ווער בין איך באמת?!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

ווער בין איך באמת?!

שליחה דורך ווארט זאגער »

[justify]בס"ד
די אשכול וואס [tag]ונבנתה העיר[/tag] האט געשריבען וועגן ביטול האט מיך מעורר געווען מחשבות אין די נושא פון ביטול. און היות ס'איז פאר פורים וואס די עבודה פון פורים איז דאך ביטול הדעת וועל איך עס מיט טיילען מיטן עולם און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן.

[center]ביטול מהו[/center]
ס'איז דא א מושג אין יהדות ביטול, לאמיר אריין קלערן וואס מיינט איך בין מיך מבטל, און וויאזוי קען מען צוקומען דערצו? דער בעל התניא וממשיכי דרכו וואס זייער גאנצע ציל אין לעבן איז משריש צו זיין אין זייערע תלמידים די מושג ביטול זענען מאריך באריכות נפלא אין הונדערטער מאמרי חסידות מסביר צו זיין יחודא עילאה און יחודא תתאה ביטול היש וביטול המציאות וכו' לכאורה וואס דארף מען אזוי סאך מסביר זיין מ'דארף זיך מבטל זיין און פארטיג. באמת קען נאך איינער פרעגן א סתירא אויב דו ביסט מיר משכנע מיט שכל אויף ביטול איז דאך עס שוין נישט קיין ביטול נאר הכנעה מרצון?

כדי צו פארשטיין לאמיר מאכן אן הקדמה פון ספר נחליאל (פון ר' (ד"ר) יצחק ברויאר ער בויעט אויף די מהלך פון עמנואל קאנט, און דארט ווי קאנט בלייבט שטיין אן קיין וועג צו גיין ווייטער דארט ווייזט ער ווי יהדות מאכט ליכטיג, ער גייט לפי דרכו של זקנו מהרש"ר הירש ז"ל מתובל עם ספרי פנימיות- בדרך אגב ס'איז זייער אינטרעסאנט צו זעהן וויאזוי קאנט איז אזוי שיין מסביר די מושגים אין חסידות וואס זענען שוין געווען געשריבען 100 יאר פאר אים-)

[center]רגש ושכל האדם[/center]
לאמיר זעהן וואס איז דאס דער מענטש. א גוף האט ער פונקט ווי אלע אנדער בעלי חיים. די שטארקע תאוות פון עסן און טרונקען וואס פעלט זיך אויס פאר זיין אייגענע קיום, און די זעלבע די אנדערע תאוות וואס פעלט זיך אויס פאר זיין המשכה ווייטער האט ער פונקט ווי אנדערע בעלי חיים, אויב אזוי מיט וואס איז ער אנדערש פון זיי?

סיי א מענטש און סיי א בהמה האבן געפילען, רגש וואס דאס איז די וועג וויאזוי מ'האט קשר מיט די אינדרויסענדיגע וועלט. די רגש איז געבויעט אויפן רצון צו לעבן און צו האבן א קיום וואס נעמט אריין אין זיך די צוויי הויפט תאוות פון האבן א קיום און נאך אסאך הרגשים ווי למשל רחמנות פון א מאמע צו א קינד וכדומה.

דער מענטש האט אין זיך שכל. דער שכל איז א כלי וואס נעמט אינפארמעישאן פון די חושים, וואס ס'קומט אריין דורך הרגשים, און ער איז זיי מסדר און ער שטעלט אויס כללים לויט דעם.
דער שכל איז מסדר טרוקענע פאקטען אן קיין חיות, געבויעט אויפן עבר זיך צו לערנען אויפן עתיד און עס באקומט נישט קיין שינויים. בעת די רגש איז די פאקטישע לעבן די יעצטיגע הוה, און די לעבן איז קאלירפול יעדע מינוט איז א צווייטע מצב רוח. די שכל איז זייער טרוקן עס פארשטייט נישט צו די טיפע רגש וואס ליגט אין נגינה און אין מוזיק וואס דאס איז ריין רגש.
א קליין קינד אדער א בהמה רעדן נישט ווייל זיי האבן נישט וואס צו רעדן. רעדן קומט פון שכל וואס לערנט אפ די מצב פון דרויסען, דהיינו מ'אנאליזירט די מצב מרעדט פון עבר אויפן עתיד. וואס זיי האבן עס נישט נאר זיי האבן בעיקר רגש און זיי זענען נאר מחובר צו די יעצטיגע הוה. וועגן דעם שרייען קענען זיי יא, (קינדער מער ווי בהמות) ווייל שרייען איז א ביטוי פון רגש, א דרגא נידריגער פון זינגען וואס איז מער טיפערע רגש. (די שכל ווערט אנגערופן אין חסידות: בינה- מוחין שבמידות- ישסו"ת).

אבער דער מענטש שפירט אז סיי די שכל און סיי געפיל זענען געבוירן געווארען אין אים, עס קומט בהכרח נישט מיט דעם איז ער מער ווי א בהמה, ווייל נישט ער איז בוחר אין דעם נאר ער קען גאר נישט אנדערש טוען.

[center]ישרות האדם[/center]
עס איז דא נאך א טיפער געפיל אין א מענטש. וואס דאס איז די אינערליכער שטופ צו אמת און יושר אויפצוטוהן עפעס אין וועלט. כאילו ער הערט כביכול ווי דער באשעפער זאגט אים אן סור מרע ועשה טוב. דער מענטש זוכט תמיד פאר חירות אמיתי און טובה מוחלטת. וואס די געפילן נישט זיי זענען א חלק פון די גשמיותדיגע וועלט, און נישט זיי זענען משלים די גשמיותדיגע וועלט נאר להיפך די געפיל וויל כסדר טוישן די הנהגת הבריאה אבער אן ערפאלג!.

און אט דער טיפע געפיל וואס ציעט צו יושר און אמת דאס איז די חילוק פון א מענטש און א בהמה. דער דראנג זיך צו פירען אינם דרך ווי דער בורא וואס שרייט יהי! נישט זיין קיין נאכגעשלעפטער נאך זיינע בהמהישער אינסטינקטן נאר עפעס העכערס דאס איז דער מענטש. (אין חסידות ווערט עס אנגערופן נה"א-חכמה- או"א עילאין).

[center]האדם עצמו מהו?[/center]
דער מענטש לעבט מיט די אלע 3 אויבנדערמאנטע זאכן רגש שכל און יושר, אבער אינאיינעם מיט דעם שפירט ער אז דאס זענען נאר כחות וואס ער האט אין זיך (בלשון חסידות לבושי הנפש) אבער ס'נישט ער אליינס דער עצם האדם. "ער" איז עפעס טיפער ווי דעם, "ער" שפירט "ער" טראכט "ער" האט אין זיך א דרישה צו צדק ער שפירט אבער אז ס'דא אן "איך" וואס איז העכער דעם אלעם, ער קען בשעת מעשה זיך אפטיילען פון אט די דריי כחות און עס אנקוקן פון דרויסען וויאזוי ער ער איז פועל און ווערט נפעל. ווען דער מענטש ווערט צו אינוואלוו"ד אין איינע פון די 3 כחות האט ער אן עקסטרע תענוג וואס ברענגט אים א שטארקע ישוב ווען ער טיילט זיך אפ פון די ענינים וואס ער איז אריין געטאן און ער קומט צוריק צו זיך צום עצם האדם וואס איז העכער פון די כחות.

וער איז ער דער איך און וואס וויל ער אין לעבן? דאס איז שוין א חידה סתומה! ווייל מ'קען נישט אנקומען צו 'זיך' אליינס, מ'שפירט עס נאר דורך די אנדערע כחות וואס דאס איז די גאנצע לעבן פון א מענטש נאר בשעת מעשה שפירט מען אז למעשה איך בין העכער די כחות. מ'קען אנרופען דעם זיך 'רצון הטהור' דער איך וויל נאר איין זאך זיין אפגעטיילט פון זיינע לבושים, זיינע רצונות איז נישט צו קיין שום אנדערע זאך נאר פארקערט זיין זיך אליינס און דאס ברענגט ישוב.

[center]מדיטציה[/center]
אין אינדיע און נאך מזרח לענדער איז דא די עבודה פון מעדיטאציע וואס די גאנצע זאך איז זיך טרעפן מיט זיך, און זיי האלטען אז ווען א מענטש גייט ארויס פון זיינע לבושים קען ער באקומען א הארה פון זיין נשמה, (ביי יהדות איז אויך דא אזא מושג נאר זיי זענען עובדי ע"ז). נאר היות דער זיך האט דאך נישט קיין ביטוי חיובי, וועגן דעם ארבעטן זיי אויף שלילי, דהיינו נישט צו טראכטען פון זיך, אזוי גייען זיי ארויס פון זייער צמצומדיגע איך, און זיי טרעפן זיך מיטן עצם האדם דער אמת'ער איך. (זיי האלטן אז ס'נישט דא קיין וועג צו לעבן דערהויבן מיט א איך נאר ווען מ'גייט אוועק פונם איך, שפעטער וועלן מיר זעהן אז יהדות האט יא א ביטוי פארן איך).

[center]מלך אביון[/center]
לעבט זיך דער מענטש אין די וועלט. זיין מוח זעהט מאטעמאטישע נומערן אלס א וועלט, טרוקענע פאקטען, מיט חקירה געדאנקען וואס שרייען כוחי ועוצם ידי. בעת זיינע געפילען זעהן די מעכטיגע אינסופי הימלען און די גרויסע כדור העולם וואס ווארפן א יראת הרוממות אויפן געפיל פונם מענטש געמישט מיט א פחד פון א פארנעפלטע עבר און א אינסופיגע עתיד וואס מ'ווייסט נישט וואס ס'ברענגט מיט זיך, מיט זיינע געפילען פון רגש צייכנט דער מאלער די הארמאניע פון די שיינע בריאה וואס די זון שטראלען גלעטן די כוואליעס וואס רוישען אין בארואיגען די געפילען און טרייסטן די מענטשהייט אז זיי האבן א בורא וואס היט אויף זיי. פוו די אנדערע זייט דרוקט דער מענטש אויס זיינע בענקשאפט געפילען אין א ניגון וואס דערמאנט פארגעסענע צייטען ווי אזוי די אכזריותדיגע נאטור האט שוין איינגעשלונגען אזויפיל מיליאנען מענטשן און אזויפיל עפאכעס אין איר מאכט פון פארגעסעניש. ווער געדענקט די אלע מענטשן וואס האבן איבער געדרייט א וועלט ווען זיי האבן געלעבט און היינט די וועלט גייט זיך אן ווייטער די זוהן קוקט זיך צו שטילערהייט און געט נישט קיין מוק אויף די זאכן וואס ווערן געטאן אונטער איר נאז...

און דער מענטש גייט זיך אן צוריסען צווישען זיינע כחות הנפש ווען ער ווערט איבער גענומען פון זיין שכל לעבט ער זיך און א עולם שכולו טוב, אבער נישט פאר לאנג, די נאטורען וואס דער באשעפער האט איינגעווארצלט אין די מענטשהייט כדי די וועלט זאל אנגיין פאדערט דאס איריגע, און איז שטערקער פאר אים, און די גאנצע וועלט פאלט פאר איר כוחות. די תאוה הערשט אויפן וועלט און נוצט די שכל פאר איר דינסט. און אפילו די טיפע געפיל פון יושר, וויפיל קרבנות האט די וועלט שוין געבראכט אויפן מזבח פון יושר! יעדער הרג'ט פאר זיין יושר. און די גרעסטע פראבלעם איז אז די טיפע געפיל אינם מענטש מאנט כסדר יושר יושר, אבער ער קען נישט מסביר זיין וואס איז דאס יושר, און דער מענטש ווערט צוריסן אין זיך אליינס פארוואס לעב איך אויב איך ווייס נישט פאר וועלכע תכלית?!

[center]האמת שבאדם[/center]
נאך די גאנצע קהלת ווען דער מענטש האלט שוין ביי אפיסות הכחות דאן קומט חסידות און אנטפלעקט פאר א מענטש אז דער ריכטיגע "איך" דאס איז זיין חלק אלוק ממעל וואס ווערט אנגערופען די פנימיות הלב און יחידה שבנפש, וואס דאס איז "באמת זיין איך" די ריינע צארטע תמימותדיגע נקודה וואס די שכל און געפיל זענען איר משמש אז זי זאל קענען ארויס קומען מכח אל הפועל אין די גשמיותדיגע וועלט, וואס ווען זי איז די מלכה אויפן מענטש דאן לעבט דער מענטש מיט א שמחת חיים ממש אין א גן עדן! אבער ווען די לבושי הנפש פארדעקן אויף איר און זיי נעמען איבער די מאכט דעמאלס פארלירט דער מענטש די שמחת חיים ווייל זיין קוואל פון חדוה איז פארדעקט מיט אירע לבושים-הצלחות דהיינו די טיפע שכל און רגש.

[center]התכלית[/center]
וואס הייסט עס איז פארדעקט?
די תכלית פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט איז להטיב לבריותיו וואס גייט גלייכצייטיג געבינדען מיט דירה בתחתונים, וואס דאס מיינט אין איין ווארט יחוד צווישן באשעפער מיט יעדן יוד! (יחוד קבו"ש) וועגן דעם האט דער אייבערשטער געגעבן א יחידה שבנפש וואס דאס איז די יחיד באמת (די אנדערע זענען לבושים) וואס דאס איז די "איך" פון א יוד, און עס ווערט אנגערופן יחידה לשון נקיבה ווייל ס'זוכט קרבת ה', ואני קרבת ה' לי טוב.

און די יחידה שבנפש ווערט צוטיילט אין צוויי, איינס רצונות וכיסופין (הרצון הטהור-אריך) וואס וויל זיין נאנט צום אייבערשטן, אבער נאך טיפער פון רצון און דאס איז די אמת לאמיתודיגער איך, דאס ווערט אנגערופן עונג (עתיק).

[center]אין ואני[/center]
כדי דער מענטש זאל זיך קענען מחבר זיין צו זיין ריכטיגער איך דארף ער זיך קודם מבטל זיין זיין מציאות דהיינו ארויס גיין פון זיין שכל רגש און אפילו יושר! און טראכטען אין יחוד הבורא דהיינו ער זאל פארשטיין און שפירען וואס פאר א ברעקעלע ער איז אין די בריאה וואס בטל צום אייבערשטען יעדע רגע וואס די גאנצע חיות אירע קומט פונם אייבערשטן. און דורך די ביטול בויען א ריכטיגע רצון צו זיין דבוק בהשי"ת (וואס ס'קומט בדרך אגב באופן סגולי דורך דעם וואס מ'וועקט אויף די טיפע יודישע געפילען צום אייבערשטן), און נאכדעם ווען ער ווערט בטל זיין אייגענע מציאות (יח"ע) און ער וויל דאן גארנישט נאר קרבת ה' (כל אחד לפי מה דמשער בליבי'), דאן איז די עבודה צוריק קומען צו זיך אליינס אז די 3 כחות זאלען אגאנצען טאג משמש זיין די יחידה שבנפש און לעבן ווי א יוד מיט שמחת חיים! וואס דאס זענען "אין ואני" קודם דארף מען זיין אין נאכדעם דארף מען זיין צוריק אני און לעבן ריכטיג ווי ס'דארף צו זיין מיט א קרבת ה' לי טוב.[/justify]
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
רעאגיר