"פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהאקט?

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:34 am

לעיקוואד האט געשריבן:אבער זיין הסבר פון לשמה איז נישט דומה בכלל צו אייער הסבר נאר פונקט פארקערט עיין שם.
אמת אז מיטן פרט פון לשמה, דאס הייסט די שאלה "לשם וואס?" בין איך נוטה פון דברי הרמב"ם און גיי בעקבות רובם המוחלט פון חכמי ישראל וואס זענען מחולק מיט אים אין פשט פון "לצרף בהם את הבריות". דאס וואס איך האב דיר יא געברענגט פון רמב"ם פרק חלק איז אפצווענדן דיין הנחה אז כאילו עבדות שלא לשם שכר ועונש הכתובים בתורה איז דעם חתם סופר'ס אפיקורוס'ישע חידוש ואין מסכים על ידו.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1254 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:40 am

(במח"כ מישט איר זאכן כמובן לכל מעיין וכבר נלאיתי מלהסביר כי אני מסופק אם אתה עושה כן בזדון או בשגגה)

סתם שכלדיג איז אויך גאר מאדנע אייער מהלך. אויב האט גאט א מטרה און תכלית אין די בריאה און פארוואס ער האט געמאכט א מענטש וואספארא הגיון אין דער וועלט קען זיין אז דער מענטש זאל נישט טוהן פאר דער סיבה און מטרה? דאס איז אפשר נישט קיין פירכא מוחלטת אבער דאך איז עס ממש כנגד השכל אז גאט זאל מאכן א מענטש מיט א תכלית און ער זאל אנזאגען דער מענטש זיך נישט וואוסענדיג מאכען פון דער תכלית און טוהן זיין גאנצע לעבן פאר אן אנדערע סיבה נאר ממילא זאל אפשר געשעהן דער תכלית ווי בדרך אגב.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3871
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6040 מאל

Re: "פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהא

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:41 am

יאיר האט געשריבן:איינמאל מען גלייבט שוין אז עס איז דא א גאט וןאס האט באשאפן יעדע זאך פאר א סיבה איז דאך שוין דאס אליין דאס וואס גיבט משמעות אין לעבן.

איך בין נייגעריג, אויב די סיבה פארוואס גאט האט אונז באשאפן וואלט נישט געווען פאר אונזער תכלית, נאר צי סאלווען א געוויסע פראבלעם, לאמיר זאגן דורך אונזער עקזיסטענץ מאכן מיר בעסער פאר געוויסע ברואים אויף אן אנדרע פלאנעט. וואלט דאס אויך געגעבן משמעות אין לעבן וויבאלד למעשה האט גאט אונז באשאפן מיט א פלאן? אדער די עיקר וואס באפרידיגט אונז איז ווייל גאט זאגט אונז צי שכר אויב מיר פאלגן עם?
איך זע נישט, סתם ווייל גאט האט געהאט א פלאן מיטן אונז באשאפן אז סזאל מיר געבען משמעות, דאס געבט ליברשט משמעות פאר גאט.
אלאמאי די משמעות וואס מענשטען האבן איז די שכר ועונש פלאן, סהייסט מגייט ארבעטן 100 יאר דענאך קומט א דין וחשבון.
אויב אזוי איז דאס זעלבע ווי ווען א מענטש זאל ווען זאגן כגיי ארבעטן די נעקסטע צען יאר צי ערייכען די גרעסטע תענוגים וואס די וועלט פארמאגט.
דאס דארף געבען פונקט אזא משמעות. פארשטייט זוך ווען מארבייט אויף נצחיות תענוגים איז די משמעות סאך מער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נולד מאוחר אום דינסטאג אפריל 28, 2015 1:14 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:59 am

לעיקוואד האט געשריבן:(במח"כ מישט איר זאכן כמובן לכל מעיין וכבר נלאיתי מלהסביר כי אני מסופק אם אתה עושה כן בזדון או בשגגה)

גם אני נלאיתי לחזור על אותו דבר פעם אחרי פעם. ס'איז מיר אויך אינגאנצן נישט איינגענעם זיך צו עקשן'ן און אויסקוקן ביי טייל ווי א ביליגע ניצחון קעמפער. אבער מה אעשה וואס קען איך טוהן אז כבר גזר החכם "אהוב את סוקרטס, אהוב את אפלטון, אך את האמת אהוב יותר מכל".
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1254 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אפריל 28, 2015 10:43 am

נולד מאוחר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איינמאל מען גלייבט שוין אז עס איז דא א גאט וןאס האט באשאפן יעדע זאך פאר א סיבה איז דאך שוין דאס אליין דאס וואס גיבט משמעות אין לעבן.

איך בין נייגעריג, אויב די סיבה פארוואס גאט האט אונז באשאפן וואלט נישט געווען פאר אונזער תכלית, נאר צי סאלווען א געוויסע פראבלעם, לאמיר זאגן דורך אונזער עקזיסטענץ מאכן מיר בעסער פאר געוויסע ברואים אויף אן אנדרע פלאנעט. וואלט דאס אויך געגעבן משמעות אין לעבן וויבאלד למעשה האט גאט אונז באשאפן מיט א פלאן? אדער די עיקר וואס באפרידיגט אונז איז ווייל גאט זאגט אונז צי שכר אויב מיר פאלגן עם?
איך זע נישט, סתם ווייל גאט האט געהאט א פלאן מיטן אונז באשאפן אז סזאל מיר געבען משמעות, דאס געבט ליברשט משמעות פאר גאט.
אלאמאי די משמעות וואס מענשטען האבן איז די שכר ועונש פלאן, סהייסט מגייט ארבעטן 100 יאר דענאך קומט א דין וחשבון.
אויב אזוי איז דאס זעלבע ווי ווען א מענטש זאל ווען זאגן כגיי ארבעטן די נעקסטע צען יאר צי ערייכען די גרעסטע תענוגים וואס די וועלט פארמאגט.
דאס דארף געבען פונקט אזא משמעות. פארשטייט זוך ווען מארבייט אויף נצחיות תענוגים איז די משמעות סאך מער.

א גוטע שאלה פאר זיך, אבער אונזער הקטן האלט דאך נישט דארט. ער גלייבט באמונה שלימה אז נישט בלויז ווייסט ער אז יעדע זאך האט א משמעות, נאר ער ווייסט אפילו וואס די משמעות איז.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8090 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג אפריל 28, 2015 1:49 pm

יאיר האט געשריבן:

ב"ה איך בין lucky אז איך דארף נישט געסען
דער וואס האט מיך אריינגעשטלט דא האט מיר פארציילט
"עם זו יצרתי לי תהילתי יספרו"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2371
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1085 מאל

Re: "פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהא

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 28, 2015 2:27 pm

יאיר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איינמאל מען גלייבט שוין אז עס איז דא א גאט וןאס האט באשאפן יעדע זאך פאר א סיבה איז דאך שוין דאס אליין דאס וואס גיבט משמעות אין לעבן.

איך בין נייגעריג, אויב די סיבה פארוואס גאט האט אונז באשאפן וואלט נישט געווען פאר אונזער תכלית, נאר צי סאלווען א געוויסע פראבלעם, לאמיר זאגן דורך אונזער עקזיסטענץ מאכן מיר בעסער פאר געוויסע ברואים אויף אן אנדרע פלאנעט. וואלט דאס אויך געגעבן משמעות אין לעבן וויבאלד למעשה האט גאט אונז באשאפן מיט א פלאן? אדער די עיקר וואס באפרידיגט אונז איז ווייל גאט זאגט אונז צי שכר אויב מיר פאלגן עם?
איך זע נישט, סתם ווייל גאט האט געהאט א פלאן מיטן אונז באשאפן אז סזאל מיר געבען משמעות, דאס געבט ליברשט משמעות פאר גאט.
אלאמאי די משמעות וואס מענשטען האבן איז די שכר ועונש פלאן, סהייסט מגייט ארבעטן 100 יאר דענאך קומט א דין וחשבון.
אויב אזוי איז דאס זעלבע ווי ווען א מענטש זאל ווען זאגן כגיי ארבעטן די נעקסטע צען יאר צי ערייכען די גרעסטע תענוגים וואס די וועלט פארמאגט.
דאס דארף געבען פונקט אזא משמעות. פארשטייט זוך ווען מארבייט אויף נצחיות תענוגים איז די משמעות סאך מער.

א גוטע שאלה פאר זיך, אבער אונזער הקטן האלט דאך נישט דארט. ער גלייבט באמונה שלימה אז נישט בלויז ווייסט ער אז יעדע זאך האט א משמעות, נאר ער ווייסט אפילו וואס די משמעות איז.

איך באצי מיר נישט צי הקטן דוקא, כמיין סתם דו כלליותדיגע טענה אז ריליגיע נעמט קעיר פונעם משמעות החיים פראבלעם
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אפריל 28, 2015 6:40 pm

רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב וצדק ממילא איז זיכער אז עס איז דא א גוטע סיבה פארוואס מיר זענען דא. דאס אליין אז מיר שפילן א ראלע אין א קאסמישע פלאן מאכט דעם מענטשנס לעבן שפירן וויכטיג. דאס האט נישט דוקא מיט שכר.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8090 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אפריל 28, 2015 6:42 pm

הקטן האט געשריבן:[
ב"ה איך בין lucky אז איך דארף נישט געסען
דער וואס האט מיך אריינגעשטלט דא האט מיר פארציילט
"עם זו יצרתי לי תהילתי יספרו"

ברוך השם שלא השבית לנו גואל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8090 מאל

Re: "פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהא

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:01 pm

יאיר האט געשריבן:רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב וצדק ממילא איז זיכער אז עס איז דא א גוטע סיבה פארוואס מיר זענען דא. דאס אליין אז מיר שפילן א ראלע אין א קאסמישע פלאן מאכט דעם מענטשנס לעבן שפירן וויכטיג. דאס האט נישט דוקא מיט שכר.

אויב די ווייסט אז דו בוסט דא פאר א גוטע סיבה, אבער די ווייסט נישט די סיבה און דארפסט נישט וויסען, און גארנישט טאן דערוועגן. וואלט דאס דיר געגעבען משמעות החיים?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:30 pm

יאיר האט געשריבן:רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב

סתם נייגעריג צו וועלעכע רעליגיע דו באציעסט זיך. די נביא זאגט "מאתו לא תצא הרעות והטוב" בלשון בתמיה. דער רמב"ם טוישט דעם ניגון אויף לשון ניחותא. קבלה שניידט אוועק "הרעות והטוב" און לאזט איבער גאט מיט א "מאתו לא תצא" כלום, ס'זענען די ספירות וואס דרייען די רעדל. חסידות איז שוין אביסל מער איינגיביג, זיי גייען אן אויף א פשרה, זיי שניידן נאר אוועק דעם "הטוב" אין זענען גורס אין פסוק "מאתו לא תצא הרעות". די משפיעי חיזוק למיניהם, זיי זענען אויפגעקומען מיט א פרישע טוויסט, אלעס איז "טוב", נישטא קיין "רעות" בכלל. איי אין פסוק שטייט יא עפעס וועגן רעות, נו וואס זענען זיי אנדערש פון די אנדערע וואס האבן צופליקט און צושניטן דעם פסוק אן קיין רחמנות, זאל שוין דאס אויך מיטגיין.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1254 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:17 pm

נולד מאוחר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב וצדק ממילא איז זיכער אז עס איז דא א גוטע סיבה פארוואס מיר זענען דא. דאס אליין אז מיר שפילן א ראלע אין א קאסמישע פלאן מאכט דעם מענטשנס לעבן שפירן וויכטיג. דאס האט נישט דוקא מיט שכר.

אויב די ווייסט אז דו בוסט דא פאר א גוטע סיבה, אבער די ווייסט נישט די סיבה און דארפסט נישט וויסען, און גארנישט טאן דערוועגן. וואלט דאס דיר געגעבען משמעות החיים?

מסתמא.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8090 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:19 pm

כעלעמ'ער, מיין כונה איז אז גאט האט א גוטע סיבה פארוואס ער טוט אלעס וואס ער טוט, און אין יעדע אידישע פילאזאפיע וואס דו דערמאנסט איז דאס דער שפיץ יסוד ארום וואס אלעס דרייט זיך. איך האב נאר נישט כח און געדולד אריינצוגיין אין דעם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8090 מאל

Re: "פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהא

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:37 pm

יאיר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב וצדק ממילא איז זיכער אז עס איז דא א גוטע סיבה פארוואס מיר זענען דא. דאס אליין אז מיר שפילן א ראלע אין א קאסמישע פלאן מאכט דעם מענטשנס לעבן שפירן וויכטיג. דאס האט נישט דוקא מיט שכר.

אויב די ווייסט אז דו בוסט דא פאר א גוטע סיבה, אבער די ווייסט נישט די סיבה און דארפסט נישט וויסען, און גארנישט טאן דערוועגן. וואלט דאס דיר געגעבען משמעות החיים?

מסתמא.

ווען די זאגסט גוטע סיבה מיינסטו גוט פאר מיר אדער גוט פאר גאט?
אויב מיין ארבעטס געבער האט א גוטע סיבה פארוואס איך זאל ארבעטען פאר עם, כדי ער זאל מאכן אסאך געלט, העלפט דאס נישט פאר מיין משמעות אין ארבעט. כדי כזאל האבן משמעות מיז זיין אז איך גיי נהנה זיין דערפון.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:22 pm

דאס אליין איז די הנאה, אז דו סערווירסט א העכערע כח. פונקט ווי דער גבאי פון א רבי האלט פאר א זכיה אז דער רבי באדינט זיך מיט אים.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8090 מאל

Re: "פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהא

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 10:39 pm

דער פי׳ נרבוני, אין זיין ביאור אויפ׳ן מו״נ אויף דעם פרק וואס כעלעם׳ער האט אראפגעברענגט [ח״ג פי״ג], פרעגט אויפ׳ן רמב״ם אז עפ״י שכל קען נישט זיין אז עס איז נישט דא קיין סיבה תכליתית [וואס מ׳זאל קענען פארשטיין] און דאס וועט זיין סתירת כל החכמות. ער טענה׳ט (לפי הבנתי) אז אן דעם איז נישט שייך מגדיר צו זיין טוב (וואס דער רמב״ם איז דן איבער דעם בכלליות (לגבי הבורא ב״ה) אינ׳ם פריערדיגן פרק) (א כעין קאנסעקווענטעליסט מהלך), ווי אויך שטעלט ער צאם דאס אז דער באשעפער איז די סבה ראשונה מיט דעם אז דאס ווייזט אז ער מוז זיין די סבה תכליתית. (ווי אויך אז אפילו לפי דעת אריסטו בקדמות וועט מוזן זיין אז ס׳דא/ס׳איז שייך א תכלית.)

דעריבער לערנט ער אריין אינ׳ם רמב״ם (לפי וואס ער שרייבט אינ׳ם סוף פונ׳ם נעקסטן פרק אודות להשוות דברי חכמים), ובפרט פון וואס עס איז משמע אין ח״א פס״ט (וואו ער ברענגט אראפ דאס וואס לעיקוואד האט דערמאנט בנוגע חומר, צורה, פועל, ותכלית) אז דער באשעפער (כביכול) איז די סיבה תכליתית, אז וואס דער רמב״ם מיינט איז אז ס׳איז נישט שייך צו פרעגן, דן זיין, און מ׳זאל זוכן א סיבה תכליתית אויסער ומשותף צום בורא אליין און זיין רצון [להתדמות אליו וכו׳ מחמת הצורה שבו שהיא משכלת] (וואס הוא ורצונו זענען אחד באחדות הגמור) וואס האט ממציא געווען די מציאות; ולהוציא מזה אז דער מענטש כשלעצמו איז תכלית הבריאה. דאס איז די זעלבע סארט סיבה תכליתית וואס הדוגלים בקדמות נעמען אן, און דער רמב״ם האט געוואלט באטאנען אז די זעלבע וועט פונקט אזוי אנגיין ביי אונז המאמינים בחידוש, ע״ש באריכות.

דער פי׳ שם טוב דארט איז אויך מסביר אזוי ענליך כוונתו. ווי אויך איז אינטרעסאנט דארט וואו ער פארגלייכט די בריאה כולו צום עולם קטן פונ׳ם מענטש אליין, ווי דער רמב״ם אליין טוהט אין ח״א פע״א, וואס ביי דעם וואלט מען נישט געזאגט אז די תכלית איז איינע פון די איברים אחוץ זיין מציאות בכלל, ע״ש.

עס איז בכלל מערקווידיג צוצוצייכענען אז דער רמב״ם אין דעם פרק דארט זוכט צו באווארענען דאס וואס ער אין ח״ב פי״ט (ועוד מקומות) נוצט א סארט ארגומענט פון דיזיין [כוונת מכוון] בהתנגדותו לשיטת אריסטו בקדמות (ובכלל), וואס דאס איז שוין נענטער צו כעלעם׳ער׳ס משל וואו די ספר ליגט מסודר׳דיג אויפגעמושט אויפ׳ן טיש, און ווייזט אויף תכלית און צו א טעלעאלאגיע דערין ע״ש.

אבל אחרי כל זה קען מען נאך אלס זאגן אז דאס פארענטפערט נישט אינגאנצן כעלעם׳ער׳ס שאלה. ווייל דאס איז אזא סארט העכערע פילאזאפישע ענטפער, און איז נישט ממש ״תכלית״ ווי אזוי אונז פארשטייען דאס ממש, לעומת די סארט ״תכלית״ תירוצים פון נהמא דכיסופא וכדומה.

(ועיין עוד קצת בזה להלן בפכ״ה בענין קשר לזה ולתכלית הכוונה בצווי המצות.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

Re: "פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהא

הודעהדורך מי אני » זונטאג פעברואר 23, 2020 1:21 am

דער אברבנאל אין זיין שמים חדשים (עיון ד דרוש ו) איז מפרש דעם מורה אזוי. ער זאגט אז ווען מ׳פרעגט א שאלה פון ״תכלית״ קען די זעלבע שאלה זיין פון צוויי אופנים: די תכלית פארוואס דער פועל האט עס געמאכט, אדער דער תכלית פארוואס דער פעול איז געמאכט געווארן. די צוויי שאלות קענען האבן אנדערע תירוצים.

למשל, אז מ׳פרעגט וואס איז די תכלית פארוואס דער שניידער [פועל] האט געמאכט דעם קלייד [פעול]? איז די תירוץ כדי צו מרוויח זיין געלט וכדומה. משא״כ אויב מ׳פרעגט וואס איז די תכלית פארוואס די קלייד [פעול] איז געמאכט געווארן? איז די תירוץ כדי צו ווערן אנגעטוהן.

יעצט, בנוגע די שאלה פון תכלית הבריאה אויב פרעגט מען עס מצד הפועל, כביכול הקב״ה, איז די תירוץ אז ס׳איז נישט דא קיין תכלית, ווייל גארנישט האט אים געפעהלט מעיקרא וכו׳; דאס האט דער רמב״ם געמיינט אין פי״ג. אבער אויב מ׳פרעגט די שאלה מצדינו, די פעול, איז די תירוץ אז דאס איז כדי לסגל מצות ולהגביר השכל להתדמות לקונו וכו׳ וכו׳; דאס מיינט דער רמב״ם שפעטער דארט אין פכ״ה. עכת״ד ע״ש.

(דער שביל האמונה זאגט אז דאס ליגט אויך בכוונת הרס״ג בהאמונות והדעות מאמר א פ״ד ע״ש.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

Re: "פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהא

הודעהדורך מי אני » זונטאג מערץ 08, 2020 10:55 am

דער קריסטליכער טעאלאג דר. דוד בורעל איז טאקע מסביר אז דאס וואס דער רמב״ם זאגט דארט זיין פוּנקט בנוגע דאס נישט זיין א (געהעריגע) תכלית צו די בריאה, בתוך די שמועס איבער די פראבלעם פון שלעכטס, איז כדי צו באזייטיגן (אין א וועג) אט די טענה. ווייל ס׳איז בעצם בעיקר נאר שייך צו פרעגן די קשיא אויב איז דא אן עיקר תכלית אין די בריאה פאר׳ן מין האנושי, דעמאלטס איז טא פארוואס וכו׳? דאס אוועקנעמען דעם גאנצן ענין פון א תכלית מעיקר טוהט בלאקירן ארויסצוברענגן א פארשטענדליכן מהלך על אמיתתו אין ג-ט׳ס רילעישענשיפּ צו די וועלט (וממילא צו א שום טעאדיסי), און מהיינו טעמא אז ס׳איז נישט שייך קיין תירוץ איז נישט עכט שייך די קשיא מעיקרא.

ווי אזוי איך פארשטיי וויל ער פארענטפערן אז ביי דאס צער פון בע״ח איז די פראבלעם נישט (אזוי) שווער ווייל מ׳קען דערביי טענה׳ן ״דאס איז סדר הבריאה״ און אויף זיי איז נישט דא (שייך) קיין השגחה (אזוי ווי דער רמב״ם איז שפעטער, בפי״ז, מודה אין דעם צו אריסטו), משא״כ ביי די צער פון מענטשן. אבער די חילוק קען מען מקשר זיין צו דעם ווייל די מענטש איז מובחר היצירה, אבער טאמער איז עס נישט ממש אזוי, ער איז נישט תכלית היצירה, איז ער שוין לגבי דעם מער ענליך צו די בע״ח. (והגם ביי זיי איז דאך יא דא השגחה, איז דאס אבער מער ״נאטורליך״ ווען ער איז מדבק זיין אינטעלעקט בשורשו ודוק, ועיין כאן (ובכלל שם על ענין זה).

***

דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ו) האט אן אריכות אין דעם. ער דינגט זיך אויפ׳ן רמב״ם און איז מסיק (באריכות, פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט) אז תכלית הבריאה ותכלית התורה זענען איינס, און דאס איז אהבת ה׳ ועי״ז לדבקה בו יתברך. אין פ״ה דארט טענה׳ט ער (אויך פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט) אז דאס זוכן א תכלית פאר׳ן בריאה, ועכ״כ (פארקערט פונ׳ם רמב״ם) אפילו פאר די וואס האלטן אין קדמות העולם (און האלטן פון אן ״ערשטן פרינציפ/פּריים רוקער״), איז נישט ״סתם געהאקט״; עס מוז זיין א תכלית. ער איז אויך אביסל מעמיס זיין מהלך בדברי הרמב״ם ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

"פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהאקט?

הודעהדורך מי אני » דינסטאג מערץ 31, 2020 4:16 pm

IMG_6777.jpg

במשנתו של טאמאס אקינאס.

ער אליין וויל טענה׳ן אז אז אלע ״גוטס״ וואס מענטשן שטרעבן אויף אויפצוטוהן, זענען אונטער איין שירעם פון דאס איינע ״גוטס״ הכולל. און ער וויל ווייטער טענה׳ן (באריכות ובעמקות) אז דאס ״גוטס״ איז וואס איז די ריכטיגע תכלית הבריאה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך הדסים » מיטוואך אפריל 01, 2020 10:19 pm

די שמועס דערמאנט מיר אן עפיזאד וואס איך האב אמאל געהערט פון א בעל דרשן בענין מאכלים כשר לפסח.

א גוישע מענעדזער אין א פאבריק האט געפרעגט א משגיח, יעצט אז די טשאקלעד איז כשר פאר פסח, ווילאנג וועלן די אידן עסן דערפון? האט ער גענטפערט זיבן אכט טעג. האט ער זיך געוואונדערט, ענק לייגן אריין אזויפיל געלט און כוחות צו קענען עסן טשאקלעד פאר איין וואך? (ער האט געוואלט ארויסברענגען אז "אפילו א גוי" פארשטייט אז מען דארף זיך קענען איינהאלטן פון טשאקלעד פאר עטליכע טעג).

איך האב אבער געטראכט, עס איז זייער גוטע רעטאריק, אבער וועם פרעגסטו די שאלה? די בעל מכשיר גייט אפילו נישט עסן די טשאקלעד, ער לייגט אריין די ארבעט ווייל ער באקומט זיין געלט. די אינוועסטאר גייט אפשר יא עסן די טשאקלעד, אבער ער לייגט אריין זיין געלט ווייל ער האלט אז ער גייט פארדינען שיין דערפון. די קאנסומער וויל טאקע די טשאקלעד, אבער וואס טוט ער דערפאר? ער צאלט אביסל טייערער און שוין.

פארוואס איז דא פסח'דיגע טשאקלעד? פאר מער ווי איין סיבה...
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron