יסודות פון אמונה 2 התגשמות הנבואות

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

יסודות פון אמונה 2 התגשמות הנבואות

שליחה דורך ווארט זאגער »

[justify]בס"ד
אויפן פארלאנג פון אונזער טייערע גבאי החודש ערעב [tag]יאיר[/tag] שליט"א וועלן מיר בעז"ה זיך רוקען ווייטער אין די סעריע מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן. :) :) :)

עס איז דא פון די היינטיגע מחזירי בתשובה שיעורים און ספרים אויף די נושא נבואות שהתגשמו. דהיינו נבואות וואס ס'איז למעשה מקויים געווארען. צווישן זיי איז דא נבואות וואס קיין שום נארמאלע מענטש וואלט נישט גענומען די ריסק צו זאגען אזעלכע עתידות אויב נישט וואס ער ווייסט אויף זיכער אז ס'גייט מקויים ווערן. ווייל ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ס'זאל געשעהן.
קודם זענען מקויים געווארען די אלע ברכות פון די תורה פאר יודען מ'האט איינגענומען ארץ ישראל און ס'געווען א רייך געבענטשט לאנד. און נאכדעם ווען יודען האבן געזינדיגט איז מקויים געווארן די תוכחה און יודען זענען פארטריבען געווארן פון זייער לאנד.
קודם וועל איך ברענגען וויאזוי עס איז מקויים געווארן די תוכחה פון פרשת בחוקותי ביים ערשטן חורבן, ווי דער רמב"ן איז מסביר אז די מציאות האט געוויזען אז די תוכחה פון בחוקותי איז מקויים געווארען ביים ערשטן חורבן און די תוכחה פון תבא איז מקויים געווארען ביים צווייטן חורבן.
ונתתי את עריכם חרבה, ושממו עליה אויביכם. אלע יודישע שטעט זענען גענצליך חרוב געווארן אין די צייט פון גלות בבל. חז"ל זאגען אז אפילו עופות זענען נישט געפלויגן דארט במשך ימי הגלות. אפילו ארץ ישראל איז געווען א געבענטשט לאנד עכ"ז האבן די בבלים נישט געקוקט אויף עקאנאמיע נאר גענצליך חרוב געמאכט דאס לאנד.
דער רמב"ן שרייבט אז אין דעם ליגט א טובה פאר יודען אז ארץ ישראל ווארט אויף זיי, און דאס גייט אן אין אלע גליות, און עס איז מערקווירדיג אז ארץ ישראל איז געבליבן וויסט אלע יארן, אפילו אסאך האבן איינגענומען ארץ ישראל און פרובירט איר אויפצובויען אבער אן ערפאלג. ביז נאך די מלחמה ווען אסאך יודען זענען צוריק געקומען וואינען דארט האט עס אנגעםאנגען צו בליען. ווי ס'שטייט אין יחזקאל ל"ח אז מלחמת גוג ומגוג וועט זיין על הרי ישראל, ארץ מקבוצת מעמים רבים, אשר הי' לחרבה תמיד, והיא מעמים הוצאה. (זעה ירמי' ל"א ה-ח אין מלבים אז פאר משיח גייט קומען וועלן אסאך יודען ארויף גיין קיין ארץ ישראל און די פשוטע יודען-יעקב וועלן זיך פרייען און די חשובע יודען-ישראל וועלן קלאגען און האפען אויף א ריכטיגע גאולה.. אוודאי גלייבן מיר אז די נבואה וואלט מקויים געווארן אויך אן די ציונים און אפשר וואלט שוין משיח לאנג דא געווען ווען נישט זיי. אבער די מציאות אז אזויפיל יודען זאלן וואוינען אין ארץ ישראל איז א זאך וואס ווען מ'זאגט עס פאר יודען 20 יאר פאר ס'איז געשעהן וואלט מען געזאגט אז ס'איז א דמיון!).
והשימותי את מקדשיכם. די ביהמ"ק איז חרוב געווארען.
ואתכם אזרה בגוים. אין די מגילה שטייט אז המן האט געזאגט ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים.
והריקותי אתכם חרב. ס'גייט ארויף אויף די גזירות וואס זענען געווען אויף יודען אין בבל ופרס ומדי, (כולל גם גזירת המן אלא שנצלו).
אז תרצה הארץ שבתותיה. ברענגט רש"י אז די יודען זענען געווען אין ארץ ישראל 430 יאר וואס ס'איז דא אין זיי פונקטליך 70 יאר שמיטות ויובלות, און דאס איז געווען די סכום וואס יודען זענען געווען אין גלות, כמבואר ג"כ בירמי' ובעזרא.
[center]חורבן בית שני.[/center]
דאס זענען שוין נבואות וואס זענען לכו"ע זיכער געשריבען געווארען פאר ס'איז געשעהן. ווייל די תנ"ך איז שוין דאן געווען צושפרייט צווישן די פעלקער זינט די זמן פון תלמי מלך מצרים וואס איז געווען אפאר הונדערט יאר פריער.
שטייט אין די תוכחה פרשת תבא (כ"ח מ"ט)
ישא ה' עליך גוי מרחוק אשר לא ישמע לשונו. דאס גייט ארויף אויף מלכות רומי, וואס די יודען האבן נשיט געקענט זייער שפראך.
גוי עז פנים אשר לא ישא פנים לזקן ונער. אין יוסיפין שטייט אז די רומיים האבן זיך געפירט זייער געמיין מיט די יודען אן קיין בושת פנים נאר מיט פרעכקייט און עזות אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק.
כאשר ידאה הנשר. עס איז אינטרעסאנט אז די סימבאל פון רומי איז געווען א אדלער.
ואכלת פרי בטנך. אין יוסיפין שטייט טאקע אז אזוי איז געווען. (צו קענען פאראויס זאגן מיט 3000 יאר אז ס'גייט פאסירען אזאנס איז א וואונדער).
ונסחתם מעל פני האדמה. די רומיים האבן געפירט מלחמות און איינגענומען אין יענע צייט גאנץ מיטל מזרח. און זיי האבן נישט פארטריבען קיין איין פאלק פון זייער לאנד חוץ די יודען! נאך מער אין גליל האבן זיי קודם נישט פארטריבען די יודען ווייל ס'האט זיך זיי געלוינט פאר די עקאנאמיע. נאר נאכדעם איז געשען די אויפשטאנד פון בר כוכבא און דאן ווען די רומיים האבן אינטערדרוקט די אויפשטאנד האבן זיי פארטריבען די יודען פון ארץ ישראל. (וויאזוי האט מען געקענט פאראויס וויסען מיט 3000 אז ס'גייט פונקט אזוי געשעהן ווען ס'האט געהאט אלע מעגליכקייטן אז ס'זאל פונקט נישט געשעהן?!).
והשיבך מצרים באניות והתמכרתם שם לעבדים ולשפחות ואין קונה. און אזוי ווערט טאקע געריבן אין היסטאריע אז די רומיים האבן ארפגעטראגען די יודען קיין מצרים מיט שיפן און פארקויפט דארט פאר קנעכט און עס איז געווען אזא איבערפלוס פון קנעכט אז די מצריים האבן שוין נישט געדארפט אזויפיל..
והפיצך ה' בכל העמים מקצה הארץ ועד קצה הארץ. אזא זאך לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ס'זאל געשעהן פארוואס אין אלע עקן פון די וועלט, אפילו אויב מ'ווערט פארטריבן פון איין פלאץ זאל מען זיך באזעצן אין א אנדערע פלאץ. עס איז נישט דא נאך פעלקער וואס זענען צוזייעט און צושפרייט געווארען אין די גאנצע וועלט ווי די יודן. ר יצחק פנגר דערציילט אז ווען ער איז נאך געווען א פרייער און ער האט געלערנט אין א קאלידזש אין אמעריקע האט אים געטראפן א גוי און ער פרעגט אים אר יו פראמ איזראעל? זאגט ער יא פרעגט ער וויפיל מענטשן וואוינען דארט אזוי ווי אין אינדיע אדער טשיינע? זאגט פארוואס טראכסטו אזוי? זאגט ער ווייל וואו ער פארט איבער די וועלט טרעפט ער דארט ישראלים!
ובגויים ההם לא תרגיע ולא יהי' מנוח לכף רגליך. אזויווי די היסטאריע דערציילט אונז. נישט דא נאך א פאלק אין גאנץ כדור הארץ וואס האט מיטגעמאכט דאס וואס אונז האבן מיט געמאכט!
ופחדת לילה ויומם. תמיד אין גלות האבן יודען מורא געהאט פאר זייער גורל וואס ווארט זיי אפ.
והיית שם לשמה למשל ולשנינה. זאגט רש"י מ'וועט נישט אויפהערן צו רעדן פון דיר. דאס איז ממש אומגלויבליך די פרעסע הערט נישט אויף צו רעדן פון יודען מיום עמדה על דעתה. וויפיל יודען זענען שוין דא און מ'הערט נישט אויף צו רעדן פון זיי! אפילו יעצט יעדע קליינע פאסירונג וואס ס'געשעהט אין די מדינה ווערט ברייט געדעקט, און אנדערע מיטל מזרח לענדער קען מען זיך הרגענען אין גרויסן און שא שטיל!
והיו בך לאות ולמופת עד עולם. מ'גייט נישט קענען זאגען ס'פונקט געשעהן, אנטעסעמיטזם האט נישט קיין פשט, וואס דו וועסט נאר טוען וועט מען דיר פיינט האבן! ס'האט נאר איין פשט השגחה עליונה.
ונשארתם. יודען וועלן איבערבלייבן דאס איז א חידוש עצום וואס אלע היסטאריקער וואס רירן אן די נושא זאגן יודישע היסטאריע איז אי רעשענעל אומגלויבליך! גרויסע אימפעריעס מצרים אשור בבל וכו' זענען אראפ פון די מאפע און יודען וואס שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו בלייבן תמיד איבער.
במתי מעט. דאס איז א חידוש עצום ווייל למשל די כינעזער וואס זייער היסטאריע איז סאך שפעטער ווי די יודישע ציילען אין די ביליאנען, און די יודען וואס זענען געווען כחול הים זענען איבערגעבליבן אפאר קארגע מיליאנען, ווייל זיי זענען אויסגעמישט געווארען במשך הדורות, אבער מאידך גיסא זענען זיי נישט אויסגעמעקט געווארן אינגאנצן ווי די אנדערע אימפעריעס וואס האבן זיך אסימילירט צווישען זייערע שכנים.
והיו כי יבואו עליך הדברים האלה וגו' ושבת עד ה"א (דברים ל') הנה ימים באים ושלחתי רעב לשמוע דבר ה' (עמוס ח'). דאס איז ממש מורא'דיג וויאזוי אין די לעצטע צענדליגער יארען זענען דא אזויפיל בעלי תשובה, אין ארץ ישראל אליינס איז דא מער ווי מיליאן בעלי תשובה און עס ווערט נתרבה מער און מער ב"ה כן ירבו.
די חז"ל זאגען שוין מער ווי 2000 יאר צוריק אז די כותל המערבי גייט 'קיינמאל' נישט חרוב ווערן. דאס איז מוראדיג ארץ ישראל איז שוין דורך צענדליגער מלחמות צווישען די נוצרים קרייץ ציגלער און אראבער מ'האט שוין אסאך מאל רענאווירט דעם הר הבית במשך די היסטאריע און די וואנט איז געבליבען שטיין הנה זה עומד תחת כתלינו.
עס איז דא נאך אסאך נבואות וואס ס'נישט דא די פלאץ צו ברענגען תן לחכם ויחכם עוד ס'דא אסאך ספרים אויף די נושא. עס געט זייער א קלארע בליק וויאזוי צו לערנען תנ"ך.
רש"ר הירש ז"ל ברענגט ארויס אז די היסטאריע פון יודען איז די מוסר ספר פאר די וועלט אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ווען יודען פירען זיך אויף ערליך זענען זיי מגלה מיט זייערע מעשים אז ס'איז דא א באשעפער אויך די וועלט און זיי זענען דעם הנבחר, אבער אפילו ווען זיי זענען שלעכט טוען זיי ווייטער זייער שליחות "מיט זייער עונש" און זיי ווייזען פאר די וועלט אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט און זיי זענען דעם עם הנבחר. אונז קענען ארויס נעמען פון די גלות אסאך חיזוק אז פונקט אזוי ווי די קללות זענען מקויים געווארן וועט אויך די ברכות מקויים ווערן ווי ר"ע זאגט אין סוף מכות בב"א.[/justify]
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר