פאר כ'קום צו צו עיקרן של דברים לאמיך נאר אריינווארפן א ווארט איבער די קדושה פון שבת, און דעם באדייט פון דעם גרויסן טאג. מו"ר רבינו הגדול רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט פיל מאל איבערגע'חזר'ט די וויכטיגקייט פון געדענקען אום שב"ק די בריאה פון "יש מאין". פאר די בריאה, האט רבי אביגדור געזאגט, איז נאר געוועהן "אין" – גארנישט. דער רבוש"ע האט געזאגט איין ווארט "יהי", און ס'איז געווארן א "יש". די דאזיגע פאקט פון די בריאה איז די יסוד פון אונזער אמונה, די יסוד פון אידישקייט, און די סוד פון הקב"ה. דער אויבערשטער אליינס ווערט אנגערופן י-ה-ו-ה, ווייל דאס באדייט "דער וואס האט געזאגט 'יהי'!" ווען מיר זאגן "זכר למעשי בראשית" אז שבת איז א זכר פאר די באשאפונג פון די וועלט, דארפן מיר אייביג דאס געדענקען, און האבן פאר די אויגן אז מיט דעם שב"ק געדענקען מיר די יסוד פון די בריאה, און די יסוד פון אידישקייט.
ממילא איז זייער פארשטענדליך אז א ערליכער איד וואס ווייסט וואס שב"ק איז, ער ווייסט אז דאס איז די יסוד פון אלעם, קען נישט צוקוקן ווי אנדערע אידן טרעטן אויף דעם הייליגן שבת און זענען איר מחלל.
אבער איז עס אזוי פשוט?
איך האב דא פאר די אויגן א דרשה וואס דער ווינער רב הרב אשר אנשיל כץ פון וויליאמסבורג האט לעצטענס געזאגט. די דרשה איז געוועהן געווידמעט צו האקן אויף דעם הייליגן שבת "קרבתנו" וואו פארשידענע רעדנערס האבן ארומגערעדט אין אמת'ע ענינים העומדים ברומו של עולם – זאכן וואס ביי אונז כלומר'שטע מאמינים טאר מען נישט רעדן. צווישן די בעלי דרשנים זענען געווען הרה"ג ר' זכרי' וואלערשטיין שליט"א און הרה"ג ר' יוסף מזרחי שליט"א – צוויי גרויסע ת"ח און בעלי מחשבה, וועלכע רעדן כסדר אויף עניני אמונה. פאר ווינער רב גייט נישט אהן די פאקט אז די צוויי בעלי דרשנים זענען מסתמא גרעסערע מאמינים ווי אלע דורכשניטליכע רבנים אין וויליאמסבורג – פאר אים איז נאר וויכטיג ווי גרויס די בארד איז.
עטליכע אויסצוגן:
... און מ'ברענגט נישט דרשנים צדיקים און עובדי ה'... נאר מענטשן מגולחים מיט טשופרינעס אויפ'ן קאפ, וואס האבן נישט געלערענט קיין סוגיות הש"ס, און יענער איז מברר מיט ראיות ברורות אז אונזער אמונה איז ריין, און מיט דעם ווערט די אמונה געשטארקט ווייל מ'זעהט אז אפילו דער מאדערנער מענטש איז אויך מסכים אין אחדות הבורא. עס איז אונז מער נישט גוט די אמונה וואס מיר האבן מקבל געוועהן פון אונזערע עלטערן פון דור צו דור, נאר דער בעל תשובה וועלכער איז געוועהן איינגעזינקען אין אלע עבירות שבתורה, אדער א גר וועלכער האט פארלאזט זיין אמונה כדי צו ווערן א איד, נאר זיי זאלן אונז איבערווייזן צו גלייבן אין השי"ת און זיין תורה.
...מ'דארף זיך דרייען נאר ביי צדיקים יראי ה' וואס האלטן נאר די אמונה פשוטה וואס מיר האבן מקבל געוועהן פון אונזערע עלטערן. און אויף דעם האט דער תנא געווארענט: מנעו בניכם מן ההגיון. און אויב שפירט מען אז איינער דארף חיזוק אין אמונה, זאל מען אים זעצן צווישן תלמידי חכמים וואס פון זייער הנהגה און זייערע לימודים וועט ער אנערקענען אז עס איז דא א בורא עולם ומחדשו תמיד.
דער ווינער רב האט ווייטער מאריך געוועהן אז א איד מוז גלייבן בלינדערהייט, במלוא מובן המלה. ער האט נאכגעברענגט א ווארט פון מהר"ם חגיז אז דערפאר הייסט די מאמע פאר אירע קינדער אז זיי זאלן לייגן די האנט אויף די אויגן ביים זאגן שמע ישראל כדי צו לאזן הערן אז מ'דארף לערנען די קינדער די אמונה פון א מאמע וואס איז "אמונה מיט פארמאכטע אויגן".
פארשטייט זיך אז דער מהר"ם חגיז האט נישט געמיינט די בלינדע אמונה וואס מ'פרעדיגט היינט. ווי א לוחם קעגן שבתאות און קעגן דעם רמח"ל איז דער מהר"ם חגיז נישט געוועהן קיין פשוט'ער קאנפארמיסט וואס איז נאכגעטאנצן די עסטעבלישמענט, און אפגעקויפט יעדע זאך וואס מ'האט אים געפיטערט בלינדערהייט, ווי די היינטיגע יושבי חושך.
פאקטיש, אז מ'קוקט אריין אין משנת חכמים זעהט מען אז ער איז נאר מציע אמונה עיוורת אויף איין צד. זיין אנדערע צד איז אז פארשטענדליכע אמונה איז אסאך שטערקער ווי בלינדע אמונה ווייל א פארשטענדליגער מאמין ווייסט און פארשטייט אין וואס ער גלייבט, אבער דער בלינדער מאמין האט נישט קיין מושג אין וואס ער גלייבט, און מיט א קליין ווינטל קען מען אים גרינגערהייט אוועקפירן פון אידישקייט. וזה לשונו (אות תצ"ג):
כי כל היודע דבר בשורשו אין לחוש עליו שיבא שום אדם בראיות להפך את לבו מכח טענות... אמנם אם קבלת התלמיד מרבו לא היה כי אם על דרך תורת נשים מלומדה, ברוח קימעא יסתתמו כל טענותיו, ויצא חוץ לפשטו ולא ידע לעמוד בו כן הוא המאמין מצד האמונה לבד דודאי קרוב הדבר שאם ירבו עליו חכמי המחקר עפ"י טענות והוכחות לעיני בשר מדומות על דרך הנצוח. עכ"פ אם לא יהיו יכולים להפך לבבו מהאמונה הראשונה שהאמין עפ"י קבלת אבותיו על כל פנים יכניסו הספק בלבו להיות נבוך עד שלא ידע להשיבו להוכיח על איזה דרך הוא מה שאנחנו ישראל גוי אחד מאמינים ואומרים שה' אחד ושמו אחד...
ערשט אין די נעקסטע שטיקל אין משנת חכמים שרייבט דער מהר"ם חגיז די אנדערע צד, אבער כדרכם פון די יושבי חושך האבן זיי נישט קיין שום אויפריכטיגקייט, און וועלן אננעמען און איגנארירן וואס ס'געפעלט זיי אלעס צו שטיצן זייערע פינצטערע אגענדעס.
כ'האב פאר מיר א קאפיע פון א דרשה פון הר"ר ב"צ האלבערשטאם מבאבוב. אין די דרשה האט ער אויך נאכגעזאגט די ווערטער פון מהר"ם חגיז, און לאמיך דא ציטירן עטליכע לשונות פון דעם באבובער רב:
...דער וואס גלייבט מיט אמונה פשוטה, ווי ער רופט עס אן "ער גלייבט מיט צוגעמאכטע אויגן", קען מען נישט אוועקרירן פון די אמונה אפילו מיט די שטערקסטע טענות און קשיות, ווייל ער האט איין גוטן תירוץ וואס ווענדן אפ אלע קשיות, "איך גלייב אין באשעפער ווייל אזוי וויל איך, אהן קיין טעמים און סיבות, דאס איז מיין רצון און פון דעם ריר איך מיך נישט אוועק".
...דאס זאגט שלמה המלך, "ואל תטוש תורת אמך" – לאז נישט נאך די אמונה פשוטה וואס דיין מאמע האט דיך אויסגעלערנט אלס קינד, ווי זי האט מיט דיר געזאגט שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד מיט צוגעמאכטע אויגן, אויסצולערנען אז אמונה דארף זיין מיט פארמאכטע אויגן, אהן קיין חקירות און התחכמות, נאר ווייל דאס וויל איך, און אזוי האט מען מיך אויסגעלערנט".
איז לאמיר אביסל אנאליזירן וואס דא גייט פאר. ווינער רב און באבובער רב שטורעמען אז מיר דארפן גלייבן מיט צוגעמאכטע אויגן, אהן קיין שום הסבירים אדער לאגיק. לייג ארויף די האנט אויף די אויגן, זיי א יושב חושך במלוא מובן המלה. ווען מ'פרעגט אזא איינעם פארוואס ער גלייבט אין תורה ומצוות, ענטפערט ער, אין די ווערטער פון באבובער רב שליט"א: "איך גלייב אין באשעפער ווייל אזוי וויל איך, אהן קיין טעמים און סיבות, דאס איז מיין רצון און פון דעם ריר איך מיך נישט אוועק... אמונה דארף זיין מיט פארמאכטע אויגן, אהן קיין חקירות און התחכמות, נאר ווייל דאס וויל איך."
איר הערט ווערטער? ער וויל אזוי! ער נעמט נישט די מיה אריינצוטראכטן אין די וויכטיגסטע זאכן אין לעבן, ער מאכט אוועק יעדע דעה אין די וועלט מיט א פאכע פון די האנט – ער "וויל" אזוי! וואס איז דאס אויב נישט עגאאיזם און כוחי ועוצם ידי? עס האט גארנישט מיט וואס איז יושר און אמת, עס האט מיט זיין פרימיטיוון רצון. ער האט מחליט געוועהן אז ער גייט זיך נישט רעכענען מיט קיין שום שכל און קיין שום לאגיק אין די וועלט. ער האט מחליט געוועהן אז זיין תאווה, זיין "רצון", זיין נערנות, איז וויכטיגער פון אלעס.
א אמת'ער ערליכער איד וואס ווייטאגט אויף חילול שבת איז דאס ווייל ער איז "איבערצייגט" אז אידישקייט איז אמת, דאס איז מתוך הכרה און פארשטאנד, און נישט סתם א תאווה פון "דאס וויל איך!" דער וואס נעמט אידישקייט ערנסט גענוג צו קומען צו א לאגישע מסקנא, ווייסט טאקע אויך אז עס איז "זיין" מסקנא, אבער ווילאנג ער האט גענוצט זיין שכל און האט אוועקגעווארפן אלע נגיעות די מערסטע וואס איז שייך, קען ער – מיט רעכט – זיך בארואיגן אז ער איז צוגעקומען צו דעם אמת – עכ"פ צו די מערסטע אמת וואס א בשר ודם איז שייך אנצוקומען אין זיינע אומשטענדן. א מענטש וואס נעמט אהן אידישקייט ווייל ער ווייסט אז דאס איז דער אמת, ווייטאגט ווייל ער פארשטייט אז דער מחלל שבת פארשווענדעט נעבעך זיין עולם הבא. ער זעהט ווי יענער מאכט חרוב זיין אידישקייט וואס איז די איינציגסטע אמת אין די וועלט.
אבער ווען א יושב חושך "ווייטאגט" איבער א צווייטנ'ס חילול שבת, וואס באדייט די ווייטאג? ווען איינעמ'ס אידישקייט איז פינצטער, בלינד, מיט די הענט אויף די אויגן – ער איז א איד "ווייל אזוי וויל איך", ווי אזוי אין די וועלט קען ער "ווייטאגן" ווען איינער וויל עפעס אנדערש? דו "ווילסט" שמירת שבת און ער "וויל" חילול שבת. דו "ווילסט" אידישקייט, ער "וויל" גויאישקייט. פארוואס איז דיין רצון חשוב'ער פון זיינס? ווען דיין אידישקייט וואלט געווען תלוי אין א טענה אז דאס איז "אמת", וואלט געוועהן פארשטענדליך דיין ווייטאג, אבער אז דו ביסט מודה אז עס האט גארנישט מיט דיין איבערצייגונג אז עס איז אמת, נאר דו האסט מחליט געוועהן צו גיין דערמיט בלויז ווייל דו ווילסט אזוי אהן קיין שום הסבר, דארפסטו דאך זיין משוגע אינגאנצן אז עס זאל דיר בכלל שטערן א צווייטנ'ס חילול שבת!