די עלטער פון די וועלט און אמונה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

די עלטער פון די וועלט און אמונה

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ביי רעליגיעזע אידן איז די עלטער פון די וועלט א חלק פון די אמונה. אויבן אויף איז נישט נוגע פאר אמונה ווי אלט די וועלט איז. אז די וועלט איז א מיליאן יאר אלט, ווערט מען פאר דעם אליינס נאכנישט קיין כופר, די וועלט האט געקענט באשאפן ווערן דורך די אייבישטער א מיליאן יאר צוריק. לכאורה האט עס מיט דעם ווי אזוי מ'רעכענט אויס פארשידענע יארן וואס ווערן דערמאנט אין די תורה, אז אויב מ'נעמט נישט אן די חשבונות פון צאמשטעלן אדם הראשון'ס יאר'ן מיט נח'ס יארן למשל, קומט אויס אז מ'נעמט ח"ו נישט אן וואס די תורה זאגט, ואין לדבר סוף. אזוי פארשטיי איך עס, אויב איינער פארשטייט בעסער אדער אנדערש, לאמיר הערן.

יעצט צוויי שאלות:
איז נישט אננעמען דאטומס פאר זיך פון די תורה כפירה אדער אבק כפירה?
ווער זאגט אז מ'האט גערעכנט יארן בזמן אדם הראשון אזוי ווי מ'רעכענט היינט? אפשר איז א טאג געווען 1000 יאר ווען אדם איז געווען אין גן עדן, ווי מ'זעהט אז אלף שנה בעיני ה' איז ווי איין טאג? שפעטער אין ספר בראשית איז שטארק נישט מסתבר אזוי ווען די פסוקים רעדן פון טעג, אבער אפשר זענען די ערשטע זיבן טעג פון בריאת העולם געווען אנדערע סארט טעג?

אויב קען עס שטימען, קען אפשר רעליגיע מיט סייענס לעבן צוזאמען בשלום ובשלוה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר