עכג ווס. דכג

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

עכג ווס. דכג

שליחה דורך ונבנתה העיר »

לאזט מיר אייך פארציילן אן אינטערעסאנטע זאך, אין מעקסיקא איז מען מחנך דעם עולם על ברכי 'כבג', יא, דער גרויסער און אלמעכטיגער כבג, דער איין און איינציגער פאר וועמענ'ס ווילן עס ווארפט זיך אין פייער.

'כבג' האט פארשידענע רצונות אין אלע תחומים פון אונזער לעבן, ער וויל אז יעדן אינדערפרי אהן אויסנאם זאלן מיר טרינקן א רביעית פריש אויסגעקוועטשטע בלוט, די נאז זאלן מיר גלעטן מיט א שטיקל לעדער וכו' וכו'.

וואס בענעפעטירן מיר דערפון? וואס נעמען מיר ארויס פון זיין גוט מיט כבג? אה, דאס איז א נארישע פראגע, כידוע זענען דא צוויי מחנות זה לעומת זה, עכג און דכג, וואס כבג וויל דאס איז אטאמאטיש עכג, איהר ווייסט פארוואס? ווייל כבג אליין איז דאס מערסטע עכג וואס איז שייך, ממילא איז אלעס וואס ער וויל, און וואס עס פארבינדט זיך מיט איהם, איז עכג, אז איינער – ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין – טוהט עפעס נישט אזוי איי איי איי, ער איז זיך אזוי מקיל אויף א קליינעם רביעית בלוט, דא איז שוין דא א שטיקל אחיזה פאר דכג, היל"ת.

דאס דארף איך אייך נישט זאגן אז דכג איז נישט גוט, אין פאקט איז עס די תכלית הרוע, און די סיבה דערצו איז גאנץ פשוט, דכג איז נישט עכג, ממילא האט ער א שוואכע קאמיונעקאציע מיט כבג און דאס איז א זאך וואס מיר ווילן אויסמיידן פאר כל הון דעלמא, פארוואס? ווייל מיר ווילן זיין אין כבג'ס גלילות, ער איז דאס בעסטע וואס איז שייך, ווייל ער איז אינגאנצען עכג, און עכג איז דאך גאר גוט ווייל כבג איז עכג, נו, אז ער איז עכג איז דאך עכג גוט.

אזוי איז אריבער א דור נאך א דור וואס האבן אריינגעלייגט זייער גאנצע לעבן אין עכג, מיט די צייט האט עס אנגעהויבן ארויסברענגען פיזישע סימפטאמען, ווען איינער האט פראבירט צו טוהן א עכגישער ענין, איז איהם די הארץ ראטע ארויף, די שטערן האט געוויזן קנייטשן און עס האבן זיך געהערט פון איהם פארשידענע קולות, אלעס אינעם עפארט זיך צו עכג'נען.

אויף איינעם פון די אלטע דערציילט מען גאר אז ווען ער האט זיך דערמאנט ווי עכג דער כבג איז, האט ער באקומען שילשול פאר דריי טעג פון גרויס פחד.

אזוי איז געגאנגען א דור נאך א דור, קיינער האט שוין צופיהל נישט אריינגעטראכט, אזוי איז די מעשה, שאלות קענסטו פרעגן ערגעץ אנדערש.

איז וואס איז אבער פשט אז איך קנייטש מיך דעם שטערן, איך קראץ זיך די נאז בדיבוק חברים יעדע פרייטאג צונאכט'ס, און גארנישט, כ'שפיר גארנישט דעם עכג? אויף דעם איז די תירוץ ווייל לעצטענס שניידסטו די טאמאטעס אין די ברייט אנשטאט אין די לענג, און דאס - האבן מיר בקבלה - איז דאך אזוי אויפן גרעניץ פון עכג און דכג, נו, נאכדעם וואונדערט מען זיך.

אזוי ווי די יאהרן זענען געלאפן, דער עכג איז נישט געווארן ווייניגער אבסטראקט, און די מעשה אז 'אמאהל זענען געווען אמת'ע עכג'ע מענטשן' האט אנגעהויבן אויסוועפן, איז צוביסלעך האט מען אנגעהויבן מאכן קליינע געטשקעלעך, אזעלכע וואס זענען פונקליך דעפענירט, א מאס, א צורה, אזוי אז מען קען קלאר אנווייזן אז נאכ'ן טוהן דאס און דאס ביסטו געגעטשקעט, דאס איז עס, דו דארפט נישט קנייטשן דעם שטערן, הייבן די אקסלן, פראבירן צו כאפן אביסל עכג, און נאכדעם מיט א צובראכן הארץ מוזן פארענטפערן פארוואס דער עכג איז נישט צום האבן, היינט איז שוואכע דורות, דו טוה דאס און דאס און דו וועסט שוין האבן עכג אין אן אנדערע יונעווערס.

*

אלס בחור בין איך אמאל אריין אין בהמ"ד אין כפר חב"ד, טרעף איך דארט אן אלטן פוילישן זקן וואס איז באיזשהו דרך אנגעקומען קיין חב"ד, בין איך איהם דערגאנגען די יאהרן ער זאל עפעס זאגן, זאגט ער מיר מיט א שווערן פוילישן אויסשפראך: וואו אימער רעדט דער אלטער רבי פון ביטול, אומעטום איז ביטול...

עס איז מיר געווען א שטיקל חידוש, פונקט חב"ד איז ביטול? לכאורה דארפן זיי זיין פארנומען מיט פארשטיין געטליכקייט, דערנאך איהם ליב האבן און מורא האבן דערפאר, וואס עפעס ביטול?

*

זייט מיר מוחל אויב איך האב עס נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט - דער נמשל פאר 'עכג' איז 'הייליגקייט', איי בעט אז רוב כלל ישראל האט נאך קיינמאהל געטראכט וואס איז דאס 'הייליג'? פארוואס טאקע נישט? ווייל דער ענטפער איז גאנץ פשוט: דער אייבערשטער איז הייליג = וואס ער וויל איז הייליג = ווען מיר טוהען וואס ער וויל זענען מיר הייליג.

יא, עס ווערט אבער א גלגל החוזר, הייליג איז די זאך צו וואס מען גלוסט, פארוואס? ווייל גאט [וועד"מ] איז הייליג, יעצט, גאט אליין איז די 'זאך', ער איז די האטעסט אייטעם, טאקע פארדעם: ווייל ער איז 'הייליג' און הייליג איז גוט ווייל גאט נעמט פון די סחורה וחוזר חלילה.

איי, יו העוו נא פריקען איידיע וואס 'הייליג' איז פאר אלע גוטע יאהר? דאס איז נישט קיין פראבלעם, מיר האבן שוין לאנג פארגעסן די אלע וויכטיגע דאגות, מיר ווייסן איין זאך: מיר ווילן זיין הייליג, ווייסן מיר דען וואס עס איז די סענסעישאן פון הייליג אז מיר זאלן וויסן ווען מען דערגרייכט די דעסטינאציע? ניין, מצידנו קען הייליג מיינען 50 דעגרי פארענהייט, יא, אויב וועסטו אנקומען דערצו וועסטו שפירן 50 דעגרי.

מיט די צייט האט עס דעוועלאפט פארשידענע פיזישע סימפטאמען, מען קנייטשט דעם שטערן, מען ווארפט די אברים, מען הייבט די פיס, אלעס אין א 80 יאהריגע פראבע צו דערגרייכן עכג/הייליגקייט.

איז אבער געווארן א פראבלעם, מען בייגט דעם רוקן, מען קוועטשט דעם מוח, מען קלאפט מיט די פיס, און? און דער מוח איז בלענק, מען האט נישט עפעס א דעפינירטע זאך אין וואס זיך אנצוכאפן, עס איז נישט ווי מען וויל דו זאלסט זיך מקשר זיין מיט רחב, מען זוכט דעם עכג - מיט איהם זאלסטו פארנעמען דיין מוח.

עס נעמט נישט לאנג און – בלית ברירה – הייבט מען אהן האדעווען געטשקעס, אזעלכע דעפענירטע זאכן, זאכן וואו איך ווייס קלאר: יעצט האלט איך פארדעם און יעצט נאכדעם, אזוי אז מען זאל קענען אנווייזן אלה אלהיך ישראל, און עס זענען דאס פארשידענע פלעיווארס, מספר עריך היו אלהיך יהודה, אין איין שטאט איז עס חעסעד, אין אן אנדערע איז עס שיטה, אין א דריטע איז עס זיין זייער שטארק פארנומען אין דורכטוהן די געזעצן וואס כבג האט געגעבן.

אזוי זענען מיר קלאר מסודר, איך ווייס אז נאכ'ן פארברענען א געשעפט וואס פארקויפט נישט-מהודר'דיגע בלוט בין איך געשטיגן אויפן עכג טשארט, וואס איז דאס? עה, זיי מיר נישט אזא אויבער-חכם.

אזוי וואקסן ארויס אזעלכע ראבינאוויטש'לעך וואס אנטשטאט שרייען אז קיינער ווייסט נישט פון גאט, שרייען זיי מיט א ירושלימ'ער חן [אזא חן אויף אלע רעפארמער געזאגט]: ניינציג פראצענט פון די וואס האבן סמארט-פאונס האבן שוין געזעהן אויף דעם ציונים...

*

בערל טענה'עט דאך אז לעצטענס האבן זיך געפענט די שערי חכמה, נו, שטעלט אייך פאר אז איינער וואלט אמאל געזאגט אז ברויט און ציגל זענען בעצם די זעלבע זאך, נאר אנדרעש אויסגעשטעלט.

ווייסן מיר דאך היינט אז אלעס, 'אלעס', איז צוזאמענגעשטעלט פון אטאמען וואס באשטייען פון פראטאנס, ניוטראנס און עלעקטראנס, די גאנצע נפק"מ איז נאר אינעם צירוף – וויפיהל פראטאנס עס האט וכו', איהר האט אמאל אריינגעטראכט אין דעם? די גאנצע וועלט איז בעצם איין און די זעלבע מאטריאל.

שטעלט זיך אבער א הארבע פראגע: פון וואס זענען זיי אליינס געמאכט? וואס איז זייער עצם עקסזיסטענץ?

נעמט א שטיקל האלץ, צונעמט זיינע אינגרידיענטס ביז וואו עס גייט, וואס איז דערנאך? די בעיסיק בילדינג-בלאקס פון די בריאה – וואס איז זי, וואס פאר א סחורה איז עס, ווי אזוי איז עס א וועזן? ווי קען זיין א מציאות אהן א צירוף אינגרידיענטס פון פריער-געוועזענע מציאות'ן?

*

וכי מה אכפת ליה להקב״ה לשוחט מן הצואר או לשוחט מן העורף, הוי לא נתנו המצות אלא לצרף בהן את הבריות, אזוי שטייט אין מדרש, גאט גיבט נישט קיין דעממ צו דו דרייעסט רצועות אויף די לינקע האנט אדער אויף די רעכטע, עס איז נישט זיינס א ביזנעס סטראטעגיע אז דו זאלסט נישט טועם זיין טעם חזיר.

ביטול, רבותי, דאס איז די גאנצע.

כי ה' הוא האלקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד, זאגט דער בעל התניא 'אין עוד' מיינט נישט אז עס איז נישט דא נאך א גאט, אין עוד – כפשוטו, נישטא נאך עפעס, און עס איז נישט עפעס א חניוקישער פתגם וואס מען שרייעט אויס בהתפעלות ווען דער מוח הייבט אהן כאפן אז עס איז בלענק, עס מיינט פשוטו כמשמעו, די גאנצע מציאות איז געטליכקייט, איך, דו, אלעס וואס דו זעהסט און שפירסט איז אלוקות – א טייל פון גאט.

וואס וויל ער? גארנישט, ער וויל דיין אנערקענוג, דיין ביטול, דיין הכרה, אז דאס איז טאקע די פאקט, אט דאס איז ביטול, שחט'ן מן הצואר און נישט מן העורף איז די הכרה אז אלעס איז גאט כפשוטו – אהבה ויראה זענען צוויי וועגן אין ביטול, ביטול בדרך קירוב און ביטול בדרך ריחוק.

ווי דער רמב"ן שרייבט:
הוי זהיר במצוה קלה כבחמורה שכולן חמודות וחביבות מאד, שבכל שעה אדם מודה בהן לאלהיו, וכוונת כל המצות שנאמין באלהינו ונודה אליו שהוא בראנו והיא כוונת היצירה, שאין לנו טעם אחר ביצירה הראשונה, ואין אל עליון חפץ בתחתונים, מלבד שידע האדם ויודה לאלהיו שבראו, וכוונת רוממות הקול בתפלות וכוונת בתי הכנסיות וזכות תפלת הרבים, זהו שיהיה לבני אדם מקום יתקבצו ויודו לאל שבראם והמציאם, ויפרסמו זה ויאמרו לפניו בריותיך אנחנו.


און ווי דער בעל התניא שרייבט: אם מחזיק מקום לעצמו ונחשב בעצמו ליש ודבר בפ"ע. ולכן הוא עוסק ברצונותיו לומר כך אני רוצה וכך טוב לי זה איני יכול לעשות וכיוצא בדברים ויש בזה פרטים ופרטי פרטים עד אין מספר.

און אין מאמר ואתה תצוה תשמ"א שרייבט דער ליובאוויטשער רבי ז"ל:

דשורש האמונה הוא מעצם הנשמה (שלמעלה ממזלי' חזי). דזה שעצם הנשמה מקושרת באלקות היא התקשרות עצמית (שאינה תלוי' בסיבה, גם לא בענין הראי' שלמעלה משכל) ... דזה שהאמונה דישראל היא באופן שהוא מוסר נפשו על זה, הוא (בעיקר) בהאמונה שמצד עצם הנשמה. דהאמונה מצד זה שהוא רואה (מזלי' חזי), הגם שהיא בתוקף גדול [כידוע דההתאמתות שמצד הראי' היא התאמתות גדולה ביותר], מ"מ, כיון שהאמונה שלו היא מצד סיבה (מצד זה שרואה) ואינה קשורה עם עצם מציאותו, אינו מוכרח שימסור נפשו על זה, וזה שהאמונה דישראל היא באופן שהוא מוסר נפשו על זה הוא מפני שהאמונה באלקות היא העצם שלו, ולכן אי אפשר כלל שיכפור ח"ו.

*

וואס מיינט איהר איז ימות המשיח [וואס קומט פאר עולם הבא], אז מען וועט זיצן אין טיימס סקווער און זיך שאקלן ביי א סטענדער? מען וועט גלייזן מיט די אויגן אויף ארויף און אלע גויים וועלן אונז אונטערווישן ווייל, העי! משיח איז דא?

יוני גרשטיינ'ס דמיונות וועלן אויפשטיין לתחי'? תחת כל עץ רענן וועלן זיצן אידן מיט לאנגע שמייכלען און נישט אויפהערן צו מאכן שילוח הקן בשעת די גויים קוקן מיט אפענע מיילער?

יכירו וידעו כל יושבי תבל, מען דארף די הכרה, די ידיעה, ווי גאט איז אלס און אלס איז גאט – נישט אז גאט איז דער כוח 'אונטער' אלעס, גאט 'איז' אלעס, דעטס האו דע פראטאנס קעים אראונד.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר