חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך וויל ארומרעדען פארוואס איך בין נישט קיין חב"ד חסיד און וואס איך ווייס פון חב"ד און פארוואס ס'געפעלט מיר נישט. איך מיין נישט די געזעלשאפטליכע נקודות דערפון, ס'גייט מיר ווייניג אן צו מ'גלויבט אז דער רעבע איז משיח, און די זייטיגע משוגעת'ן וואס ס'געפונט זיך אין יעדע קרייז איז נישט דער נושא. סתם אזוי, דער לעצטע רעבע איז מיר א קליינע משל פון חב"ד. איך האב אסאך געזען אין ליקוטי שיחות און איך בין גאנץ ווייניג נתפעל פונ'ם רעבע'ן הן בענין חסידות, וואס ער רעדט אויף גאנץ א קליינער פארמאט, ווי אויך זיין אינטעלעקטואל"ע כוחות, וואס זענען גאנץ קליין כלפי אמת'ער גדולי ישראל וואס איך האב געזען און געלערנט. איך מיין די תורות און עניינים און צוגאנג צו אידישקייט וואס דרייט זיך אין חב"ד און האט זיך שוין אריינגערוקט אינ'ם ברייטערע ציבור וואס צייגט אויף א געוויסע טע'אלאגי'ע וואס כפי החינוך מאבותי ורבותי און וואס מ'האט מיר אויסגעלערנט פון ספרים איז דאס נישט איינשטימיג מיט תורה'דיגע מושגים.
דער עבודה פונ'ם מענטש איז צו זיין אן עבד ה', און יעדער טריט זיינער דארף זיין משועבד צו עבדות. דער אייבישטער האט געהייסען טוהן מצוות, דארף מען טוהן מצוות. דער אייבישטער האט געהייסען דאווענען צו איהם, דארף מען דאווענען צו איהם. דער אייבישטער האט געהייסען האבען מדות טובות, דארף מען האבען מדות טובות. אלס אונטער'ן רובריק פון עבודת ה'. ווען א מענטש דערגרייכט הויכע מדרגות און האלט שוין נאכ'ן קיינמאל נישט זינדיגען און מוכתר בכל מדה טובה און ער טוט אלע מצוות בהידור, קען ער אנהייבען מיט חסידות, וואס דער באדייט דערפון איז נאכגייען כוונת הקב"ה במצוותיו און פראבירען צו טוהן כפי דער עומק הכוונה פון יעדע מצוה אלס אן אויסדרוק פון אהבת ה' וואס מ'זוכט צו טוהן אפילו מער ווי ער האט געהייסען.
דער לימוד הקבלה איז א חלק פון לימוד התורה אזוי ווי כל התורה כולה. ס'איז אויך א חלק פון עבודת ה'. דער עבודת ה' דערין איז צו לאזען א מענטש וויסען יסוד הכוונה בהבריאה כדי צו וויסען ווי זיך צו פירען בדרכי החסידות, ד.ה. נאכצוגייען דער אמת'ער רצון ה'. דאס איז די צווייטע טריט פון עבודת ה', אז א מענטש איז אזא עבד אז ער זוכט זיך משעבד צו זיין נאך און נאך פאר זיין בורא אויסצודרוקען זיין הכנעה צו איהם און זיין אהבה. דעריבער טאקע איז געווען אנגענומען בכל תפוצות ישראל, און געפסקנ'ט דורך תקנות וחרמות, און שטארק באשטעטיגט אין כתבי אריז"ל, אז מ'זאל נישט וואגען צוצוגייען צו לימוד הקבלה אז מ'שטייט נישט אויף א הויכע שטאפעל אין עבודת ה'. נאר דער וואס האלט ביי חסידות מעג עס לערנען, ווייל נאר דער וואס האלט ביי חסידות לערנט עס ריכטיג און האט א שייכות דערצו.
כפי וואס איך ווייס, איז חב"ד געבויט אויף גאר אן אנדערע צוגאנג. דאס אליינס אז מ'האלט און מ'וויל מחנך זיין קליינער קינדער מיט לימוד 'פנימיות התורה' איז דער ערשטע טריט. מ'זוכט אריינצוברענגען דער מענטש אינ'ם כוונת הבריאה נאכצומאכען דער אייבישטער און זיך צושטעלען צו זיין ארבעט. מ'גייט נישט צו אלס עבד, נאר אלס שותף. דעריבער רעדט מען פון 'לכתחלה אריבער' און 'ביטול היש', וואס איז איראניש, ווייל דאס איז די גרעסטע ישות שייך. אז מ'גייט צו צו אידישקייט אן א הכנעה אן אן עבדות, נאר אלס אדון און דער וואס פיהרט דער וועלט. איך קום נישט לייקענען דער מציאות אז יעדע פעולה וואס א מענטש טוט דערגרייכט גאר הויך, אבער אז דאס זאל זיין דער עיקר כוונה פונ'ם פעולה איז א ישות וואס שטימט נישט מיט'ן יסוד פון עבדות לה' וביטול אליו. דאס מאכט דער מענטש דער צענטער פונ'ם געשעפט און נישט דער אייבישטער.

איך האב מקצר געווען און ארויסגענומען אסאך פון וואס איך האב געשריבען אין אנהייב, ווייל איך בלייבען מיט דער נקודה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר