צוגאנג צו חקירה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

צוגאנג צו חקירה

שליחה דורך ווארט זאגער »

[justify]בס"ד
אנדערש ווי פאקטן וואס האט א קלארע קנה מידה דהיינו עס דארף זיך נישט 'לייגען אויפן שכל' אז ס'איז געווען א צווייטע וועלט מלחמה אדער יעדע אנדערע וועלטליכע פאקט, נאר די מציאות איז פאר שכל, נאכדעם וואס די מציאות איז קלאר קענסטו נוצן דיין שכל מסביר צו זיין די מציאות. איז אבער חקירה אנדערש אז עס האט נישט קיין מציאות מוחלטת וואס איז פאר הבנה נאר די קנה מידה איז איין זאך ס'איז פארשטענדליך אדער נישט. די חסרון פון חקירה איז אז צענדליגע אדער הונדערטער טעאריעס וואס איז אמאל פארשטענדליך געווען איז אבער אפגעפרעגט געווארן במשך די שפעטערדיגע דורות.
וואס איז די חילוק פון א בין און א שפין? א שפין מאכט אייגענס ווערט געוועבעכץ און א בין נעמט פון יענעם ווערט האניג. וועגן דעם האבן היסטארישע אדער סייענטיפישע פאקטן א מעלה אז ס'נישט קיין אייגענס געבויעט אויפן אייגענעם קאפ נאר ס'איז א מציאות, אבער חקירה איז געבויעט אויף ריין שכל און וועגן דעם וועט עס תמיד זיין שמאל קעפיג ווייל דער גרעסטע חכם איז כלפי די יוניווערס ווי א אפרוח שלא נפתחו עיניו.
וועגן דעם בעצם וואלט א נארמאלע מענטש בכלל נישט צו געגאנגען צו חקירה, ווייל ממילא איז נישט דא קיין אמת מוחלטת, און ער קען דערלייגען זיין לעבן וועגן זיין שכל! נאר די סיבה פארוואס די ראשונים האבן זיך אפגעגעבן מיט חקירה איז ווייל לשיטתם איז עס א מצוה מה"ת וידעת היום, דהיינו די תורה זאגט אז הגם אז באמת גייסטו גארנישט פארדינען פון חקירה ווייל אייביג קען מען שפעטער אפרעגן דיינע טעאריעס און הבנות, עכ"ז וויבאלד ווען א מענטש קומט צו צו אמונה דורך זיין אייגענע שכל איז עס זייער פעסט וועגן דעם זאלסטו דאס קלאר מאכן מיט 'דיין שכל' וידעת היום כי ה' הוא האלוקים אין עוד.
יעצט לויט דעם איז דא איין כלל צוצוגיין צו חקירה: 'איך פארשטיי אדער איך פארשטיי נישט', עס איז נישט דא קיין אנדערע כללים וויאזוי מ'דארף צוגיין צו חקירה. קיין שום טעאריע איז נישט קראנט און קענסט קיינמאל נישט וויסן ווען מ'גייט עס אפפרעגן, די גאנצע זאך איז געבויעט אויף 'דיין שכל' און דאס איז קובע כלפי דיר.
די נושא פון אמונה איז די הייקעלסטע נושא עלי אדמות און אויך אין חיי נצח. אלע עבירות וועט צום סוף מסודר ווערן צו דורך תשובה יסורים אדער גיהנום, ווילאנג די פינטעלע יוד וואס דאס איז די אמונה בה' איז גאנץ, אין דעם ווענדט זיך אלעס. אליהו הנביא האט געזאגט פאר כלל ישראל עד מתי אתם פוסחים על שתי סעיפים אם הבעל לכו אחריו ואם ה' לכו אחריו, ס'נישט דא קיין מקום פאר לייכטזיניקייט און הפקרות צו זאגן "מאן יימר?" "כ'ווייס נישט מ'קען זאגען לכאן ולכאן ס'נישט קלאר". אויב איז דיר נישט קלאר דאן שלאף נישט ביינאכט ווילאנג ס'וועט נישט זיין קלאר! דאס איז די הייקעלסטע זאך אין לעבן! האסט א ספק צו אוועלאשען אדער אנדערע טעאריעס איז די אמת אדער די תורה הקדושה איז די אמת דאן זיי מברר וואס ס'לייגט זיך "דיר" אויפן שכל, פרעג אלע מומחים אין די נושאים וואס זיי זאגען, נישט האק אויפן סיסטעם, נישט פארגעסן מ'רעדט דא פון לעבן און טויט!
ובחרת בחיים!!![/justify]
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר