לעיקוואד האט געשריבן:טענה א: א מיליאן עדים זענען בעסער פון אפאר. אויף דעם האב איך געטענה'ט אז פארקערט גאר.
צווישען די מיליאן איז אויך דא דיינע 5 באזעצענע מענטשן - יש בכלל מאתים מנה - די פרעמעטיווע און די עליטע. די צייטונג שרייבער פערסענאלעטי אין די תמימות'דיגע לעקוואד
לעיקוואד האט געשריבן:טענה ב: עס איז דא א חילוק פון איינרעדן דער מיליאן וואס געשעהט יעצט און וואס געשעהט נעכטן. לדעתך איז נעכטן שווערער. דאס איז א מאדנע טענה אבער איך שיהיה אז עס אומרעלעווענט ווייל עס איז גענוג איינרעדן די פון היינט און זיי פארציילן שוין בתמימות מארגן.
איך ווייס יעצט נישט צי די האסט באמת פארשטאנען פין מיינע ווערטער אז איך וויל מחלק זיי צווישען איינרעדן וואס געשעט
יעצט אין איינרעדן וואס איז געשען
נעכטן. איך האב נישט קיין וועג דאס צי וויסען ווייל איך בין אין דיין קאפ קיינמאל נישט געווען.
איך קען אנעמען אז אפשר איך בין שילדיג, איך דארף זיך בעסר מסביר זיין וכד'.
הגם ליבי אומר לי אז דו ווייסט וואס איך האב געשריבן נאר די זיכסט אויפצישטעלן א straw man.
הקטן האט געשריבן:די האלסט טאקע אז מען קען ביי אזא איווענט אנרעדען די אלע מענטשען אז זיי האבן אלע נעכטן געגעסן אייער-שפייז פאר וועטעשרע. און וועגן דעם זאלן זיי מנדב זיין $100 פאר די ארגינעזעשן
מיין פוינט: די קענסט מיך איינרעדן אזאך וואס איז געשען מיט א צווייטען דו קענסט אבער מיך און נאך טויזענטער מענטשען נישט איינרעדען אז עפעס איז געשען מיט
מיר און זיי זעלבסט בו בזמן וואס איך און זיי ווייסן קלאר אז דאס איך נישט אמת.
לעט עלאן מיר דערנאך מצווה זיין לא תנאף
אין החי יכול להכחיש את החי?
מען דארף זיין
היינט נאאיוו צי האלטן אז דאס האט מען געקענט טון
נעכטן ווייל מענטשן זענען געווען פרימאטיוו
לעיקוואד האט געשריבן:טענה ג: כישוף וכדומה איז נישט גענוג שטארק אויף לא תנאף. שתי תשובות בדבר. א מעמד הר סיני איז אויך נישט גענוג שטארק, והא ראיה המציאות. ב, די מציאות אז אלע אנדערע רעליגיעס וואס זענען לדעתך פאלש האבען בערך די זעלבע מאס הצלחה מיט זייערע איסורים פרעגט אפ אייער הוכחה.
מען דארף ניטאמאל קיין כישוף דו קענסט זאגן האסט באקימען א געטליכע זענדונג אדער די זאגסט צו ווירג'ענס כמספר סא-סייד און קיינער קען דיך נישט אפוועדען און אסך וועלן גלייבן אדער נעמען א טשענס און טון פיל מער וואו לא תנאף
דו קענסט אבער נישט דאס טון אויב די פארקויפסט א ליגענט - וואס אלע ווייסן אז דאס איז א ליגענט - דו זאגס'ט דאך אז דאס איז געשען צי זיי.
די קענסט נישט זאגן א
הוצאתיך - איך האב
דיך ארויסגעצויגן ווען דאס איז נישט פארגעקימען אין די ווירקליכקייט
אזא זאך איז קיינמאל נישט געווען
אויב די ווייסט פין א גלויבינוג וואס האט
דאס געזאגט פאר זייער פאלאערס, ענד איט ווארקט ביטע זאג.
דאס איז די גאטס באלט קלעם צי זיין פאלק:
או הנסה אלהים לבוא לקחת לו גוי מקרב גוי במסת, באתת, ובמופתים, ובמלחמה, וביד חזקה, ובזרוע נטויה, ובמוראים גדלים, ככל אשר עשה לכם יהוה אלהיכם במצרים לעיניך