והגדת לבנך: מיט הוכחות אדער אָן הוכחות? (פה-סח #6)

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

והגדת לבנך: מיט הוכחות אדער אָן הוכחות? (פה-סח #6)

שליחה דורך געוואלדיג »

די רשעות'דיגע טעכניק פונעם שלאנג

אדם הראשון איז באשאפן געוארן ביום השישי, ער איז געווען יציר כפיו של הקב"ה, ממילא איז אוודאי זיין אמונה אין השי"ת געווען אויף אן אופן וואס מיר קענען זיך נישט פארשטעלן. מיר האבן נישט קיין השגה וואס אדם הראשון איז געווען קודם החטא.

ווען השי"ת האט אים באפוילן "מכל עץ הגן אכול תאכל ומעץ הדעת טוב ורע לא תאכל" איז ער געווען גרייט צו פאלגן השי"ת מיטן גאנצן הארץ און ער וואלט נישט געזינדיגט. איי וועט איר פרעגן, וויאזוי האט דער יצה"ר, דער נחש הקדמוני, מצליח געווען זיך צו שטארקן איבער דעם מבחר הברואים וואס האט געהערשט איבער יעדן, און אים געברענגט עובר צו זיין על דעת קונו?

פארציילט אונז דער מדרש וואס דארט איז פארגעגאנגען: "רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ דְּסִכְנִין בְּשֵׁם רַבִּי לֵוִי אָמַר, הִתְחִיל אוֹמֵר דֵּלָטוֹרְיָא עַל בּוֹרְאוֹ. אָמַר מֵאִילָן הַזֶּה אָכַל וּבָרָא הָעוֹלָם, וְהוּא אוֹמֵר לָכֶם לֹא תֹאכְלוּ מִמֶּנּוּ, שֶׁלֹא תִבְרְאוּ עוֹלָמוֹת אֲחֵרִים, דְּכָל אִינָשׁ וְאִינָשׁ סָנֵי בַּר אֻמְנָתֵיהּ" (בראשית רבה י"ט ד'). אויף אידיש הייסט דאס: "רבי יהושע פון סכנין האט געזאגט אין נאמען פון רבי לוי, אז דער שלאנג האט אנגעהויבן דורכ'ן אנרעדן לשון-הרע אויפ'ן כביכול. ער האט געזאגט פאר אדם: קוק אהער, דער אויבערשטער אליין האט געגעסן פון דעם בוים און אזוי האט ער באשאפן די וועלט. יעצט לאזט ער אייך נישט עסן פונעם בוים ווייל ער וויל נישט אז איר זאלט באשאפן אנדערע וועלטן, וויבאלד יעדער מענטש האט פיינט זיין קאנקורענט וואס קען טון די זעלבע פאך ווי ער."

צו מסביר זיין וואס ער האט דא געטון וועלן מיר געבן א משל פון א רשעות'דיגן מענטש וואס אין זיין רשעות'דיגן קאפ איז איינגעפאלן אפצוטון א שפיצל פאר א קליין אינגל, אים קאליע צו מאכן אויף כל ימי חייו. ער גייט צו צו א יונגל פון 8 יאר און זאגט אים: איך דארף דיר זאגן עפעס א וויכטיגן סוד, דאס איז דער סוד פון דיין לעבן. קום צו מיר היינט נאך חדר וועל איך דיר עס דערציילן. דאס יונגל ווערט זייער נייגעריג און אנגעצויגן, וואס האט ער מיט מיר? וואס וויל ער מיר פארציילן? ער קען שוין א גאנצן טאג נישט לערנען. סוף טאג נאך חדר רופט אים יענער אין א זייט און זאגט אים, איך וויל דיך נאר לאזן וויסן אז דו ביסט אן אדאפטירט קינד! דער מענטש וועמען דו רופסט "טאטע" איז נישט דיין טאטע, און די מאמע איז נישט דיין מאמע. ס'איז מיר נישט באקאנט ווער ס'זענען יא דיינע אמת'ע עלטערן אבער זיי נישט.

יעצט שטעלט אייך פאר וואס ס'קומט פאר אין הארץ פונעם קינד. זיין קאפ הייבט אן טראכטן, "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס מיין מאמע שרייט מיך אלעמאל אן ,ווייל איך בין נישט איר אמת'ן זון, און מיין טאטע פארהערט מיך שווער, וויל ער קען באשטיין איך זאל נישט קענען. איך בין דאך סיי ווי נישט זיין קינד." אזוי קומט דאס קינד אהיים, די מאמע זאגט אים שיין "א גוטן טאג מוישי", און ער טייטשט דאס אויס: "זי וויל זיך חנפ'ענען צו מיר, זי האט מורא איך זאל נישט אנטלויפן." אויב ווידער זאגט זי אים גלייך, "מוישי הענג אויף דיין מאנטל אויפ'ן הענגער" וועט ער טראכטן ביי זיך, "נאר מיך שרייט מען אן." אזוי האט מען למעשה אוועקגע'הרג'עט דאס תמימות פונעם קינד און חרוב געמאכט לדורות.

דאס האט דער נחש דא געטון. ער איז געקומען מיט זיין געשליפענעם צינגל צו אדם הראשון און מיט א געמאכטן תמימות געפרעגט

- אדם, דו מעגסט עסן פונעם בוים?

- ניין

- דו ווייסט פארוואס?

- ניין

- אבער איך ווייס יא. וויאזוי מיינסטו האט דער באשעפער געקענט באשאפן א וועלט? ער האט געגעסן פון דעם בוים, ווייל דאס פארמאגט א סגולה אז דער וואס עסט דערפון ווערט געטליך. דער באשעפער האט מורא אז אפשר וועט איר אויך עסן פון דעם בוים און איר וועט זיין אזוי ווי אים און באשאפן וועלטן, און דו ווייסט דאך אז יעדער פאכמאן האט פיינט זיין קאנקורענץ, נו האט ער אייך אפגעשראקן פון עסן דערפון, כדי ער זאל קיין קאנקורענץ נישט האבן.

לאמיר זיך פארשטעלן וואס וואלט געווען אויב השי"ת וואלט זיך מגלה געווען צו אדם איין מינוט פאר ער האט געגעסן פונעם עץ הדעת און אים געזאגט ווייכערהייט, "אדם, איך בעט דיך פאר דיין טובה, עס נישט פון דעם. לאז דיך נישט פונעם נחש, ער זוכט נאר דיין שלעכטס." וואס וואלט דעמאלט אדם געטראכט?

- אה! ער האט טאקע מורא אז איך וועלן ווערן אזוי ווי אים. איך וועל מיך נישט לאזן באגרעניצן פון אים און איך וועל דווקא יא עסן.

און אויב וואלט השי"ת אים געווארנט דעמאלט שטרענג, "אדם, איך ווארן דיך נאך איין מאל! אויב וועסטו נישט פאלגן נאר יא עסן פונעם עץ הדעת וועסטו חרוב מאכן די וועלט, דו וועסט דערווייטערן די בריאה פון איר תכלית, און גורם זיין מיתה לעולם." וואס וואלט אדם געטראכט?

- קוק נאר ווי ער פחד'נט אוועק אז ס'גייט זיין נאך איינער זיינס גלייכן. ער פראבירט צו סטראשען.

אזוי האט דער נחש חרוב געמאכט אדם הראשון און דערפאר האט השי"ת געלאזט אדם נכשל ווערן און עסן, ווייל נאר אזוי האט ער געזען די רעזולטאטן פון זיינע מעשים. ווען השי"ת ווארנט אים פריער וואלט ער נישט געפאלגט, סיי וויאזוי השי"ת זאל נאר רעדן צו אים.

פון דעמאלט אן האט זיך אנגעהויבן דער נסיון פון אמונה בהשי"ת.



[center]*[/center]


צוויי מהלכים אין אמונה

אמונה כהיום האט אין זיך צוויי וועגן: הרצוי והמצוי, און מ'וועט זיי פארשטיין מיטן ווייטערדיגן משל.

שטעלט אייך פאר איר זענט א יונגערמאן, קוים אנגעקומען צו בן שלושים לכח, פארנומען א גאנצן טאג מיט עבודה המפרנסת את בעליה, און איינער רופט אייך אן און דערציילט אין א סודות'פולן טאן אז ער דארף רעדן צו דיר עפעס זייער וויכטיג. דו פראבירסט מברר זיין ווי ערנסט יענער מיינט דאס, אבער יענער איז נאר גרייט דיר צו זאגן אזויפיל אז ס'רעדט זיך פון עפעס וואס וועט טוישן אייער לעבן אויף אייביג און ס'איז זייער קראנט. איר ווערט אנגעצויגן, "וואס קען מיר יענער פארציילן וואס איך ווייס נאך נישט?" און פארשטייט זיך אז איר רעדט אפ מיט אים ווען און וואו זיך צו טרעפן ביי דער ערשטער געלעגנהייט.

ווען איר טרעפט זיך גייט יענער גלייך צו צום פוינט און הייבט אן פארציילן: "איך האב זייער ליב צו נישטערן אין רעגירונג דאקומענטן, און איך טרעף דארט כסדר אינטערעסאנטע אנטדעקונגען. הכלל, לעצטנס האט די רעגירונג ארויסגעגעבן נאך דאקומענטן צום פאבליק און דארט האב איך געטראפן א דאקומענט וואו ס'איז געשריבן שווארץ אויף ווייס אז ר' משה גרין איז אייער טאטע..."

איר קוקט אים אן און איר פראבירט צו פארשטיין. קוים וואס איר שטאמלט ארויס, "נו? מאי קא משמע לן? אוודאי איז ער מיין טאטע, וואס פארציילסטו מיר דא נייעס?" יענער לאזט אבער נישט נאך, "וואס פארשטייסטו נישט? יעצט קענסטו האבן א קלארע דאקומענט וועגן דעם, און ס'איז נישט סתם א ידיעה בעלמא אזוי ווי ביז היינט. יעצט וועסטו לעבן רואיגער וויסנדיג אז דער מענטש וואס דו רופסט אן מיטן נאמען "טאטע" איז טאקע דיין טאטע..

דו וועסט אים אודאי אנקוקן אינגאנצן צודרייט און אים שנעל פארשיקן פון דארט, ווען ער שרייט דיר נאך, "העי! דו ביסט עכט נישט נייגעריג צו זען דעם דאקומענט?" אבער דו וועסט אים גאנץ ווארשיינליך אפילו נישט ענטפערן.

אויף צומארגנס גייט דער זעלבער איד צו דיין חבר וואס דו ביסט זייער נאנט מיט אים, און ער פארציילט אים די זעלבע מעשה. דיין חבר האט טאקע אויך באשטימט א צייט זיך צו טרעפן מיט אים און יענער גיט אים איבער גענוי די זעלבע נייעס, אז ער האט געטראפן א דאקומענט וואס באריכטעט ווער זיין פאטער איז.

אבער דיין חבר איז נישט דו. אנשטאט אים אנצוקוקן ווי יענער וואלט געפאלן פון דער לבנה און אפפוצן אזוי ווי דו, ווערט ער גאר איבערגענומען פון דער בשורה און ער לויפט גאר כאפן א גלעזעלע לחיים פאר'ן הערן דעם גילוי. פארוואס טאקע נעמט ער עס אויף אזוי אנדערש פון דיר? די סיבה איז ווייל ער איז אויפגעוואקסן געווארן אין זייער א גוטהארציגע משפחה אבער נישט זיין אייגנס. ער איז געווען אדאפטירט און קיינמאל נישט געוואוסט זיין עכטער נאמען, זיין אמת'ע משפחה, זיינע זיידעס וכדו'. ער האט זיך שטענדיג געפילט כערער בודד בערבה, ווי אן אפגעריסן בלעטל, אן ווארצלען און אן צווייגן, ווי א גר שנתגייר, און זיין טרוים איז אלץ געווען אז איין טאג וועט ער נאך רופן מיטן נאמען "טאטי" דעם מענטש וואס איז טאקע בארעכטיגט פאר דעם טיטל. ער האט שטענדיג געבענקט נאך משפחה און צו זיין אומבאקאנטן טאטן, און דא ווערט זיין חלום א מציאות, ער דערוויסט זיך מיטאמאל ווער זיין טאטע איז, מצאתי את שאהבה נפשי. אודאי וועט ער נישט ארויסלאזן די געלעגנהייט פון זיין האנט, אחזתיו ולא ארפנו, און וועט שלינגען די ווערטער פון דער אנטדעקונג מיט דורשט.

פארשטייט זיך אליין אז מיר וואלטן אלע געוואלט זיין פון די וואס געהערן צו דער ערשטער קאטעגאריע, נישט צו דארפן הערן הוכחות בנוגע ווער ס'איז אונזער טאטע. אבער אויב איז מען ל"ע אין דער צווייטער קאטעגאריע איז זייער ביטער אויב מ'וויל נישט הערן יענעמ'ס הוכחות און ראיות. ווען מ'ווייסט נישט בכלל ווער ס'איז דער טאטע דארף מען זיך רייסן צו הערן די באווייזן וואס יענער האט צו פארקויפן.

[center]*[/center]



דער יסוד פון פסח

ווען כלל ישראל איז געווען אין מצרים איז דער דעת געווען אין גלות, דאס מיינט אז אידן האבן נישט געוואוסט ווער ס'איז זייער טאטע און באשעפער. דאס איז געווען די קליפה פון פרעה וואס זיין ערשטע טענה קעגן משה רבינו איז געווען "מי ה' אשר אשמע בקולו", ברענג מיר א הוכחה און א ראיה און מ'וועט זיך מתווכח זיין, חוקר ודורש זיין, און כולי האי ואולי. צוליב דעם איז געווען די ערשטע שליחות פון השי"ת מיט משה צו פרעה, כה אמר ה' בני בכורי ישראל (שמות ד' כ"ב), זיי צו לאזן וויסן צו וועמען זיי געהערן, ווייל אן דער ידיעה איז נישט שייך בכלל צו רעדן וועגן מצוות אדער א תורה.

דאס איז געווען דער עיקר ציל פון די עשר מכות און קריעת ים סוף, צו ווייזן פאר בני ישראל מיט באשיינפערליכע געשעענישן אז ס'האנדלט זיך פון אן אייגענעם פאטער, כדי זיי זאלן נישט דארפן מער קיין הוכחות און ראיות אויף דעם. ראתה שפחה על הים יותר ממה שראה יחזקאל בן בוזי, ווייל דאס איז געווען דער ציל פון "אשר התעללתי במצרים", ווי די מפרשים זענען עס מסביר, אז ס'איז געווען ווי א טאטע וואס נעמט זיך אן פאר זיין זון און נעמט נקמה אין זיינע פייניגער.

דאס זאגט אונז די תורה אז מיר דארפן זיך לערנען פסח: והגדת לבנך. דאס ווארט "והגדת" האט אין זיך דעם באדייט פון א קשר (מלשון גוד אגוד), און אויך דעם באדייט פון שטרענגקייט (מלשון דברים קשים כגידים). ווי געזאגט פריער, ווען מ'רעדט ח"ו איין פאר א קינד אז ער איז אן אדאפטירט קינד קענען מער די עלטערן נישט רעדן צו אים מטוב ועד רע, סיי ווייך און סיי שטרענג, אבער ביי א געווענליכן קינד קען מען רעדן ביידע שפראכן ווען ס'פעלט זיך אויס און ער וועט דאס אננעמען באהבה, וויסנדיג אז דער טאטע האט אים ליב. דאס איז דער מהות און מוסר השכל פונעם יו"ט פסח, מ'זאל פילן און זען אז השי"ת איז אונזער טאטע, דער דעת זאל ארויסגיין פון גלות, מ'זאל זיך לאזן פילן דעם מעסעדזש וואס השי"ת וויל מיר זאלן ארויסנעמען פון דעם, אז מ'זאל נישט דארפן און נישט וועלן הוכחות אויף דעם יסוד פון "אנו בניך ואתה אבינו."
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר