גוט אפגעליינט די היסטאריע וואס גייט קומען נאך איידער ס'איז געשען, און זייער מאטא איז געווען אז מ'מוז גרינדן א לאנד פאר אט דער ספעציפישער געפלאגטער ראסע/רעליגיע.

דאס הייסט, אז אפגעזען וואס מיר קלערן וועגן עטניש-באזירטן נאציאנאליזם, איז אמאל קלאר אז אויב איז דא א פאלק וואס דארף האבן שוץ באזירט אויף זייער ראסע, איז עס יענע פאלק וואס איז אפגעסטעמפלט על סמך פון זייער ראסע. פארשטייט זיך אז דו קענסט טענה'ן אז נאר די נאציס האבן אפגעזיגלט די אידן, און ס'איז נאר געשען איין מאל אין היסטאריע, אבער פאקטיש ווייסן מיר אז דער מאדערנער אנטיסעמיטיזם איז בסך הכל א גלגול פונעם אלטן אנטיסעמיטיזם, און ווי כ'האב געזאגט פריער האבן שוין די ציוניסטישע וויזיאנערן עס פאראויסגעזען מיט א א שרעקליכער פונקטליכקייט. ובכן, דאס וואס דו פרעגסט צי ס'איז דא נאך א דעמאקראטיש לאנד איבער דער וועלט וואס איז באזירט אויף אן עטנישן וועזן, איז א פראגע וואס מוז בהכרח זיין אומרעלעוואנט אויב מיר ווילן א מקום מקלט פאר'ן אידישן פאלק.

זאת ועוד, ביים אנקומען קיין ארץ-ישראל האבן די אידן פארגעשלאגן פאר די אראבער צו לעבן אינאיינעם בשלום. מ'קען אודאי פילאזאפירן אז די אידן האבן געוואוסט אז די אראבער וועלן זיך קעגנשטעלן, אבער די אונטערשטע שורה איז למעשה אז די אראבער האבן זיך קעגנגעשטעלט (מיר קענען זיי אפילו פארשטיין פון זייער שטאנדפונקט), און זיי האבן תיכף ומיד אנטוויקלט אן אייגענעם עטניש-באזירטן נאציאנאליזם כדי אפצושטויסן דעם אידישן אריינדרינגער (אגב האבן די אראבישע פירער אויך אריינגעמישט קלאסישן אנטיסעמטיזם אין זייער אייגענעם נאציאנאליזם, אפזיגלענדיג דעם איד – ווידער אויפ'ן סמך פון זיין ראסע – פונקט ווי די נאציס בשעתו). ובכן, קומט אויס אז די פראגע וועגן וואס מיר רעדן איז בכלל נישט געווען קיין פרייער אויסוואל פאר די גרינדער פון דער מדינה, וויבאלד דאס איז געווען דער מציאות וואס זיי האבן געטראפן אין ארץ-ישראל. פארשטייסט וואס איך מיין?

*

אין א זייטיגן נאטיץ לאמיך צולייגן, אז אידישקייט איז סוף כל סוף א געמיש פון רעליגיע מיט פאלקשאפט, און דאס גופא לאזט אונז למעשה נישט נאכגיין די טריט פון אייראפע, צו מפקיר זיין אונזער פאלקס-אידענטיטעט לטובת א מאדערנער פאפירענער בירגערשאפט. דאס הייסט נישט אז מ'דארף חלילה פארשפארן די טויערן פונעם לאנד פאר פרעמדע, נאר דאס הייסט אז אידן, ווייניגסטנס פרומע אידן, וועלן שטענדיג אפטיילן צווישן זיך און אנדערע (פונקט ווי יעדע רעליגיע טוט דאס, נאר יעדע רעליגיע טוט דאס אין דער פריוואטער ספערע פונעם מענטש, בשעת די אידישע אמונה טוט דאס אין דער קאלעקטיווער ספערע).

דא קען מען אודאי אריינגיין אין א פרישער דעבאטע וויאזוי צו קאנפארמירן אונזער אמונה מיט דעם אוניווערסאלן גייסט, און דאס איז א פראבלעם וואס האט שטארק געשטערט די רעפארמער מיט א צייט צוריק, אבער דאס געהערט שוין צו א באזונדערן שמועס. איך האלט אז די אידישע השקפה גיט זיך גראדע זייער קונצליך אן עצה מיט דער פראבלעם, און איך וואלט געזאגט אז יעדער איד דארף פילן דעם דראנג צו וועלן פארשטיין וויאזוי די קאמפליקאציע ווערט געלעזט, נאר ס'וואלט געפאדערט א באזונדערן אשכול. מ'קען עס אבער מסתמא צולייגן צו דער רשימה פון סיבות צו אנטיסעמיטיזם, ווייל די סימביאזע פון פאלק/רעליגיע איז א מראה משונה צו וואס די וועלט איז נישט געוואוינט.

פארשטייט זיך אז דאס איז אויך אן אפפרעג צו דעם וואס דו מאלסט אפ דעם עטניש-באזירטן ציוניזם ווי גלייך ס'איז אפשטאמיג פון אייראפעאישן נאציאנאליזם. אמת, דער געדאנק אז א איד קען זיין א פיינער איד אויך ווען ער היט נישט די תורה, דאס מוז זיין א מאדערנער געדאנק, אבער דער באגריף פון עטנישער באזונדערקייט איז שטענדיג געווען ביי אידן (פונקט ווי ס'איז געווען ביי רוב אנדערע פעלקער אין אלע צייטן). די גמרא לייגט דאס אראפ אין מערערע כללים אין ש"ס (אזוי למשל אינעם כלל אז "אין מביאין ראיה מן הגויים" ווען ס'קומט צו ביאלאגישע פראגעס, וויבאלד אידן און גויים האבן אנדערע בלוט/פלייש; אדער אינעם כלל אז "ישראל אעפ"י שחטא ישראל הוא"; און נאך אזעלכע ענליכע מאמרים).

איך וואלט דערביי געזאגט אז אויב עפעס איז גענומען פון אייראפע איז עס ענדערש די קלאסיפיצירונג פון אידן אויף פרומע און פרייע, ארטאדאקסן און נעאלאגן, א.א.וו. ווייל אין די גמרא'ס צייטן, ווי אויך אין די צייטן פון תנ"ך, האט דאס נישט עקזיסטירט. זייער אסאך אידן האבן נישט געהיטן די מצוות, אבער מ'האט זיי העכסטנס באטראכט ווי עמי-הארץ (ווען ס'איז געווען אן איינגעבוירענע לעבנסשטייגער), פושעי ישראל (ווען ס'איז געווען להכעיס), א.ד.ג. ס'איז אבער נישט געווען אזא באגריף ווי א סעקולערער איד. יעדער וואס איז געבוירן צום אידישן קאלעקטיוו האט אויטאמאטיש געהערט צום אידישן פאלק/רעליגיע. א גר וואס האט זיך געוואלט דערין אנשליסן האט געמוזט זיך אפזאגן פארמעל פון זיין פריערדיגן עטנאס (נישט אומזיסט ווערט ער באטראכט ווי א "קטן שנולד" און ער קען ניטאמאל ירש'ען זיין טאטן), און אזוי אריבערקומען צום אידישן פאלק/אמונה.

איך ווייס אז כ'האב ווייט נישט אויסגעשעפט די נושא און ס'פאדערט נאך ערקלערונג, אבער כ'וועל ווארטן אז דער שמועס זאל זיך ווייטער אנטוויקלען. מילא, גענוג אויף דערווייל.

און אינדערצייט וואס דאס עטנישע נאציאנאליזם איז געווארן מער און מער פראבלעמאטיש (ספעציעל אין די מערב וועלט) ווערט עס אין מדנ"י גאר מער און מער איינגעגעסן, וועלכע לאנד האט א אקטיווע עטניש/רעליגיע באזירטע אימיגראציע פראגראם, בשעת די ערשטע און צווייטע דור פליטים אין די דערנעבנדע לענדער קענען נישט אריינטרעטן אפילו צייטווייליג, (אפגעזען צו זיי זענען געווארן פארטריבן אדער זענען בלויז אנטלאפן).


אויף דער "פראבלעם" פון דעם אקטיוון עטניש-רעליגיע באזירטע אימיגראציע פראגראם האב איך שוין געענטפערט, אבער איך פארשטיי אז דיין עיקר פראבלעם איז נישט אויף דעם וואס די רעגירונג עפנט די טויערן פאר יעדן איד, נאר אויף דעם וואס זי פארשליסט די טויערן פאר אנטלאפענע אראבער. דאס עפענען די טויערן פון ארץ-ישראל פאר יעדן איד איז א פראבלעם נאר פאר די פאלעסטינער, וויבאלד דאס פארמערט דעם מספר פון די "אידישע אקופירער", אבער אין דער מינוט וואס מיר זעען נישט די אידן ווי אקופירער, וועלן מיר פארשטייט זיך נישט זען קיין שום פראבלעם אין דעם נאבעלן אימיגראציע פראגראם וואס רופט אויס פאר'ן געפלאגטן פאלק אז יעדער אן אויסנאם איז געלאדנט אהיימצוקומען. ("לרך ולזקן, אנו פה חומת מגן...")

ובכן, פארשטיי איך אז די טענה וואס דו ווארפסט קעגן דער מדינה איז בעיקר דער פאקט וואס די פאלעסטינער פליטים זענען געבליבן אויסגעשלאסן פונעם פראגראם. אבער ווי געזאגט איז עס בכלל נישט געווען קיין פראגע "וויאזוי אידן האבן געוואלט אויסשטעלן זייער לאנד", נאר דאס איז געווען דער מציאות מיט וואס זיי האבן זיך דערזען ביים אנקומען אינעם לאנד. דער פאלעסטינער עטניש-באזירטער נאציאנאליזם, וואס האט אפגעווארפן אינגאנצן די מעגליכקייט פון לעבן בשלום מיט אידן, האט געמאכט דעם מצב גאר קאמפליצירט, און וועגן צוריקנעמען די פליטים האט מער קיין פראגע נישט געקענט זיין.

איז עס געווען מאראליש/אוממאראליש? דאס איז א פראגע וואס דו קענסט פרעגן נאר ווען ס'איז געווען אן אויסוואל צווישן צוויי וועגן. ווידער אויב ס'איז געווען א מציאות אין וועלכן דאס אידישע פאלק איז אריינגעצוואונגען געווארן, לאזט זיך בכלל נישט דעבאטירן די פראגע פון מאראליטעט. אויב עפעס קען מען פרעגן צי ס'איז מאראליש געווען פאר די אראבער זיך קעגנצושטעלן דעם אומקער פון אידן קיין ארץ-ישראל (כאטש מ'קען זיי אודאי פארשטיין, האבן זיי ווייניגסטנס געהאט א בחירה צו זאגן יא אדער ניין. די אידן האבן דאס נישט געהאט).

*

די איבריגע זאכן וואס דו האסט אויפגעברענגט, געהערן שוין דאכט זיך צום אשכול וואס באהאנדלט די לעגאלע און מאראלישע צדדים אין שייכות מיט די שטחים (יש"ע), און ס'איז נישט דירעקט פארבונדן צו אונזער שמועס.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

הודעהדורך chusid » מיטוואך יאנואר 28, 2015 8:13 pm

ר' דוד גרינפעלד האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה קעגן די פאלעסטינע אקטעוויסטן וואס זענען געקומען פראטעסטירן אין סיטי קאונסיל. ער רופט זיי אנטיסעמיטן . האט דאס אמת אין זוך?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:11 pm

איך קיק אן מדנ''י אימעגראציע פאליסי ווי א אויספיר פון דער וועלטס באשלוס צי געבן דאס לאנד פאר אידן, איז מובן אז מען דארף זען צי ברענגען די אידן אהין
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1787
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2289 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:17 pm

ווי פלאוויוס האט שוין אנגעמערקט, איז דער שמועס פארקראכן צו די סארט איבערגעקייטע ויכוחים וועלכע זענען מסוגל אז יעדער צד זאל ארויסגיין אביסל מער פאר'עקשנ'ט אין זיין פריערדיגער מיינונג. אבער אז מען האט עס שוין דערמאנט, איז א שאד עס נישט אויסצונוצן אויף דעם פילאזאפישן חלק שבו.
ישראל קאפקע האט ארויסגעשטעלט אן אבזערוואציע אז מדינת ישראל האט גע'ירשנ'ט דעם נאציאנאליסטישן-אימפעריאליסטישן אויסקוק פון אייראפע, און בעת אייראפעאישע לענדער האבן זיך ענדליך אפגעשאקלט דערפון, ווערט מדינת ישראל אלס מער איינגעגעסן דערין. והא ראי', זיי אקופירן פאלעסטינער שטחים און גיבן נישט די מינימאלע דעמאקראטישע רעכטן פאר די דארטיגע בירגער, כלשונו.
דערויף האב איך געענטפערט אז דאס האט מיט אייראפעאישע קאלאניעליזם קיין שייכות, ווייל מדינת ישראל אקופירט א שטח אין זעלבסט שוץ, וואס זיי האבן צוגענומען נאכדעם וואס מען האט זיי אטאקירט פון דארט, און ביז'ן היינטיגן טאג פארדינען זיי נישט קיין פינאנציעלע רווחים דערפון, בעת קאלאניאליזם איז געטון געווארן מיט'ן ציל צו גיין אין פרעמדע לענדער און זיי אויסנוצן פאר זיך, אריינכאפנדיג וואס מער שטח אין פארמעגן אין טעריטאריע.
אבער אנשטאט זיך קאנצענטרירן אויף מיין יסודות'דיגע טענה האט זיך אנגעהויבן א טענה'ריי צו פאלעסטינער זענען טאקע שונאים אדער נישט. אבער דאס מיססד מיין עיקר פוינט. אפילו אויב די ציונים זענען נישט גערעכט מיט'ן באטראכטן די פאלעסטינער אלס שונאים, נעמט דאס נישט אוועק פון דעם רעאליטעט פון "זייער" שטאנדפונקט. עס איז נישט קיין נפקא מינא (כלפי אונזער שמועס) וואס דער אביעקטיווער אמת איז אינעם מדינת ישראל פאלעסטינע קאנפליקט (אויב ס'איז בכלל שייך אן אביעקטיווער אמת דערין), מיר זענען יעצט דן אויב די מדינת ישראל אקופאציע קומט פון א קאלאניאליסטישער געדאנקענגאנג, און דערויף איז דער קלארער ענטפער: ניין. מדינת ישראל האט זיך נישט אראפגעזעצט אויפ'ן רעקליינער, געכאפט א בליק אויף יהודה און שומרון און געזאגט, "העי די אראבישע דערפלעך געפעלן מיר. מען קען דא פלאנצן גוטע זיתים ביימער. קום לאמיר זיי אקופירן." - ווי שפאניע האט געטון מיט דרום אמעריקע און ענגלאנד מיט צפון אמעריקע און אזוי ווייטער. דאס איז געקומען מחמת חוסר ברירה, אפגעזען אויב דער חוסר ברירה איז אביעקטיוו אמת אדער נישט, האבן זיי געשפירט אז זיי האבן נישט קיין אנדער ברירה.
איך מיין אז ביז'ן היינטיגן טאג איז נישטא דער תאוה פון "כאפן לאנד" ביי רוב פון מדינת ישראל באפעלקערונג, אויסער ביי די עקסטרעם רעכטע ביי וועמען שלימות הארץ איז אן אידעאלאגיע. אין אייראפעאישע אימפעריאליזם, לויט ווי איך פארשטיי, איז דאס פשוט געווען א תאוה פון פארמאגן א גרעסערע און מער מאכטפולע אימפעריע (וואס איז איראניש, נישט צופיל אנדערש ווי דעם תאוה אין חסידישע סעקטעס פון האבן אן אימפעריע פון טויזנטער מענטשן און שטיקער ריעל עסטעיט, אויף א פיל קלענערע פארנעם). נאכמער, אפילו ווען דער רעיון הציוני האט זיך אויפגעוועקט איז דאס בעיקר געווען געבויט, כמדומה לי, אויף צוויי געדאנקען: א) א ספיריטועלע און היסטארישע קשר צו דעם לאנד וואו מיר זענען געווארן א פאלק, און ב) אן ערי מקלט צו אנטלויפן פון דעם גיהנם אין אייראפע. איך בין נישט קיין בקי אין די שריפטן פון די חוזי המדינה, אבער מיין האנטש איז אז סתם די תאוה פון פארמאגן און רעגירן אויף א זעלבסטשטענדיג לאנד, פשוט כדי צו פארמאגן אן אייגנער לאנד, ווי גרעסערע אלס בעסער, האט נישט ממש פארנומען א שטארקער ארט.
באמת זעט מען דאס אין די גאנצע היסטאריע פון די בקשה פון אידן אויף חזרת הגאולה. אין רוב תפילות איז מען בעיקר מתפלל אויף די רוחניות'דיגע חלק פון וואוינען אין הייליג לאנד, און אז די צרות זאלן זיך אויפהערן. אין ווייניג פלעצער איז מען סתם מתפלל מען זאל צוריק ווערן זעלבסטשטענדיג. און דא וועל איך מודה זיין צום סאטמארער רב'ס שיטה אז אין דעם זין איז ציונות נישט קיין אידישער געדאנק. נאר וואס ער האט נישט געכאפט איז אז ערשטנס, מען קען ווילן האבן א רוחניות'דיגע אדער היסטארישע קשר צו ארץ ישראל אן זיין שטרענגע ווערסיע פון אן עני ורוכב על החמור, און צווייטנס, והוא העיקר, עס איז נישט די רעדע פון א "תאוה" פון האבן א לאנד, די רעדע איז איבער פשוט'ע סורווייוועל. עס איז קלאר ווי דער טאג אז ווען די אנטיסעמיטיזם זאל זיך אפשטעלן גענצליך אין יאר 1930 וואלט א מדינה קיינמאל נישט עקזיסטירט. אידן האבן זייער ליב דאס גלות, און ווי לאנג ס'פעלט זיי גארנישט וועלן זיי לעבן און לאכן.
אויב דאס איז ריכטיג, קומט אויס אן איראנישער בילד. די אידן געפינען זיך אין מדינת ישראל, מען האט שוין א מיליטער און אן אטאם באמבע, און פונדעסטוועגן איז דער עיקר ראציאנעל פאר די עקזיסטענץ פון די מדינה זייער געברויך צו איבערלעבן (הענס, די אבסעסיע מיט'ן האלאקאוסט). אין דער אלגעמיינער וועלט פארשטייט מען דאס נישט, אבער אויב מען קוקט פון זייער פוינט אוו וויו קען מען דאס זייער גוט פארשטיין. די אידן האבן למעשה צוגענומען א צווייטנס לאנד, אפגעזען ווער עס איז שולדיג דערין, און נאטורליך וועלן די בא'עולה'טע מענטשן זיין זייערע בלוטיגע שונאים. אויסער אויב די פאלעסטינער זענען אויסגעארבעטע תלמידי בעל שם, איז פשוט נארמאל אז זיי זאלן זיין שרעקליך אויפגערעגט אויף די אידן. ממילא דער געפיל פון זיין ארומגענומען מיט שונאים לאזט נישט די אידן מנוחה פאר קיין רגע, אפילו אויב זיי האבן אן אייראן דאום מיט א צה"ל מיט אלע גוטע זאכן. זיי שפירן אז זייער איינציגער מעגליכקייט צו עקזיסטירן איז דורך שטענדיג שטיין אויף די וואך, און אויב זיי מאכן צו דעם אויג פאר א רגע זענען זיי דערנאך.
איך פערזענליך האלט אז דער געפיל פון "שה אחת בין שבעים זאבים" איז נישט צופיל איבערגעטריבן. עס איז קלאר אז אזוי שטארק ווי די ציונים ווילן א מדינה, אזוי שטארק ווילן עס נישט די פאלעסטינער. דער צוגאנג ביי די פאלעסטינער, (נישט די טעראריסטן), איז ווי העלען טאמאס האט געזאגט אפן און גראב: "טראגט אפ פון פאלעסטינע. גייט צוריק קיין דייטשלאנד און פוילן." ביי די אידן מיינט דאס אז מען זאל זיי צוריקשיקן אין אוישוויץ, בעת ביים פאלעסטינער מיינט דאס: ברעך דיך קאפ. איך בין נישט שולדיג אז די אייראפעער האבן געמאכט א האלאקאוסט. אבער אפילו אויב דאס איז יא איבערגעטריבן נעמט דאס נישט אוועק פון זייער סוביעקטיווער געפיל, ווי אזוי זיי שפירן זיך זיך צו געפינען צווישן מענטשן וואס די איינציגע סיבה פארוואס זיי מאכן נישט מלחמה מיט דיר איז וויבאלד זיי קענען נישט. פאר דער אידישער מאמע וואס שיקט ארויף איר קינד אויפ'ן באס וויסנדיג אז ערגעץ וואו אין די ארומיגע צענדליג מייל איז דא אן אראבער וואס אויב ער וואלט נאר געקענט וואלט ער ארויף אויפ'ן באס און זיך אויפגעריסן מיט איר קינד דערויף, איז נישט ממש קיין נפקא מינא אויב די פראצענט פון טעראריסטן זענען אחד מחמש מאות אדער אחד מרבבה. דער גאנצער פחד פון טעראר איז סייווי אומראציאנעל. עס זענען דא אסאך מער שאנסן אז א איד אין ארץ ישראל זאל שטארבן פון אן עקסידענט ווי פון א טעראר אטאקע, און פונדעסטוועגן ציטערט מען אימת מוות פון טעראר, אבער עקסידענטן? מאן דכר שמיה. ס'איז פשוט דער געפיל פון אומזיכערהייט, פון א שונא וואס וויל דיך צוטרעטן.
אלזא, אויב קען מען דא מאכן א שטיקל סיכום, וואלט איך געזאגט אזוי: נאציזם איז געווען געטריבן פון אידעאלאגיע. אימפעריאליזם איז געווען געטריבן פון א רייץ נאך געלט און מאכט. און ציוניזם איז געטריבן פון דארוויניזם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאיר אום מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:27 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7994 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:25 pm

די ביסט אבער נישט מסביר פארוואס זיי זאלן נישט געבן גלייכע רעכטן פאר די פאלעסטינער מיט די ישראלים (דאס איז אויך א סכנה?) דאס שמעקט שוין יא ווי עטנישע באזירטע נאציאנאליזעם
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1787
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2289 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:38 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:די ביסט אבער נישט מסביר פארוואס זיי זאלן נישט געבן גלייכע רעכטן פאר די פאלעסטינער מיט די ישראלים (דאס איז אויך א סכנה?) דאס שמעקט שוין יא ווי עטנישע באזירטע נאציאנאליזעם

די סיבה איז פשוט, אויב די פאלעסטינער באקומען רעכטן צו שטימען מיינט דאס אז זיי זאלן ווערן די רוב. אין אנדערע ווערטער, אויס מדינת ישראל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7994 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך יאנואר 28, 2015 10:40 pm

דאכט זיך אז אידן זענען היינט צוטאגס דער מערהייט אין ישראל, אפילו אריינרעכנדיג די אומאנערקענטע פאליסטאנער אראבער. לעצטענס האט אפילו א ישראלי ארויסגעגעבן א בוך צו אדוואקאטירן פאר א איין שטאט שלום פלאן, טענה'נדיג אז די אידן קענען גארנישט דערלייגן חוץ נאציאנאלע שטאלץ, און די פאליסטאנער וועלן זיין געצווינגן אראפצולייגן דאס געווער.

בנוגע דיין נקודה איבער וואס איז דער עיקר שאיפת ישראל לארצינו, דארף קלארער ארויסגעברענגט ווערן די צדדים, דאכט זיך אז דאס איז א הויפט מחלוקת פון ליבובויץ אויף שיטת רב קוק, הכ"פ פון תפילות פון מיטגעמאכטע אידן אז די צרות זאלן זיך אויפהערן, איז נישט שייך קיין ראיה אויף דעם.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1250 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מיטוואך יאנואר 28, 2015 10:48 pm

שמערל דו מיינסט קעראליין גליק?
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך יאנואר 28, 2015 10:50 pm

איך ווייס נישט, געהערט א אינטערוויו אויף די ראדיא
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1250 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך יאנואר 28, 2015 10:58 pm

יא דאס איז עס
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1250 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מיטוואך יאנואר 28, 2015 11:07 pm

זי איז נישט א זייער פארלעסליכע שרייבערין.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט