קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע

מחשבה, השקפה ועיון

קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 1:44 am

פון זייט מיר ווייסען די היסטאריע זענען מענטשען נישט צופרידען מיט די פשוט'ע מעשה פון זייער לעבן, דער לעבן איז מלא חסרונות והגבלות, און האבן אויסגעטראכט פאנטאסטישע מעשיות וועגן וואס געשעהט נאך מען שטארבט, פאר מען ווערט געבוירען, אדער בכלל אין אנדערע אלטערנעטיווע עולמות ווי אלעס איז מוראדיג פאנטאסטיש. אדער וועגן ווי משיח גייט קומען און ווי לעתיד לבוא וועט אלז זיין געוואלדיג. אמאל האט מען געמיינט אז דאס איז א סימפטאם פון רעליגעזע אמונה תמימה וואס נוצט די פאנטאזיעס פאר פארשידענע צרכים. שטעלט זיך אבער אויס אז למעשה אפילו ביי אזעלכע וואס זענען כופר אין יעדער אמונה דתית טראכטען זיי אויך די זעלבע סארט פאנטאזיעס און מאכען אויך די זעלבע סארט מעשיות אז זייער לעבן און וועלט זאל זיין גרעסער ווי עס איז. ביי טייל אנערקענען זיי אז דאס איז טאקע א פאנטאזיע און פיקציע אויף זיך אביסעל דערהייבען פון דער טאגטעגליכע שוועריקייט. אבער ביי א טייל נוצט מען די סייענטיפישע מושגים אויף השערות רחוקות מן השכל והדעת אין אין קאנטעקסטס וואס קיין שום טריקענע דרישת החכמה והאמת וואלט נישט אנגעקומען צו דעם, מוז מען זאגען אז דער זעלבער מענטשליכע דראנג וואס האט אויסגעטראכט די אלע רעליגיעזע מעשיות טראכט אויס די.

פון די סארט רעכן איך כל מיני סייענטיפישע נבואות וועגן דער עתיד, למשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז, אדער אז מען וועט אויסטרעפן וויאזוי מער נישט צו שטארבען, פארשידענע תקוות וואס זענען בפשטות קעגן די שכל הישר און ערפארונג פון סייענס, אבער דער זעלבער דראנג וואס שטיפט מענטשען צו גלייבען אין תחיית המתים און משיח שטיפט זיי צו גלייבען אין די כמו סייענטיפישע נבואותער.

היינט האב איך געטראפען א דוגמא נפלאה לכך. כידוע לכל (אדער נישט ? :? ) גודל השבר ווען זאין מאליק, פון די גרויסע סטארס פון דער יוגנטליכער בענד וואן דיירעקשין האט מכריז געווען אז ער טיילט זיך אפ פון די גרופע. טייל האבען גאר געזאגט אז מיום שחרב קבוצת הביטלס איז נאכנישט געווען אזא חושך ואפילה אויף דער וועלט. הכלל, וואס טוהט מען אין אזא צרה, מגייט צו די צדיקים צו די נביאים זאלן אונז מחזק זיין אז אויף יענער וועלט וועט זיין גוט, אדער וואס. איז מען געגאגנגען צו דער כהן גדול פון היינטיגע פיזיקס מוהר"ר סטיווען הוקינג זאל זיין געזונט,וכה דיבר: וויבאלד מיר ווייסען דאך אלע די מולטיווערס טעאריע, וואס זאגט אז פאר יעדער פיזישע אפשרות אויף דער וועלט איז בעצם דא א צווייטער וועלט ווי עס איז געשעהן אנדערש, ממילא האט איר זיך נישט וואס צו טרויערן טייערער קינדער, דאס וואס ער האט אפגעלאזט די גרופע איז דאך נאר ביי איין געוויסער וועלט, פארהאן אבער א צווייטער יוניווערס אין וועלכער מאליק שפילט נאך פעסט אין די בענד, דאס וועט זיין אייער טרייסט חזקו ואמצו.

ובלשונו הטהור
"My advice to any heartbroken young girl is to pay close attention to the study of theoretical physics. Because one day there may well be proof of multiple universes," he said. "It would not be beyond the realms of possibility that somewhere outside of our own universe lies another different universe—and in that universe, Zayn is still in One Direction.


און דער עולם איז אהיימגעגאנגען מחוזק מדבריו הקדושים. פארזיכערט אז אין א צווייטער יוניווערס שפילט נאך דער באליבטער זאין אין וואן דיירעקשין כולם אהובים כולם ברורים ינוחו בשלום זאלן זיין פאר אונז א מליצה ישרה פאר דער קאסמאלאגישער מולטיווערס.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5812 מאל

קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע

הודעהדורך חאצקעל שניידער » דינסטאג אפריל 28, 2015 1:52 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חאצקעל שניידער אום דינסטאג אפריל 28, 2015 5:24 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 314
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 28, 2015 3:04 am

ביז די משל האב איך נאך מיטגעהאלטן...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8458 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 28, 2015 4:44 am

יא יא אפטעמיזם בייעס.
בד"וו, אין אן אנדער עולם באווארפט דיך ר' יחזקאל שניידער מיט שטיינער
אין אן אנדערן עולם באווארפט ער מיר כאטש כ'האב גארנישט געזאגט
אין אן אנדערן עולם זאגט ער אליין דאס זעלבע, היפאקראטיע ?
ולסיום, אין אנדערן עולם זאגט האקינגס אז די מולטיווערס טעאריע איז אזוי אבסורד, אז איך ווייס שוין נישט וועלעכע האקינגס צו גלייבן
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג אפריל 28, 2015 5:42 am

דו גלייבסט נישט אז משיח גייט קומען?
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6793 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג אפריל 28, 2015 6:16 am

לעיקוואד האט געשריבן:למשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז]


דיין נקודה איז ריכטיג. אבער דער ספעציפישע דוגמא איז געווענטליך יא באזירט אויף מור'ס געזעץ א.ד.ג.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2814
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6412 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 28, 2015 6:59 am

.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3705 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:24 am

וואס טוהט דאס אין שבת אחים?
@שמערל @פליקער@קעלנער
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5812 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:29 am

כוכב האט געשריבן:דו גלייבסט נישט אז משיח גייט קומען?

איך שרייב אן אשכול מסביר זיין אז אפילו סטיוון הוקינג גלייבט אין משיח און דו ליינסט גאר פארקערט?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5812 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:34 am

לעיקוואד האט געשריבן:וואס טוהט דאס אין שבת אחים?
@שמערל @פליקער@קעלנער

ס'האט מעך גענומען א מינוט ביז כ'האב געכאפט אז די שרייבער פון דער תגובה איז נישט קיין צווייטער ווי....... עם אליין
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:36 am

איך געדענק נישט איך זאל עס דא לייגן, טאמער יא איז עס געווען א טעות איך האב זיך נישט געכאפט אינמיטען די נאכט. עכ"פ בעט איך די גבאים זאלן עס אריינפירען אין העמק דבר אדער תורה ומחשבה אדער קאווע שטיבל אדער שמייכל אדער וויסנשאפט במקומו הראוי לו.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5812 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:41 am

די שרייבסט אזא מורא'דיגע מאמר און די ווייסט אליין נישט ווי ס'באלאנגט ? ואחרון הכביד "שמייכל" :D
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:43 am

וואס איז פשט אין דעם פאראגראף:
אבער דער זעלבער דראנג וואס שטיפט מענטשען צו גלייבען אין תחיית המתים און משיח

חזקה על חבר, אבער איך מיין זאלסט זיך אויסקלארן, דיינע ווערטער קענען אויסגעטייטשט ווערן אלס כפירה.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6793 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:46 am

חזקה על חבר אז ער ניצט זיין שכל און ווייסט וואס איז פשט. האלטסט טאקע איך דארף מסביר זיין? איך וועל נאכאמאל איבערזאגען. עס איז דא א צורך ביי מענטשען צו גלייבען אין א משיח אין א בעסערען עתיד. מען זעהט די צורך איז אזוי שטארק עס געפינט איך אפילו ביי אטעאיסטען. יעצט זיי פליז מסביר וואס דאס האט מיט כפירה?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5812 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:48 am

אקעי אקעי, שריי נישט, דער טאן האט זיך געהערט אביסל זלזול'דיג.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6793 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:49 am

אה כ'האב פארגעסן דא איז כתה ג'.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5812 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:49 am

אמאל שרייבט איימיצער בלישנא דמשתמע לתרי אנפין און מען קען פרובירן אויסטייטשן צום גוטן, אמאל איז עס צו אויפפאלנד און בדוחק גדול קען מען פרובירן אריינקוועטשן א לימוד זכות.

כנראה אז דער קלוגער עולם דא אין כיתה ג' איז נישט אזוי איבערגעשפיצט, איך האב היינט צופרי געקריגן 5 קאמפלעינטס. און דאס שוין חוץ די אפענע אטאקעס אין אשכול זעלבסט.

סאו ביטע זיי זיך מסביר קלאר און דייטליך נישט אראונד די בוש, לאז נישט יעדן מיט די צונג אינדרויסן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15092
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18096 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:50 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן אדם אום דינסטאג אפריל 28, 2015 9:01 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:51 am

וייזט אויס מען האט אנגענומען מיינע נייע תקנות

לעיקוואד האט געשריבן:
ליצנות ונוסח

1) מהיום והלאה איז אסור יעדער סארט ליצנות, סארקאזם, אדער סיי וועלכער סארט שרייבאכץ וואס פאדערט מער ווי א כתה ג' חינוך עס צו פארשטיין ריכטיג. מען בעט יעדער זאל שרייבן בלויז ברחל בתך הקטנה, בעסער אויב קען מען אין רויטע באלדע אותיות, אז יעדער איינער זאל קלאר פארשטיין אלעס.

[/justify]
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5812 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:54 am

לעיקוואד האט געשריבן:אה כ'האב פארגעסן דא איז כתה ג'.

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס דו דארפסט ביטשן ווי א גוטע גימל יונגל, האסט געשריבן אן אשכול, ביזט נישט אריינגעקומען אזוי קלאר, מ'מעג פרעגן פשט, העסטעך אויסגעקלארט, ושלום על ישראל, פארוואס דארפסטו שפרינגען ווי איינער זאל ווען בארירן דיין קרוין.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6793 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:56 am

איך האב נאכנישט בכלל געהערט וואס איז די שאלה אדער הוה אמינא פון כפירה דא. שטייצעך מען האט דא פארמעקט די תגובה וואס איך האב דא געשריבען וואס איז מסביר פארוואס איך שריי.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5812 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:58 am

איך גיי עס אבער צוריקלייגן. לאמיר זעהן ווער עס וועט געוואונען.
??? אין אישי האט געשריבן:היות עס איז אריין געקומען קאמפלעין'ס קעיגן דיין אשכול אז עס איז כפירה אדער קרוב לזה, האט עס א מנהל אוועקגעפירט קודם קיין שבת אחים, ביז עס וועט זיין א זיצינג אויב מען זאל עס גענצליך מעביר זיין.

איך האב דערויף נישט דן געוועין, מיין כפירה דעטעקטאר ברויך ווערן קאלעברירט איידער איך מאך אזעלכע דעסיזשען'ס.

אויב ווילסטו קען איך מעביר זיין דעים אשכול בדרך כבוד, און עס וועט זיין כאילו לא היה כלל וכלל.

לאז מיר וויסן, אדער ווארטן ביז א נהל וועט מחליט זיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לעיקוואד אום דינסטאג אפריל 28, 2015 9:05 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5812 מאל

הודעהדורך שמערל » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:03 am

לעיקוואד אין א אנדערע אשכול האט געשריבן:איך שטום מיט אז טאמער האלט איינער כפירה'דיגע שיטות זאל ער זיי ארויסשרייבען קלאר און זיך נישט שעמען.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1243 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:04 am

פלאי פלאים. ווען איך האב געזעהן די תגובה פון ר' חאצקל'ן דא האב איך נישט געהאט קיין ספק אז ביז פינעף מינוט איז דאס פארמעקט. סתם איינער שרייט פוי טמא אין אן אינטעלעקטואלער אשכול און שרייט אריין דיבורים וואס האבן גארנישט מיט די נושא נישט זיי פרעגן נישט זיי ענטפערן סתם געשריגען אין די וועלט אריין. ניין אבער, דאס איז נאך א הוכחה אז די קלוגע כתה ג' יונגלעך האבען דא געזעהן כפירה דארף מען זיך נאך רעכענען מיט זיי. @שמעקעדיג אזוי ארבעט היינט אייער מענטשליכקייט און שכל הישר?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5812 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:12 am

שמעקעדיג האט געשריבן:אמאל שרייבט איימיצער בלישנא דמשתמע לתרי אנפין און מען קען פרובירן אויסטייטשן צום גוטן, אמאל איז עס צו אויפפאלנד און בדוחק גדול קען מען פרובירן אריינקוועטשן א לימוד זכות. כנראה אז דער קלוגער עולם דא אין כיתה ג' איז נישט אזוי איבערגעשפיצט, איך האב היינט צופרי געקריגן 5 קאמפלעינטס. און דאס שוין חוץ די אפענע אטאקעס אין אשכול זעלבסט.


דא איז נישט געווען קיין שום לישנא דמשתמע לתרי אנפין. דא איז געווען אפאר ווערטער וואס אפאר האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף צו קענען מקיים זיין די מצוה מחאה יומי אן נעמען אביסל מיה און עס אדורך ליינען כדבעי' און פארשטיין די קאנטעקסט. מילא זיי, אבער די מנהלים האבן נישט קיין רעכט דן צו זיין פארן עס אדורכטון בכובד ראש. מען זעהט קלאר אז זיי האבן געמאכט א טעות (והא ראי' מ'האט עס צוריקגעשטעלט). א התנצלות וואלט געווען דאס מינדעסטע וואס מענטשליכקייט פארלאנגט.

איר פארשטייט נישט די כוחות וואס עס נעמט צו שרייבן א זאכליכע ארטיקל? אזא אקט טוט וויי און צייגט אז מען אפרישיעיט עס נישט.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2814
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6412 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט