מאראלישע מזל אין געזעץ

מחשבה, השקפה ועיון

מאראלישע מזל אין געזעץ

הודעהדורך יואליש » פרייטאג פעברואר 20, 2015 9:10 am

אפגעטיילט פון דא.
chusid האט געשריבן:בכלל דארף מען לכאורה שטראפן לויטן חומר מעשה העבירה , נישט לויטן תוצאה אויף דעם ספעציפישן פאל


אויב ראובן און שמעון טרינקן א היבשע קנאק יענקל ביי א שפעטע וואכטנאכט אויף וואלאבויט סטריט. ביידע וואוינען אויף ראסס סטריט. ביידע באגייען די אומ'אחריות'דיגע שריט און דרייווען אהיים מיט אן איבעריגע מאס אלקאהאל אין זייער סיסטעםץ חומר מעשה עבירה: דרייווען אנגעטרינקן - ראובן און שמעון אייניג. די עונש פארן ווערן געכאפט: א טיקעט און סוספענדירטע לייסענס - ראובן און שמען אייניג.

אין די שטילקייט פון די נאכט אן קיין פארבייגייער, קומט ראובן אן אהיים בשלום. לייגט זיך שלאפן. שטייט אויף צופרי באצייטענס און נעמט די טרעין קיין בי ענד עיטש. תוצאה: א נישטיגע הענגאווער.

שמעון קומט כמעט אן אהיים אבער ביי מארסי און דיוויזשען פאלט אריין א פארשוין פארענט פון זיין קאר. ס'וואלט נישט מעגליך געווען צו סטאפן די קאר, אפי' אויב ער איז ניכטער. דער קאר קלאפט אן דעם פארשוין וועלכער פאלט א טויטער אויפן ראוד. תוצאה: מארד.

אדער זאלן ראבן און שמעון ביידע באקומען טיקעטס און סוספענדירטע לייסענס, אדער זאלן ביידע גיין און תפיסה, ווייל ביידע האבן געטוהן די זעלבע מעשה עבירה. די חילוק פון ראובן און שמעון איז נישט אין זייער מעשה עבירה נאר און פשוט (אומ)מזל אז אין שמעון'ס פאל איז א מענטש אריינגעלאפן פארענט פון זיין קאר, וואס איז גענצליך אינדרויסן פון שמעון'ס קאנטראל. וועלן מיר איינזעצן שמעון פארן זיין א שלימזל און פריי לאזן ראובן פארן זיין מזל'דיג אין זיין טריפ אהיים? איז עס א פארברעכן צו זיין unlucky?

נאך א פאל:

אויב צוויי טעראריסטן אויף א געמיינזאמע טעראר מיסיע אין צוויי באזינדערע שטעט דריקן די רעמאט קאנטראל קנעפל מיטן פלאן צו אויפרייסן א מאכטפולע באמבע. איינס רייסט אויף און מארדעט הונדערט מענטשן אבער דער צווייטער שלימזל טעראריסט'ס רעמאט קאנטראל גייט דורך א מעכאנישע פעלער און רייסט נישט אויף און קיינער איז נישט גע'הרג'ט, זאלן ביידע באקומען די זעלבע שטראף? לכאורה יא, די מעשה עבירה און די כוונה איז די זעלבע. אבער די תוצאה איז אנדערש. איינער האט געמארדעט מענטשן און דער צווייטער נישט.

נאך א פאל:

אויב א מאמע צינד אן די וואסער אין א וואנע מיט א קינד דערין און לויפט אריין אין קאך אויסלעשן די פלאם אונטערן פייפענדיגע טשייניק, וואלסטו געזעצליך מעניש געווען די מאמע? לאזן א קינד אין וואנע איז זיכער אן אומ'אחריות'דיגע שריט. און ס'איז ליידער מעשה בכל יום און רוב מאל איז די משפחה מזל'דיג אז ס'פאסירט גארנישט. וואס טיט זיך אין א פאל וואס דאס קינד, בשעת די מאמע איז אין קיך, האט זיך א גליטש געטוהן און אריינגעפאלן און וואסער און ל"ע דערטראנקן? איז די מאמע "מער" שולדיג פון די טויזענטער טאטעס און מאמעס וועלכע האבן שוין אין זייער לעבן געטוהן דאס זעלבע אבער זענען געווען מזל'דיג אז גארנישט האט פאסירט? וועלן מיר איינזעצן די מאמע, אדער צונעמען אירע קינדער, ווייל זי פון אלע אנדערע מאמעס איז געווען unlucky, עפעס וואס איז נישט אין איר קאנטראל?

וועלקאם צו די פראבלעם אין אנערקענען די ראלע פון שאנס אין מאראל און אין יוסטיץ.

The Problem of Moral Luck.


****

כ'מיין מ'זאל גרינדן א באזונדערע שמועס פאר דעם, נישט אויסמישן קאלטע פיליזאפישע שפעקולאציעס מיט די הייסע געפילן ארום די שוידערליכע טראגעדיע פון א משפחה
.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3820 מאל

הודעהדורך פליקער » פרייטאג פעברואר 20, 2015 10:12 am

אויפן עולם השקר, קען מען נישט שטראפן אויפ קיין מעשה אליין, ווייל מיר דא זענען נישט געניג בכוח ארים צי גיין און ליינען מחשבות, מיר שטראפן טאקע אויף די מעשה, אבער נאר אויב אין די מעשה ליגט די תוצאה אדער כוונה להרוג, למשל אויב איז ער געוועין נתכוון לחבול והרוג, אויב האט זיין חבלה געוועין כדי להמית איז ער א מערדער, אויב האט ער געטיען א קריים ווי דורך געפארן א רויט לייט, אדער געספידעט, ליגט און זיין מעשה א מעשה רצח, למשל איינער שיסט א ביקס, און עס האט נישט געטראפן אין ציל, אפילו ער האט קלאר געטיען רציחה, אבער היות זיין תוצאה האט נישט פועל געוועין קען מען אים גארנישט טיען, נישט ווייל זיין מעשה איז נישט קיין מעשה רצח, אויב האט ער הורג געוועין איינעם, איז 25 אויב צוויי אפילו עס איז שלא בכוונה נאר לייכטזיניג געשאסן, איז נאך אלס א מערדער, דעיס איז נישט מאראל מזל, עס איז נאר הוברר למפרע אז זיין מעשה איז א מעשה רצח, דער וואס האט געטיען די זעלבע מעשה, איז אויך א מעשה רצח, נאר היות די מעשה האט נישט געברעיגט די רציחה, קען מען אים נישט באשטראפן.

פארשטייט זיך אז אפילו דא אויב איז מען נתכוון להרוג והרוג, איז סאך ערגער, עס איז דא דרגות דערין, ווי אינוואלענטערי מענסלאטער, מערדער און די פערסט דעגרי, ועוד, עטעמפטעד מערדער, קאנספיריסי טא קיל, אבער די אלע עבירות קומען נישט צו צי רעדן אויפן רבי'ן

די זעלבע איז מיט עונשים, דא גייט א הוימלעס מאן אין תפיסה, פאר צעין יאר, איז זיך מחיה, באקומט 3 ראציאנען א טאג, דא א צווייטער פאר צעין אבער האט צעין קינדערלעך אינדערהיים, משפחות אימגליקלעך, ביזנעס גייט קאפויער, זיין קאריער אינדער ערד, זיין רעפעטאציע פארמייכנט, אבער טאפ, משום לא פליג, איז די שטראף די זעלבע.

משא"כ אויפן עולם האמת דארט איז אנדערש, דארט ווייסט מען אז דער הרוג איז געשטארבן ציליב די גאנצע בילד, וואס איז פאר אינז פארהוילן, צי מחמת עונש, אדער ווייל ער האט שוין מתקן געוועין אלעס דינג, דארט שטראפט מען מיט א מייסטער פונקטליכקייט, און מיר גלייבן אז ווען א פליגער פאלט אראפ, האבן נאר די וואס האבן געברויכט שטארבן זיך דארטן געפינען, און דארט שטראפט מאן טאקע יא לויט די מעשה, און פאר מחשבות אויפ געוויסע נבירות, ג-ד העלפ אס אלל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג פעברואר 20, 2015 10:44 am

כ'קען נישט זאגן אז כ'פארשטיי די פאל מיט די ביקס, אבער קענסט אפלייען די הוברר הדבר למפרע טעאריע צו די לחיים'דיגע דרייווערס פעלער פון ראובן און שמעון?
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3820 מאל

הודעהדורך פליקער » פרייטאג פעברואר 20, 2015 11:14 am

זעיער פשוט, די מעשה מיטן לחיים אדער די מעשה מיטן קינד אינעם באדי, איז נאר א מעשה איין מאל איז עס א מעשה רצח ס'אנדערע איז עס א מעשה של רצח אבער נישט מעשה רצח.

דא שטראפט מען נאר אויף מעשה רצח דארט אויך אויף מעשה של רצח

די זעלבע אויב די מעשה וואס איינער שיסט דירעקט אויפן צווייטן כאפט נישט און ציל קומט אפ מיט גארנישט, פארשטייסטו אז אויף אז דער וואס טרעפט יא אין ציל איז א רחמנות ער האט נעבעך געטראפן הלוא יענער מיטן זעלבען מעשה איז פריי?

מיר האבן נאר די רעכט צי שטראפן אויף די ארויסקום נישט אויף קיינע מעשות,

אבער די שאלה איז א גיטע מוח קיצלער,

איך אגרי מען זאל די חקירה אפשיידן פונעם דאזיגען אשכול @קעלנער
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג פעברואר 20, 2015 11:42 am

פליקער האט געשריבן:זעיער פשוט, די מעשה מיטן לחיים אדער די מעשה מיטן קינד אינעם באדי, איז נאר א מעשה איין מאל איז עס א מעשה רצח ס'אנדערע איז עס א מעשה של רצח אבער נישט מעשה רצח.[/tag]


כ'פארשטיי נאכנישט און לאמיר פרובירן צו פארשטיין איין פאל אויפאמאל און מדמה זיין צו אנדערע פעלער. דרייווען שיכור איז א בעצם פארברעך פון negligence, א בור ברשות הרבים וואס קען מעגליך גורם זיין פאטאליטעטן. אויב זאגסטו אז יעדער וואס פיר זיך אויף אומ'אחריות'דיג באקומט די זעלבע שטראף, אפגעזעהן פון די קאנסקעווענצן, פארשטיי איך. די ביזט מעניש א מענטש פאר זיינע מעשים. אבער אין אינזער פאל איז נישט אזוי. ראובן און שמעון טוהן די זעלבע "מעשים" אבער באקומען גאר אנדערע עונשים. די פאקט אז שמעון'ס מעשה האט גורם געווען צו א פאטאליטעט און ראובן'ס נישט האט גארנישט צו טוהן מיט דעם מענטש'ס מעשה אדער כוונה. די חילוק איז בלויז אן אויסערליכע געשעהנישן. פארוואס ברויך איין מענטשן שמאכטן און תפיסה בשעת דער צווייטער מעג זיך ארומדרייען פריי בלויז ווייל דאס מזל האט געפירט אז אויסערליכע געזשעהנישן (א מענטש זאל אריינשפאצירן אין שמעון'ס קאר אבער נישט אין ראובן'ס) זאלן זיין אנדערש. ביסט מעניש שמעון פאר די געשעהניש וואס ער האט נישט קיין קאנטראל איבער?
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3820 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג פעברואר 20, 2015 11:54 am

די עונשים וואס מען געבט פאר פארברעכער (עכ''פ היינט צוטאגס) זענען אלץ א עונש פאר זיי פערזענליך אדער אלץ א למען ישמעו ויראו?

(לגבי א עקסטרע אשכול דארף מען פארלטנגען פון די פרישע גבאים @מאטי @יאיר )
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2246 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:06 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:די עונשים וואס מען געבט פאר פארברעכער (עכ''פ היינט צוטאגס) זענען אלץ א עונש פאר זיי פערזענליך אדער אלץ א למען ישמעו ויראו?


דאס איז א באזונדערע שמועס, אבער די חקירה גייט אויף ביידע מהלכים.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3820 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:10 pm

אויב עס איז. אלץ למען ישמעו ויראו איז גרינגער צו פארשטיין (עכ''פ צי מיר) אז ווען עפעס איז געשען דארף מען און קען מען ווארענען דעם ציבור,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2246 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:54 pm

אזוי זאגט מען דאך אין אמעריקע, מען מעג עובר זיין אויפן געזעץ, מען טאר נאר נישט געכאפט ווערן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:55 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:אויב עס איז. אלץ למען ישמעו ויראו איז גרינגער צו פארשטיין (עכ''פ צי מיר) אז ווען עפעס איז געשען דארף מען און קען מען ווארענען דעם ציבור,


כ'הער. זאגסט אז דיטערענס איז אן ארביטרערי באשלוס פונעם ציבור פארן צורך פונעם ציבור און ס'ליגט אינעם ציבור'ס האנט צו באשלוסן ווען צו שיקן א מעסעדזש פארן עולם, און ווען איינער שטארבט איז די ריכטיגער צייט צו ווארענען. דער אינגערמאן איז א קרבן ציבור, נישט ווייל ער איז ערגער פון אנדערע. זעען שווארץ מזל האט געפירט אז ער זאל זיין די עקזעמפל למען ישמעו ויראו. הגם ס'האט נישט קיין יושר און מ'קען זאגן פארקערט אז די מעסעדזש איז אז מיר וועלן טאלערירן שיכור'ע דרייווערס כל זמן ס'פאסירט נישט קיין עקסידענט. אבער עט ליעסט ביזטו מסכים אז קיינער פון די צוויי זענען נישט ערגער במעשה אדער שולד און מ'וואלט געקענט ביידע ניצן פאר א חטאת ציבור. הוא הדין אויב צוויי אינגעלייט ספידן און איינער מאכט אן עקסידענט און דער צווייטער נישט, זענען ביידע די זעלבע שולדיג, נאר סאסייעטע האט באשלאסן צו נעמען דעם דרייווער מיטן עקסידענט אפען צימבעל פארן צורך הכלל.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3820 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:11 pm

בערך אזוי, נאר מען קען בעצם זאגן אז ביידע זענען די זעלבע שולדיג און קימט זיך די זעלבע שטראף נאר ביי אים גייט מען כחומר הדין לתועלת הציבור און דעם אנדערן לאזט מען נאך ווייל פראקטיש קען מען נישט מעניש זיין יעדע פאללעצער,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2246 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:38 pm

אינטרעסאנטע חקירה.
נאר א מראה מקום, איז דאס נישט דער פרשה פון א רוצח בשוגג וואס די תורה הייסט אויף דעם גיין אין גלות ואם מצאו גואל הדם הורגו? עס איז דא אין די גמרא די חילוקים וואס איז טאמער עס איז געווען א פושע אדער קרוב למזיד, וואס דאס איז דומה טאמער זאגען מיר אז דרייווען אינטער די אינפלוענס הייסט א פשיעה. הפושע אין עיר מקלט קולט אותו.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5790 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:51 pm

געדאנקן אויף די נושא, אלס א שטיקל המשכה פון דא.

אויב בין איך גערעכט מיט וואס איך האב געשריבן פון א תורה׳דיגן פערספעקטיוו, דעמאלטס דא גייט אן די זעלבע זאך נאר (אין א וועג) אויף פארקערט. דהיינו, איך בין טאקע בעיקר דן אויפ׳ן מעשה אליין פון א דעאנטאלאגישן פערספעקטיוו, און נישט אויף די תוצאה. (און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מי שנתכוון לאכול בשר חזיר ועלה בידו בשר טלה צריכה כפרה (קידושין פא:), ולהיפך אז מחשבה טובה הקב״ה מצרפה למעשה (לעיל מ.).)

אבער דאס איז בעיקר ווען איך האלט לכתחילה; פאר די מעשה. משא״כ, איינמאל דא ווען איך האלט שוין לאחר המעשה, ומכח תביעה ואחריות (ותשלום ועונש) אני בא עליו, מוז איך אלעמאל נעמען אין באטראכט די קאנסעקווענצן וואס זענען ארויסגעקומען פון זיין מעשה (די/אן ענליכע סברא ווערט צוגעברענגט אין יואליש׳ס לינק). אין אנדערע ווערטער, הלכה נעמט אן א רעסטריקטעט ווערסיע פון די קאנטראל פרינציפ [אז א מענטש איז נאר חייב אויף זאכן וואס זענען אונטער זיין קאנטראל]. דהיינו, איך האלט א מענטש פאראנטווארטליך אפילו אויף זאכן וואס זענען נישט אונטער זיין קאנטראל, טאמער קומט דאס פון א שלעכטע כוונה אדער פארנאכלעסיגקייט אד״ג וואס איז יא אונטער זיין קאנטראל.

דאס איז לכאורה א סיבה פארוואס מחשבה רעה [בלא מעשה] אין הקב״ה מצרפה למעשה (פארוואס ביי גוים איז פארקערט, תוס׳ שם בקידושין לט:, דארף א ביאור לפי״ז). דאס קען מען אויך זאגן איז די סיבה פארוואס מ׳פסק׳נט (חו״מ סימן שצ סעיף יב וסימן שצו סעיף א) אז תחילתו בפשיעה וסופו באונס חייב, אבער נאר באונס הבא מחמת הפשיעה ע״ש. דאס איז אזוי ווי אונזער מעשה פון די צוויי שיכור׳ע דרייווערס.

(מ׳קען טאקע פרעגן אויף מיין הנחה אז אויב אזוי פארוואס, דארט אין קידושין, מי שנתכוון לאכול בשר טלה ועלה בידו בשר חזיר צריכה כפרה (אויב איז ער נישט געווען פארנאכלעסיגט וכו׳)? ער האט דאך ניטאמאל געהאט א שלעכטע דעאנטאלאגישע כוונה. מ׳קען טאקע זאגן אז וועגן דעם זאגט טאקע איסי בן יהודה אויף דעם (דוקא) אז על זה ידוו כל הדווים. אדער בכלל ווייל א שלעכטע פעולה איז למעשה יצא מתחת ידו וכעין הריגת אדם בשוגג ובאונס גמור. והיינו, אז עס איז דא א חילוק פון הלכה למעשה׳דיגע [תשלום וכו׳] אחריות, וואס איז אנדערש ווען עפעס שלעכט פאסירט למעשה/בפועל, צו (תורה׳דיגע) מאראלישע אחריות [לפני המעשה] וואס איז אלעמאל די זעלבע. דאס איז ענליך (פון א רוחניות׳דיגע פערספעקטיוו) צו וואס אונז זעהן אין רש״י אויף מצות מעקה (דברים כב ח) כי יפול הנופל ממנו, ראוי זה לפול ואף על פי כן לא תתגלגל מיתתו על ידך ע״כ. והיינו, אז אפילו (פון א רוחניות׳דיגע שטאנדפונקט) גייט ער זיכער פאלן ל״ע, האסטו נאכאלס א מאראלישע פליכט מקודם [דעאנטאלאגיש] צו טוהן מה שבידך (מ׳קען אפפרעגן די ראיה ווייל איה״נ אז לאחר המעשה אויב איינער פאלט ל״ע וועט ער לכאורה יא מחויב בדיני אדם (בניזקין) אויב האט ער נישט געלייגט א מעקה און יענער האט געהאט רשות דארט צו זיין).

אויך איז אפשר אביסל שווער אויף די הנחה פון עיקר בדעאנטאלאגיע מכח דאס וואס מ׳פסק׳נט (למשל ביי הל׳ ברכות אין או״ח סימן רט ע״ש און אין נאך פלעצער) אז אויב די כוונה איז נישט גוט געווען אין אנהויב אבער די סוף מעשה איז יא געווען כהוגן איז יצא. ואפשר יש לחלק אז דארט רעדט זיך דאך פון א פאזיטיוו וואס איז ארויסגעקומען, משא״כ דא רעדן אונז פון א נעגאטיווע תוצאה וואס איז ארויסגעקומען, וואס אין אזא פאל איז יא מער מאסגעבנד די דעאנטאלאגישע כוונה/התחלה.)

***

די שמועס פון מאראלישע מזל (ווען מ׳נעמט עס ווייטער און/אדער ברייטער פון סתם תוצאה׳דיגע מזל) קען אויך אריינפירען אין די חקירה פון בחירה חופשית בכלל, צו החלטות וכו׳ זענען בכלל תלוי אינ׳ם מענטש אדער ער/זי איז אויסגעשטעלט צו מקרי הזמן וכו׳. דאס איז א נושא וואס איז דורכגעשמועסט געווארן אין אנדערע אשכולות.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט